בלאט 1 פון 9
שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 7:28 am
דורך מאירוואלף
די שפאנונגן צווישן אינדיע און פאקיסטאן איז געשטיגן נאך א טעראר אטאקע דעם פארגאנגענעם דינסטאג, אפריל 22 אין די חלק פון קאשמיר וואס איז אונטער די קאנטראל פון אינדיע, אנצינדענדיג א דיפלאמאטישע און מיליטערישע רייבעריי.
אינדיע באשולדיגט פאקיסטאן אין די אטאקע, וואס פאקיסטאן לייקנט. אין רעאקציע האט אינדיע סוספענדירט דעם אינדוס וואסער טריטי, צוריקגערופן אירע דיפלאמאטן פון פאקיסטאן, ארויסגעטריבן פאקיסטאנער דיפלאמאטן און אויפגעהערט ארויסגעבן וויזעס פאר פאקיסטאנער בירגער. פאקיסטאן האט געווארנט אז סיי וועלכע אריינמישונג אין אירע וואסער רעכטן וועט ווערן באטראכט ווי א "אקט פון מלחמה" און האט געשטעלט אירע באוואפנטע קרעפטן אויף א הויכע אלערט שטאפל. ביידע לענדער זענען באוואפנט מיט נוקלעארע וואפן און האבן פארגרעסערט זייער מיליטערישע גרייטקייט. פאקיסטאן האט אויך סוספענדירט האנדל מיט אינדיע, פארבאטן אינדיאנע לופטליניעס פון אירע הימלן און ארויסגעטריבן אינדיאנע מיליטערישע ראטגעבער. די סיטואציע איז דערווייל סענסיטיוו, מיט די זארגן פון א מעגליכע קאנפליקט איבער די קאנטראל ליניע אין קאשמיר.
Re: שפאנונגן צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 10:45 am
דורך מאירוואלף
ניו יארק טיימס: פאקיסטאן גרייט זיך צו די מעגליכקייט פון א מיליטערישער אטאקע פון אינדיע אין רעאקציע אויף די וואך'ס אטאקע אין קאשמיר, און פארשידענע קוואלן ווארענען פאר די מעגליכקייט פון מיסקאלקולאציע און א פארערגערונג אין א סיטואציע וואס איז נישט געווינטשן פאר ביידע זייטן. פאקיסטאנער זיכערהייט באאמטע זאגן אז ביז יעצט זענען נישט אנטדעקט געווארן קיין אומגעווענליכע באוועגונגען פון די אינדיאנער ארמיי, אבער זיי גרייטן זיך צו רעאגירן מיט פאסיגע מיטלן אויף יעדן שריט.
Re: שפאנונגן צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:00 pm
דורך מאירוואלף
אינדיע האט אפגעשטעלט דאס פליסן פון וואסער פונעם אינדוס טייך קיין פאקיסטאן, וואס האט אפעקטירט לאנדווירטשאפט און הידראעלעקטריסיטי פראדוקציע. דער שריט קען האבן א באדייטענדע השפעה אויף פאקיסטאן'ס עקאנאמיע.
דער אינדוס וואסער אפמאך איז אן אפמאך צווישן אינדיע און פאקיסטאן וועלכע טיילן זיך מיט די וואסער פונעם אינדוס טייך. אינדיע קאנטראלירט עטליכע טייכן, און פאקיסטאן קאנטראלירט אנדערע. דער טריטי העלפט צו אריבערפירן וואסער רעסורסן צווישן די צוויי לענדער.
Re: שפאנונגן צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:33 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
הר"ר @מאירוואלף א גרויסן יישר כח פאר דיינע נייעסן. ביסט מיר מהנה.
Re: שפאנונגן צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 1:00 pm
דורך מאירוואלף
א גרויסער זשורנאליסט אין פאקיסטאן זאגט אז ער האט מקורות אז אינדיע (פרעמיער מיניסטער מאודי) פלאנט עפעס גרויס ביי די גרעניץ ראיאן.
Re: שפאנונגן צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 1:13 pm
דורך מאירוואלף
פאקיסטאנע סאושעל מידיע אקאונטס שיקן ארום פאבריצירטע עי איי ווידיאוס איבער וואס עס וועט פאסירן זאל זיך אינדיע דערוואגן אנצוהייבן מיט פאקיסטאן.
Re: שפאנונגן צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 2:15 pm
דורך פעינטיג
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:33 pm
הר"ר @מאירוואלף א גרויסן יישר כח פאר דיינע נייעסן. ביסט מיר מהנה.
וגם אני
Re: שפאנונגן צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 11:42 pm
דורך מאירוואלף
באריכטן איבער שלאכטן וואס האבן אויסגעבראכן צווישן די אינדיאנע און פאקיסטאנע ארמייען ביי עטליכע גרעניץ פונקטן.
Re: שפאנונגן צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 11:44 pm
דורך מאירוואלף
דער הויפט פון אינדיאנער ארמיי גענעראל דוויוועדי איז אויפן וועג קיין קאשמיר אפצושאצן די סיטואציע.
Re: שפאנונגן צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 11:49 pm
דורך מאירוואלף
מאירוואלף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 11:42 pm
באריכטן איבער שלאכטן וואס האבן אויסגעבראכן צווישן די אינדיאנע און פאקיסטאנע ארמייען ביי עטליכע גרעניץ פונקטן.
קוקט אויס ווי די פאקיסטאנער האבן אביסל געשאסן און די אינדיאנער האבן געזאגט ונתנו גייט אהין און צירוק. דערווייל איז צוריק רואיג.
Re: שפאנונגן צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: פרייטאג אפריל 25, 2025 11:36 am
דורך מאירוואלף
די אויסערן מיניסטארן פון אינדיע און סאודי אראביע האבן אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך.
Re: שפאנונגן צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: פרייטאג אפריל 25, 2025 12:14 pm
דורך מאירוואלף
די פירער פון די אפאזיציע פארטיי אין אינדיע זענען ארויסגעקומען זאגן אז זיי שטיצן פרעמיער מיניסטער מאודי אונטערצונעמען סיי וועלכע אקציעס ער וויל קעגן פאקיסטאן.
Re: שפאנונגן צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: פרייטאג אפריל 25, 2025 12:26 pm
דורך מאירוואלף
מאירוואלף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:00 pm
אינדיע האט אפגעשטעלט דאס פליסן פון וואסער פונעם אינדוס טייך קיין פאקיסטאן, וואס האט אפעקטירט לאנדווירטשאפט און הידראעלעקטריסיטי פראדוקציע. דער שריט קען האבן א באדייטענדע השפעה אויף פאקיסטאן'ס עקאנאמיע.
דער אינדוס וואסער אפמאך איז אן אפמאך צווישן אינדיע און פאקיסטאן וועלכע טיילן זיך מיט די וואסער פונעם אינדוס טייך. אינדיע קאנטראלירט עטליכע טייכן, און פאקיסטאן קאנטראלירט אנדערע. דער טריטי העלפט צו אריבערפירן וואסער רעסורסן צווישן די צוויי לענדער.
באריכטן אז דאס וואסער אריין קיין פאקיסטאן פון די טשענאב טייך איז גענצליך אפגעשטעלט געווארן. בילדער פון די טרוקענע דאמבעס מאכן די רונדעס אויף סאשעל מידיע.
Re: שפאנונגן צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: פרייטאג אפריל 25, 2025 1:13 pm
דורך מאירוואלף
דער פאפולערע פירער פון די PPP פארטיי אין פאקיסטאן און א אויפגייענדע שטערן פאר די ארטיגע פרעמיערשאפט האט איצט געזאגט ביי א ראלי:
"אינדוס איז אטאקירט געווארן דורך אינדיע. אדער וועט דאס וואסער פון אינדוס פליסן, אדער זייער [אינדיע'ס] בלוט",
Re: שפאנונגן צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: פרייטאג אפריל 25, 2025 1:18 pm
דורך פופציגער
יישר כח @מאירוואלף
Re: שפאנונגן צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: פרייטאג אפריל 25, 2025 1:21 pm
דורך נאו לעיבל
@מאירוואלף א ריזיגע שכח פאר אלע דיינע באריכטן.
Re: שפאנונגן צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: פרייטאג אפריל 25, 2025 1:41 pm
דורך מאירוואלף
פרעזידענט טראמפ יעצט אויף עיר פארס וואן איבער די סיטואציע.
Re: שפאנונגן צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: פרייטאג אפריל 25, 2025 4:08 pm
דורך מאירוואלף
געשלעגן האבן אויסגעבראכן צווישן אינדיאנער און פאקיסטאנער פראטעסטירער אויף די גאסן פון לאנדאן נעבן די בנין פון דעם פאקיסטאנער מיסיע אין שטאט.
Re: שפאנונגן צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: זונטאג אפריל 27, 2025 1:15 am
דורך אנדערער
מאירוואלף האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 25, 2025 1:41 pm
פרעזידענט טראמפ יעצט אויף עיר פארס וואן איבער די סיטואציע.
די קאשמיר קאנפליקט איז נישט קיין 100 יאר אלט
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: זונטאג אפריל 27, 2025 7:33 am
דורך מאירוואלף
פאקיסטאן'ס פארטיידיגונגס מיניסטער האט זיך אנגעטראגן צו דורכפירן אן אינטערנאציאנאלע אויספארשונג איבער די טעראר אטאקע אין קאשמיר אין א פריוו צו בארואיגן דעם קריזיס מיט אינדיע.
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 9:42 am
דורך מאירוואלף
פאקיסטאן זאגט אז א מיליטערישע אינוואזיע דורך אינדיע איז אויפן שוועל.
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 9:51 am
דורך מאירוואלף
פאקיסטאן'ס פארטיידיגונגס מיניסטער זאגט אז אין א נארמאלע מיליטערישע קאנפליקט, זאלן ביידע לענדער זיך צוריקהאלטן פון נוצן נוקלעארע אפציעס.
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 9:53 am
דורך מאירוואלף
מאירוואלף האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 28, 2025 9:42 am
פאקיסטאן זאגט אז א מיליטערישע אינוואזיע דורך אינדיע איז אויפן שוועל.
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 9:58 am
דורך מאירוואלף
פאקיסטאן האט אראפגעשאסן אן אינדיאנער דראון אינעם קאשמיר ראיאן.
Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן
געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 10:07 am
דורך מאירוואלף
מאירוואלף האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 28, 2025 9:58 am
פאקיסטאן האט אראפגעשאסן אן אינדיאנער דראון אינעם קאשמיר ראיאן.
אנגעבליכע בילדער פון די שיריים.