מיינע תפילין!
געפאוסט: מאנטאג אפריל 21, 2025 12:33 pm
טעג לאנג געווען
דיר נישט געזען
תפילין
בלויז מיטן טלית
און דאס אלעס
תפילין
געווען געשיידט
נישט געדרייט
תפילין
געליגן באהאלטן
אין בייטל ס'אלטן
תפילין
מיין טייער קרוין! מיין תפילין
איך פריי זיך דיר צו פארמאגן
הייליג דערהויבן מיינע געפילן
ווען איך טוה דיר תפילין טראגן
----
די שיידל כ'עפען
דיר שוין טרעפן
תפילין
שעפש א תפילה
מיט געפילן פולע
תפילין
אויף מיין האנט
איז איר באקאנט
תפילין
איך מאך די ברכה
איך לייג די הנחה
תפילין
מיין טייער קרוין! מיין תפילין
איך פריי זיך דיר צו פארמאגן
הייליג דערהויבן מיינע געפילן
ווען איך טוה דיר תפילין טראגן
----
די געפילן טרייבן
מיט דיר בלייבן
תפילין
צו דיר בענקען
כ'וויל געדענקען
תפילין
מיינע טרערן וויש
איך געב דיר א קיש
תפילין
פארלאזן קיינמאל
אפי' נישט איינמאל
תפילין
מיין טייער קרוין! מיין תפילין
איך פריי זיך דיר צו פארמאגן
הייליג דערהויבן מיינע געפילן
ווען איך טוה דיר תפילין טראגן