בלאט 1 פון 2
טראמפ טאריפס
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 7:09 pm
דורך שינאווער
ב"ה
כמיין אז ס'פארדינט א באזונדערע ווינקל...
אלע נייעס, שמועסן מיינונגען וכו וכו
Re: טראמפ טאריפ'ס!
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 7:10 pm
דורך שינאווער
דער סייקל האלט יעצט אויפן מינוט דא.

- xU1jCK.jpeg (66.9 KiB) געזען געווארן 857 מאל
Re: טראמפ טאריפ'ס!
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 7:11 pm
דורך שינאווער
ברעיקינג: פרעזידענט טראמפּ רוקט ארויף די טאריפס אויף כינע צו 125% און שטופט אפ טאריפס אויף אלע אנדערע לענדער מיט 90 טעג.
די מארקעטס שיסן ארויף.
Re: טראמפ טאריפ'ס!
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 7:14 pm
דורך שינאווער
3.5 טריליאן דאלער איז געווארן צוגעלייגט צו די סטאק מארקעט נאך וואס פרעזידענט טראמפּ האט אפגעשטופט די טעריפס פאר 90 טעג.
Re: טראמפ טאריפ'ס!
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 7:14 pm
דורך שינאווער

- Rag0Pf.jpeg (231.04 KiB) געזען געווארן 847 מאל
Re: טראמפ טאריפ'ס!
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 7:17 pm
דורך שינאווער
דער אמעריקאנער טרעזשורי סעקרעטאר זאגט אז דער פרעזידענט'ס סטראטעגיע ביז אהער איז געווען צו לייגן כינע אין א שלעכטע פאזיציע.

- NSSIBL.jpeg (105.49 KiB) געזען געווארן 842 מאל
Re: טראמפ טאריפ'ס!
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 7:20 pm
דורך שינאווער
די ריטעיל ריז עמעזאן האט סוספענדירט די פרישע אינווענטארי באשטעלונגען פון כינע, צוליב די אסטראנאמישע טעריפס וואס די פאראייניגטע שטאטן האט ארויפגעלייגט.

- TillSg.jpeg (9.63 KiB) געזען געווארן 838 מאל
Re: טראמפ טאריפ'ס!
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 7:24 pm
דורך שינאווער
דער אמעריקאנער סעקרעטארי סקאט בעסענט זאגט אז פרעזידענט טראמפּ האט נישט אפגעשטעלט די טאריפס צוליב די מארקעט רעאקציע.

- u1Gq3A.jpeg (52.11 KiB) געזען געווארן 829 מאל
Re: טראמפ טאריפ'ס!
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 7:27 pm
דורך שינאווער
גאלדמאן סאקס האט אראפגענומען איר פאראויסשאצונג אויף א רעסעסיע נאך וואס פרעזידענט טראמפּ האט אפגעשטעלט די טעריפס.
Re: טראמפ טאריפ'ס!
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 7:28 pm
דורך שינאווער
אין רעזולטאט פון די היציגע טעריפס צושטאנד צווישן די פאראייניגטע שטאטן און כינע, האט כינע היינט ארויסגעגעבן א ווארענונג צו אירע בירגער, איבער באזוכן די פאראייניגטע שטאטן.
Re: טראמפ טאריפ'ס!
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 7:28 pm
דורך שינאווער
פרעזידענט טראמפּ קאמענטירט אויף די מארקעט שפרינג: "עס איז ארויף 2,500 פונקטן, קיינער האט נאך קיינמאל נישט געהערט אזאנס, עס איז דארף צו זיין א רעקארד."
Re: טראמפ טאריפ'ס!
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 7:29 pm
דורך שינאווער
שטייענדיג יעצט איז 5.5 טריליאן דאלער געווארן צוגעלייגט צו די סטאק מארקעט, נאך וואס פרעזידענט טראמפּ האט אפגעשטעלט די טאריפס. די עס-ענד-פּי האט געמאכט 9.5% און די נעסדעק איז געשפרינגען מיט 12%.
Re: טראמפ טאריפ'ס!
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 7:30 pm
דורך שינאווער

- 5lmHup.jpeg (148.26 KiB) געזען געווארן 821 מאל
Re: טראמפ טאריפס
געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 6:53 am
דורך מאירוואלף
יאפאנעזער עקאנאמיע מיניסטער אקאזאווא: עס איז נישטא קיין טויש אין אונזער שטעלונג, מיר פארלאנגען א פולשטענדיגע אפשאפונג פון די אמעריקאנער טאריפס.
Re: טראמפ טאריפס
געפאוסט: זונטאג מאי 04, 2025 4:13 am
דורך מיילעך פריילעך
הערט אויס משה שפיטצער אויף קול מבשר, ער צולייגט עס מיט א מוראדיגע קלארקייט, ס'איז אויך אביסל גוט זיך צו אפשאקלען פון די אינערליכע טראמפ סינדראם.
Re: טראמפ טאריפס
געפאוסט: זונטאג מאי 11, 2025 1:41 pm
דורך מיילעך פריילעך

- IMG_20250511_134039_244.jpg (255.82 KiB) געזען געווארן 592 מאל
Re: טראמפ טאריפס
געפאוסט: פרייטאג מאי 23, 2025 3:23 pm
דורך שינאווער
טראמפ איז אויפגעקומען מיט א נייער סטראטעגיע בנוגע טאריפ'ס, נעמליך, צו ארויפלייגן טאריפס אויף א פירמע אנשטאטס אויף א גאנצע לאנד.
טראמפ האט ארויפגעלייגט נישט לאנג צוריק טאריפס אויף כינע מיט די ציל אז קאמפעניס זאלן אריבער קומען קיין אמעריקע מיט זייערע פרודאקשען, און מיט א טייל האט ער מצליח געווען, און א טייל נישט.
איינע פון די קאמפעני'ס וואס האבן זיך סוקסעספול ארויסגעדרייט פון דעם איז געווען "עפל" וואס האט אריבערגעפירט אירע פעקטארי'ס קיין אינדיע.
האט טראמפ היינט געמאלדן אז ער ווארענט די עפל פירערשאפט, אז אויב זיי גייען נישט אריינברענגען זייער אמעריקאנע פרודאקשן אין אמעריקע, דאן וועט ער ארויפלייגן אויף "עפל", 25 פראענט טאריפס.
זעהט אויס אז דעי מיליאן וואס עפל האט געגעבן ביים איינשווערונג האט זיך נישט אזוי שטארק אויסגעצאלט...
Re: טראמפ טאריפס
געפאוסט: פרייטאג מאי 23, 2025 3:26 pm
דורך שינאווער
אזוי אויך האט טראמפ געמאלדן אז ער באטראכט ערנסט ארויפצולייגן 50 פראצענט טאריפס אויף די אי-יו - אייראפעישער יוניאן.
ער זאגט אז אמעריקע שיקט צו די אי יו אסאך אסאך מער וואו פארקערט, און אז די אי יו פארהאנדלט נישט געהעריג מיט אים, סא ער באטראכט ערנסט ארויפצו לייגן אויף זיי א נישטיגע 50 פראצענט טאריפס, פון יוני 1 אנגעהויבן.
Re: טראמפ טאריפס
געפאוסט: פרייטאג מאי 23, 2025 4:23 pm
דורך אנדערער
שינאווער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 23, 2025 3:26 pm
אזוי אויך האט טראמפ געמאלדן אז ער באטראכט ערנסט ארויפצולייגן 50 פראצענט טאריפס אויף די אי-יו - אייראפעישער יוניאן.
ער זאגט אז אמעריקע שיקט צו די אי יו אסאך אסאך מער וואו פארקערט, און אז די אי יו פארהאנדלט נישט געהעריג מיט אים, סא ער באטראכט ערנסט ארויפצו לייגן אויף זיי א נישטיגע 50 פראצענט טאריפס, פון יוני 1 אנגעהויבן.
אויף כינע לייגט ער טאריף ווייל זיי שיקן קיין אמעריקא מער און אויף אי יו ווייל אמעריקע שיקט מער?
Re: טראמפ טאריפס
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 11:48 pm
דורך בערל דער פייפער
למעשה לייגט ער ארויף צוביסלעך טאריפס אויף פארשידענע לענדער, און די זעלבער צייט מאכט ער נייע אפמאכען מיט די אנדערע לענדער,
און עולם איז שוין נישט אין קיין פחדים, די סטאק מארקעט איז הויעך.
Re: טראמפ טאריפס
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 11:53 pm
דורך חלום חלמתי
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 31, 2025 11:48 pm
למעשה לייגט ער ארויף צוביסלעך טאריפס אויף פארשידענע לענדער, און די זעלבער צייט מאכט ער נייע אפמאכען מיט די אנדערע לענדער,
און עולם איז שוין נישט אין קיין פחדים, די סטאק מארקעט איז הויעך.
די עולם האט זיך אויסגעלערנט די געים, יעדע מאל די דעדליין קומט אן פארלענגערט מען עס מיט נאך ניינציג טעג... אינטרעסאנט טאקע פארוואס די לענדער קומען נישט צילויפן מאכן א דיעל.
Re: טראמפ טאריפס
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 12:23 am
דורך הדסים
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 31, 2025 11:53 pm

וועלכע לענדער האבן נאכנישט געמאכט קיין דיעל?
Re: טראמפ טאריפס
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 12:25 am
דורך הדסים
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:02 pm
טראמפ האט געגעבן פרישע ניינציג טעג פאר מעקסיקא, אנצוגיין מיט די פארהאנדלונגען איבער א האנדלס אפמאך.unnamed - 2025-07-31T160141.371.png
אהוי... נאך א דעדליין נאך א דעדליין...
Re: טראמפ טאריפס
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 12:45 am
דורך חלום חלמתי
הדסים האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 01, 2025 12:23 am
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 31, 2025 11:53 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 31, 2025 11:48 pm
למעשה לייגט ער ארויף צוביסלעך טאריפס אויף פארשידענע לענדער, און די זעלבער צייט מאכט ער נייע אפמאכען מיט די אנדערע לענדער,
און עולם איז שוין נישט אין קיין פחדים, די סטאק מארקעט איז הויעך.
די עולם האט זיך אויסגעלערנט די געים, יעדע מאל די דעדליין קומט אן פארלענגערט מען עס מיט נאך ניינציג טעג... אינטרעסאנט טאקע פארוואס די לענדער קומען נישט צילויפן מאכן א דיעל.
וועלכע לענדער האבן נאכנישט געמאכט קיין דיעל?
וועלכע יא?
כהייב אן מיט אונזערע טיר ביי טיר שכינים קאנאדע און מעקסיקא, יעצט קענסטו אראפפארן די מאפע ביז ווי די ווילסט.. מעק אויס אינדאנעזיע, UK און יאפאן די איינציגסטע וואס האבן יא געמאכט...
Re: טראמפ טאריפס
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 2:51 am
דורך הדסים
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 01, 2025 12:45 am
הדסים האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 01, 2025 12:23 am
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 31, 2025 11:53 pm
די עולם האט זיך אויסגעלערנט די געים, יעדע מאל די דעדליין קומט אן פארלענגערט מען עס מיט נאך ניינציג טעג... אינטרעסאנט טאקע פארוואס די לענדער קומען נישט צילויפן מאכן א דיעל.
וועלכע לענדער האבן נאכנישט געמאכט קיין דיעל?
וועלכע יא?
כהייב אן מיט אונזערע טיר ביי טיר שכינים קאנאדע און מעקסיקא, יעצט קענסטו אראפפארן די מאפע ביז ווי די ווילסט.. מעק אויס אינדאנעזיע, UK און יאפאן די איינציגסטע וואס האבן יא געמאכט...
אי.יו.
פיליפינען
דרום קארעא
וויעטנאם
קאמבאדיע
פאקיסטאן
און טאקע אינדאנעזיע, ענגלאנד און יאפאן.
קאנאדע קען מען דאך נישט צוליב די פענטעניל ה"י בלייבט נאר איבער מעקסיקא... נו מילא..