בלאט 1 פון 1

שטארק!

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 3:18 pm
דורך פשוט און גראד
קרעדיט @משה יצחקי

איך האב באקומען פון איינעם די מעסעדזש, איך מיין ס’איז זייער פאוערפאל, איז וויל איך עס מיטטיילן מיט מיינע פריינד דא אויפן וועלטל.

(ס’איז א געמיש פון פארשידענע נקודות, אבער שטארק ווי אייזן.)

_____________________________


דיין שווערע דזשאב, איז די חלום פון יעדע ארבעטסלאזע מאן.

דיין ביליגע הייזקע, איז די חלום פון יעדע היימלאזע פערזאן.

דיין שלעכטע טאטע/מאמע, איז די חלום פון יעדע יתום.

דיין האלבע שמייכל, איז די חלום פון יעדע דעפרעסטע מענטש.

דיין שוואכע געזונט צושטאנד, איז די חלום פון יעדע קראנקע נשמה.

דיין צער גידל בנים, איז די חלום פון יעדע קינדערלאזע מאן און ווייב.

דיין אומדערטרעגליכע שוויגער, איז די חלום פון יעדע אלטע בחור.

לאז נישט דיינע שווערע דורכגענג דיך מאכן פארגעסן פון דיינע מעלות מיט וואס דו ביסט געבענטשט געווארן.

זיי ווער דו ביסט. דאס איז די ערשטע טריט וואס דו דארפסט נעמען צו קענען ווערן בעסער ווי דו ביסט.

צו האבן גוטע זכרונות מארגן, דארפסטו טון גוטע מעשים היינט.

איר זיצט רואיג אויפן באס ווען איר קענט ניטאמאל דעם שאפער.

איר פליעט רואיג אויפן עראפלאן ווען איר קענט ניטאמאל דעם פילאט.

איר פארט רואיג אין א שיפל ווען איר קענט ניטאמאל דעם קאפיטאן.

אויב אזוי קענט איר זיין רואיג אין לעבן וויסנדיג אז גאט איז דער וואס האט אלעס אונטער קאנטראל.

פרעג זיך אליינס, וועט דאס וואס איך טוה היינט מיך צוברענגען נענטער צו וואס איך וויל זיין מארגן?

פאר די קוקסט אריין וואס גייט פאר אינעם ווייסן הויז, בליק אריין וואס גייט פאר מיט דיין אייגן הויז.

א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.

צייט וואס די ענדשויסט צו פארברענען איז נישט קיין פארברענטע צייט.

זיי מחנך דיינע קינדער וועסטו קענען ספוילען דיינע אייניקלעך. ספויעלסט דיינע קינדער וועסטו דארפן מחנך זיין דיינע אייניקלעך.

איך גלייך נארמאלע, און איך גלייך נישט נארמאלע, אבער איך גלייך נישט, נארמאלע וועלכע שטעלן זיך ארויס אלץ נישט נארמאלע.

קלוג קען זיין א יעדער, קלוגער דאס קען שוין נישט א יעדער.

“די קוראדזש פון אנהייבן איז שטערקער פון די רצון צו ענדיגן”.

זאלסט אייביג געדענקען: א מיסטעיק איז א 'געשעעניש' נישט קיין 'מענטש'

Re: שטארק!!

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 5:07 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שטארק!

שכח פארן צוברענגען.

Re: שטארק!!

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 5:34 pm
דורך הדסים
שטארק איט איז!!

Re: שטארק!!

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 2:48 pm
דורך יוחנן כהן
יא. שטארק!

Re: שטארק!

געפאוסט: פרייטאג אפריל 18, 2025 4:22 pm
דורך מאטאווירט
זייער שטארק, איינס ביי איינס.

Re: שטארק!

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 1:08 am
דורך בודקע
@פשוט און גראד ,
מאטאווירט האט געשריבן: פרייטאג אפריל 18, 2025 4:22 pm זייער שטארק, איינס ביי איינס.

Re: שטארק!

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:02 pm
דורך שינאווער
שטארק!

זיי מחנך דיינע קינדער וועסטו קענען ספוילען דיינע אייניקלעך. ספויעלסט דיינע קינדער וועסטו דארפן מחנך זיין דיינע אייניקלעך.