בלאט 1 פון 3

חומר למחשבה: די איזראעלי מוסד אקציעס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 2:13 am
דורך ער האט געלט?
סאו איך האב יעצט אפאר מינוט צו אטעמען סאו כ'האב מיר מיישב געווען צו נעמען דעם פעדער אוו די האנט און שרייבן אביסל פשוט לשם זיך אויסליפטערן פון ערב (חל המועד) פסח פיבער, און יא... סאיז 12 אזייגער פארטאגס,
סאו איך וויל אנכאפן או שטיקל קאנטערווירטשחמץגל (גוט גע'ספעלט?) נושא און איך האף איך גיי נישט טריגערן קיין קנאים , און איך וויל מודיע זיין אז איך בין א עכטע קנאי און די מדינה ציונות איז טמא פוי...(Im serious)

יעצט נאך די הקדמה קען מען גיין צום טאפיק
די מוסד און די איזרעלי מילטער האט לעיטלי דורכגעפירט בעסער געזאגט די לעצטע סעפטעמבער למספרם אקציעס וואס האט ליטערלי אויפגעטרייסלט די וועלט אויף א לעוועל וואס איז נאכנישט געזען געווארן און לאמיר עס צונעמען און צוקייען און מאכן א נאך ברכה...
די חברה זענען געשלאפן א טיפע שלאפ דעם פארגאנגענעם שמחת תורה, און חאמאס האט אריינגעשטורמט און א"י מיט שטארקייט (רעלעטיוו ווי צוריקגעשטאנען זיי זענען) און אנגעהויבן צו שיסן וועם מזעט, סקוקט אויס אז עס איז געווען ערנסט אויסגעפלאנט ווי אזוי מען גייט זיך אריינזען און א''י - אבער זיך צוריק זען איז נישט עפעס איז וויכטיג בכלל פאר זיי - און עס האט זיך אנגעהויבן א מלחמה און מיטל מזרח וואס מען האלט נאך אינמיטן , עס זענען אריינגעשלעפט געווארן דא די גאנצע חד גדיא אנגעהויבן מיט חאמאס חיזבאללא חוטיס איראן איראק סיריע (סיריע נישט דירעקט אבער גענוג) מיט א פיצעלע מדינה'לע וואס איז ניטאמאל אזוי גרויס ווי א פאפיטא און אפי' קלענער מיט אן עולם פון סך הכל ווייניגער ווי צען מיליאן מענטשן ווערסעס מילימילאנען וואס האבן פיינט דעם פלאץ ארום און ארום,

איז מדינת ישראל האט אנגעהויבן א מלחמה מיט יעדעם איינעם פון זיי ובראשם חאמאס יעצט לאמיר אנהייבן מיט חאמאס, חאמאס איז באמת א שווערע בחור, טאקע וויבאלד זיי זענען אזוי צירוקגעשטאנען , און אלע דריי בחינות פון א עולם וואס קענען בכלל נישט פירן קיין פלאץ און א IQ וואס איז נאך קלענער פון דעם און די פראבלעם איז אז זיי זענען ווי פרעש פון מצרים וואס ווען די באשיסט זיי שפראצן ארויס אזא 1500 חאמאס ניקעס וואס זיי ווילן איין זאך! "פראם די ריווער טא די סי" עפ''ל און זיי דארפן נישט פאר זיך גארנישט , סאיז נישט מיט סטראטעגיע סהאט נישט קיין הענט קיין פיס זיכער נישט קיין קאפ, סאיז נאר זאל זיין א חורבן זהו, חוץ מזה וואס חאמאס איז אפגעפליקטע שבט מער פון יעדעם און די וועלט, זיי זענען די רחמנות פון די וועלט און אזוי ווילן זיי בלייבן קיינער פון זייערע געטרייע ארבישע ברידער הייבן נישט אהן צו זיין אינטרעסירט און די חברה, ווייל זיי טויגן אויף גארנישט , חוץ צו מאכן חרבנות און שרייען אז זיי זענען אליינס אויפן גאס און אומשילדיג און מען מוז זיי געבן העלפן,
סאו די מדינה האט א ערענסטע פראבלעם מיט זיי , און צו דעם קומען די צודרייטע UN און העלפט ארויס זייער ציל צו זיי צו מאכן ווי א גרעסערע רחמנות, (ווען אסאד רשזים האט אויסגע'הרג'ט מיליאנען צו קענען בלייבן אויפן בענקל בין איך נייגעריג וויפל מאל די UN האט זיך צוזאם געזעצט אויסהערן זייער געשריי...)

יעצט מיט חיזבאלא און איראן און חוטיס, איז אביסל אנדערש די בילד ווי איך פארשטיי זענען זיי יא דא מער מיט א ציל און א''י איז זייער עכטע שונא, און זיי האבן געלט און שפיאנאזש א ביסל ובראשם געטרייע קעמפפער מיט געווער, און גאר אסאך פארגעשריטענע מיסלס

ווי אומגלויבלעך עס הערטס זיך האט זיך מדינת ישראל צולאזט די הענט מיט די פיס, און פלעין צומגעלייגט די 4 חברה איראן, חיזבאלא סיריע חוטיס ווי א פאלדענג טיש און אוועק געפאקט און קלאזעט און איין חודש פארגאנגענעם סעפטעמבער

אנגעהויבן מיט די אומגלויבלעכע קעמאנדא אקציע צו חרוב מאכן א איראן געבויטן פארגעשריטענע מיסל פעקטערי און סיריע וואס מען האט דעמאלטס נאך געהאלטן אין מיטן די חנוכת הבית, - בעסיקלי פאר ווער עס ווייסט נישט - איראן האט געמיזט קענען צושטעלן געווער פאר חיזבאללא זייערע באליבטע שלוחים, די פראבלעם איז געווען אז מ''י פלעגט באמבאדירן די גאנצע זאך תיכף עס האט אריבערגעטרעטן די שוועל פון איך ווייס ווי...בקוציר עס איז געווען צו שווער פאר זיי האבן סיי אנגעהויבן פלענער פאר א מיסל פעקטערי און סיריע און דאס איז געבויעט געווארן און א שטיק שטיין אויסגעגראבן פון אינעווייניג , אזוי ווי איראן האט געבויעט זייער נוקלער פלענט, אז מען זאל דאס נישט קענען חרוב מאכן פון די ליפט בשום אופן עס איז געווען א ריזן פאיעקט
און מ''י איז פון דעם געוואר געווארן פון day 2 און געווארט ביז זיי גייען ענדיגן לייגן די טיילס און די טוילעטס, און די שיינע לייטס ביים אריינגאנג,
די רגע וואס א''י האט געוויסט אז עס איז גרייט האבן זיי דורכגעפירט א קמאנדא אקציע וואס שפילטס זיך נאר אפ און פאנטאזיעס , אראפגעשיקט 120 קמאנדאוס און זייענדיג טרענירט האבן זיי מסדר געווען די פאר חברה ביים טיר און אריינמאשירט ווי ביים טאטן און טשאלנט גארטן, און אויפגעריסן און פארברענט די גאנצע ארבעט פון יארן, אלעס איז געווארן בטל ואפרה דארעא, גארנישט געבליבן און די איבריגע האבן זיי געזאגט כל חמירה...און אפגעפיצט פון שטח און א שעה א האלב אדער עפעס אזוי

די חברה און איראן און חיזבאללא וואס זענען נאך געזיצן שבעה אויפן מיסיל פעקטערי זענען אפאר וואכן שפעטער געכאפט געווארן מיט נאך א גרעסערע סערפרייז ,
פלעין זייערע טויזנטע גענאראלען זענען פשוט צופליקט געווארן דורך... חיזבאללא אליין, מ''י האט אסאנס חוזק געמאכט פון חיזבאללא מיט די ביפער אטאקע אז עס לאזט זיך נישט גלייבן די מעשה איז נטאמאל געווען אינטרעסאנט צו שרייבן און א פאנטאזיע ביך ווייל עס געשעט נישט אזאלכע זאכן,
עס קוקט נישט אויס ווי די Cia אדער Mi6 וכו' קענען אזאנס באווייזן,
און דערנאך איז געקומען די צייט פאר נעסאראלע צו גיין, און די גאנצע חיזבאללא טעראר וואס איז באמת געווען די שטערקסטע שליח פונעם ס''מ איז געווארן כמעט טאטאל פארניטעט,

נישט קיין שאלה אפי' אז דאס האט געפירט צו די טאטאלע צוזאמפאל פונעם אסאד רעשזים וואס זייער עיקר כח איז געווען חיזבאללע מיט ראששע... און זיי זענען געווען אויף וויקאציע! סאו דאס איז געשען,

די שאלה וואס קומט ארויף ווען מען הערט עס אוו מער ווען מען טראכט אריין , וואס גייט דא פאר איז דאס א יד השם, אבער ווי מיר ווייסן איז צוינות א ערנסטע פראבלעם און זיי זענען נישט קיין שלוחים פונעם בורא, צו היטן כלל ישראל,

וואס איז יא שווער איז אז אפי' מ''י איז א שטארקע מיליטער Compared צו אלע ארום מיט אייזענע אידישע קעפ , איז עס נאך אלץ נישט מסביר וואס דא קומט פאר ווי אזוי אזא קליינע פיצי לאנד געט פרי אינטערטעמענט פאר די וועלט , און מאכן העדליינס איינס נאכן צווייטן, אבער וואס טרייסלט די וועלט,
אזוי ווי פריער דערמאנט , ניטאמאל די CIa און אנדערע קענען באווייזן אזאנע זאכן

איז אויב איינער האט א גוטע הסבר וואס שטימט מיטן חפץ חיים אז ציונות איז חזיר טריף זאל ביטע ארויפקומען זאגן אפאר ווערטער

לחיים!!

Re: חומר למחשבה - די איזרעלי מוסד אקציעס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 2:23 am
דורך להגדיל הטראסק
זייער א שיינע באשרייבונג איבער די מוסד שפיאנאזש און די גרויסע מעכטיגע מיליטער פון עטניש אידישע מענטשן, אבער די לעצטע פראזן און דיין פראגע ביטע ערקלערן פאר די וועלכע פארשטייען נישט אריינגערעכנט אני הקטן.

אויב איז די פראגע א טעכנישע, איז דער ענטפער אויך א טעכנישע - ישראל עזין שבאומות, ווען נישט די תורה וואס באגרעניצט און איידלט אויס א איד, קוקט מען בטבע אזוי אויס, מען האלט זיך נישט צוריק פון גארנישט, מען האט דעם קוראזש יענעם צו צומאלן אן קיין דיפלאמאטיע.

אויב איז די פראגע א רוחניות'דיגע, יא! עס איז א נסיון! און מען טאר זיך נישט פארלירן און ווערן עקסייטעט מיט נצחונות פון די סיטרא אחרא, נישט אנדערש וואו איך פריי מיך נישט ווען מיין טאטנס ארכי שונא האט הצלחה אויך אויב אויסערליך קוקט עס צומאל אויס ווי עס איז לטובתי.

Re: חומר למחשבה - די איזרעלי מוסד אקציעס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 2:45 am
דורך ער האט געלט?
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 2:23 am זייער א שיינע באשרייבונג איבער די מוסד שפיאנאזש און די גרויסע מעכטיגע מיליטער פון עטניש אידישע מענטשן, אבער די לעצטע פראזן און דיין פראגע ביטע ערקלערן פאר די וועלכע פארשטייען נישט אריינגערעכנט אני הקטן.

אויב איז די פראגע א טעכנישע, איז דער ענטפער אויך א טעכנישע - ישראל עזין שבאומות, ווען נישט די תורה וואס באגרעניצט און איידלט אויס א איד, קוקט מען בטבע אזוי אויס, מען האלט זיך נישט צוריק פון גארנישט, מען האט דעם קוראזש יענעם צו צומאלן אן קיין דיפלאמאטיע.

אויב איז די פראגע א רוחניות'דיגע, יא! עס איז א נסיון! און מען טאר זיך נישט פארלירן און ווערן עקסייטעט מיט נצחונות פון די סיטרא אחרא, נישט אנדערש וואו איך פריי מיך נישט ווען מיין טאטנס ארכי שונא האט הצלחה אויך אויב אויסערליך קוקט עס צומאל אויס ווי עס איז לטובתי.
Disagree א''י צומאלט נישט קיינעם , זיי נעמען נקמה און פראטעקטן זיך , די ביפער אטאקע איז נישט געווען צו ווייסן פאר די וועלט הע קוק , אפשר (זיכער) אויך אבער מיטן ציל זיך צו פראטעקטן חיזבאללא איז באמת געווען גרייט צו טוהן אבאך ערגער ווי אוקטובר 7 ,
וואס איך האלט איז אז למעשה למעשה מיליאנען ערליכע אידישע קינדער וואינען דארט און דער אייבערשטער דער שומר ישראל היט אויף כלל ישראל , גראדע אויף דעם אויפן אבער נישט צו זאגן חלילה די פארדאלטענע מדינה איז בעצם א טובה, חלילה , זיי זענען רשעים, נאר דער רבוש''ע דארף היטן כלל ישראל , און טוט עס יעצט אויף דעם אויפן וואס איך פארשטיי נישט און דארף נישט פארשטיין , אבער צו זאגן אז באיזה גארנישט און סתם א מקרה i disagree

Re: חומר למחשבה - די איזרעלי מוסד אקציעס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 2:49 am
דורך להגדיל הטראסק
► Show Spoiler
'אן קיין דיפלאמאטיע' איז נישט טייטשט 'צוועקלאז'

אלענפאלס: פארשטיי איך ווייטער נישט וואו די צילסט

בינעך נישט מחיוב אלעס צו פארשטיין.

Re: חומר למחשבה - די איזרעלי מוסד אקציעס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 2:55 am
דורך ער האט געלט?
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 2:49 am
► Show Spoiler
'אן קיין דיפלאמאטיע' איז נישט טייטשט 'צוועקלאז'

אלענפאלס: פארשטיי איך ווייטער נישט וואו די צילסט

בינעך נישט מחיוב אלעס צו פארשטיין.
צו דעם ציל איך ,
איז איך האלט אז דער אייבערשטער היט אויף כלל ישראל , גראדע אויף דעם אויפן אבער נישט צו זאגן חלילה אז זיי זענען בעצם א טובה חלילה , נאר זיי זענען רשעים, נאר דער רבוש''ע דארף היטן כלל ישראל , און טוט עס יעצט אויף דעם אויפן וואס איך פארשטיי נישט און דארף נישט פארשטיין

איך האב מיך געווינדערט אויף די אלע זאכן וואס גייט פאר אוו איך מיין אז דאס איז פשט פון מיין קוק ווינקל
נישט אזוי טיף

Re: חומר למחשבה - די איזרעלי מוסד אקציעס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 7:58 am
דורך Azoi Tzi Zugen
איך טריי צו פארשטיין דיין שאלה. מען קען צולייגן די מעשיות צו עס איז טאקע אזוי שרעקעדיג מעכטיג, איך קען מאכן אויף כינע היבש מעכטיגע מעשיות, אבער לו יהא עס איז עפעס קונצן שלא מעלמא הדין, מאכט עס שווער עפעס א קושיא? איז עפעס א חידוש אז מיר זאגן אין תהלים ויצוצו כל פועלי און?

Re: חומר למחשבה - די איזרעלי מוסד אקציעס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 9:47 am
דורך מסתמא
וואס איז די קשיא? אז אידישע קעפ טויגן? וויאזוי איז דאס פונקטליך א סתירה מיט די חזיר טריף’קייט פון ציונות? וואו איז דא א מקום דא פארן חמור (צו משבח זיין רשעים) צו הויערן אין די מחשבה?

I just dont get it

Re: חומר למחשבה - די איזרעלי מוסד אקציעס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 11:16 am
דורך ער האט געלט?
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 9:47 am וואס איז די קשיא? אז אידישע קעפ טויגן? וויאזוי איז דאס פונקטליך א סתירה מיט די חזיר טריף’קייט פון ציונות? וואו איז דא א מקום דא פארן חמור (צו משבח זיין רשעים) צו הויערן אין די מחשבה?

I just dont get it
לענ''ד איז דאס נישט די אידישע קאפ סאיז מער פון דעם,
דאס אז די אידישע קעפ פלענער ארבעטן זיך אויס האט נישט מט די אידישע קאפ, סהאט מיט מזל ניסים פונעם שטן... וכו וכו'
די אידישע קאפ ענדיגט עט וואן פוינט
און איך בין בכלל נישט משבח די רשעים, איך ווינדער מיך נאר וואס דא דא גייט פאר ,

Re: חומר למחשבה - די איזרעלי מוסד אקציעס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 11:47 am
דורך Azoi Tzi Zugen
שטעלסט הנחות און דו פרעגסט קושיות. נסים אין קאפ אריין... אמעריקא האט גרעסערע נסים. זיי דערציילן נאר נישט אלעס...

Re: חומר למחשבה - די איזרעלי מוסד אקציעס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 12:22 pm
דורך מסתמא
ער האט געלט? האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 11:16 am
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 9:47 am וואס איז די קשיא? אז אידישע קעפ טויגן? וויאזוי איז דאס פונקטליך א סתירה מיט די חזיר טריף’קייט פון ציונות? וואו איז דא א מקום דא פארן חמור (צו משבח זיין רשעים) צו הויערן אין די מחשבה?

I just dont get it
לענ''ד איז דאס נישט די אידישע קאפ סאיז מער פון דעם,
דאס אז די אידישע קעפ פלענער ארבעטן זיך אויס האט נישט מט די אידישע קאפ, סהאט מיט מזל ניסים פונעם שטן... וכו וכו'
די אידישע קאפ ענדיגט עט וואן פוינט
און איך בין בכלל נישט משבח די רשעים, איך ווינדער מיך נאר וואס דא דא גייט פאר ,
זיי מסביר פארוואס ’סקען נישט זיין’ אז סהאט פלעין ענד סימפל מיט די אידישע קאפ און סאליד קאנעקשאנס און געלט און לאבי איינפלוס? דו דארפסט קודם בויען א קעיס בכדי אז איינער זאל בכלל זוכן אן ענטפער דערצו, דערווייל זעה איך דא נישט קיין קעיס אפילו

Re: חומר למחשבה - די איזרעלי מוסד אקציעס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 12:49 pm
דורך ער האט געלט?
ווייל אמירקע האט עס אויך נישט באוויזן און רעדט מיך נישט איין אז זיי באהאלטן אלע זייערע מעכטיגע אקציעס, אזאלכע אקציעס לאזט מען דערעקט אומדערעקט ארויס ליקן פאר פראפאגאנדע

Re: חומר למחשבה - די איזרעלי מוסד אקציעס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 12:50 pm
דורך שבת קודש
ער האט געלט? האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 11:16 am
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 9:47 am וואס איז די קשיא? אז אידישע קעפ טויגן? וויאזוי איז דאס פונקטליך א סתירה מיט די חזיר טריף’קייט פון ציונות? וואו איז דא א מקום דא פארן חמור (צו משבח זיין רשעים) צו הויערן אין די מחשבה?

I just dont get it
לענ''ד איז דאס נישט די אידישע קאפ סאיז מער פון דעם,
דאס אז די אידישע קעפ פלענער ארבעטן זיך אויס האט נישט מט די אידישע קאפ, סהאט מיט מזל ניסים פונעם שטן... וכו וכו'
די אידישע קאפ ענדיגט עט וואן פוינט
און איך בין בכלל נישט משבח די רשעים, איך ווינדער מיך נאר וואס דא דא גייט פאר ,
דאס אז די שוואכע אוקריינא קען אזאנס געבן פאר די מעכטיגע רוסלאנד איז 'ניסים' פון שטן אדער פון באשעפער?

Re: חומר למחשבה - די איזרעלי מוסד אקציעס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 12:57 pm
דורך ער האט געלט?
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 12:50 pm

רוסלאנד איז בכלל נישט מעכטיג, חוץ נוקלער און אוקריינע טוט גארנישט, זיי שיסן פלעין די. מיסלס פון אמיריקע זיי טוען נישט גארנישט מער סאיז אנביסל אנדערש

Re: חומר למחשבה - די איזרעלי מוסד אקציעס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 1:01 pm
דורך שבת קודש
ער האט געלט? האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 12:57 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 12:50 pm
ער האט געלט? האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 11:16 am
לענ''ד איז דאס נישט די אידישע קאפ סאיז מער פון דעם,
דאס אז די אידישע קעפ פלענער ארבעטן זיך אויס האט נישט מט די אידישע קאפ, סהאט מיט מזל ניסים פונעם שטן... וכו וכו'
די אידישע קאפ ענדיגט עט וואן פוינט
און איך בין בכלל נישט משבח די רשעים, איך ווינדער מיך נאר וואס דא דא גייט פאר ,
דאס אז די שוואכע אוקריינא קען אזאנס געבן פאר די מעכטיגע רוסלאנד איז 'ניסים' פון שטן אדער פון באשעפער?
רוסלאנד איז בכלל נישט מעכטיג, חוץ נוקלער און אוקריינע טוט גארנישט, זיי שיסן פלעין די. מיסלס פון אמיריקע זיי טוען נישט גארנישט מער סאיז אנביסל אנדערש
די רוסישע מיליטער איז נישט מעכטיג משא''כ די כאמאס מיליטער איז גאר מעכטיג?

Re: חומר למחשבה - די איזרעלי מוסד אקציעס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 1:06 pm
דורך ער האט געלט?
ניין אבער 6 פראנטן אויף איינמאל איז היפש שווער

Re: חומר למחשבה - די איזרעלי מוסד אקציעס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 1:46 pm
דורך קונטסל
דאס אז זיי האבן נישט געוויסט אזאך וואס טוינזטער חאמאס קעמעפער האבן געוויסט, ס'הייסט אז זיי האבן נישט געוויסט אז סקומט די אקטאובער 6 אטאקעס
איז אזא מאכטפולע דורכפאל וואס איז נאכנישט געווען אין די מאדערענע היסטאריע.

איראן איראק כוטיס, געווען איינצעלע אטאקעס. סיריע ווארפן זיי באמבעס, ווי זעסטע עפעס מוארה'דיגע סוקסעס אין דעם?

און פארוואס זיי האבן יא געוויסע הצלחות, הרה"ק מסאטמאר ז"ל האט געהאלטן ס'איז א נסיון, (און אויך ס'קען זיין אז זיי ועלן האבן עכטע ניסים ה"י)

Re: חומר למחשבה - די איזרעלי מוסד אקציעס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 6:01 pm
דורך הדסים
ש'כח פאר דיין ארטיקל.
דער רמב"ן האלט אז געווינען א מלחמה איז נישט קיין נס,
יא, אפילו די פאר הונדערט חשמונאים קעגן הונדערטער טויזענטער גריכן אויפגעריסטעט מיט די מאדערנסטע געווער און עלעפאנטן.

Re: חומר למחשבה - די איזרעלי מוסד אקציעס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 6:34 pm
דורך ער האט געלט?
הדסים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 6:01 pm ש'כח פאר דיין ארטיקל.
דער רמב"ן האלט אז געווינען א מלחמה איז נישט קיין נס,
יא, אפילו די פאר הונדערט חשמונאים קעגן הונדערטער טויזענטער גריכן אויפגעריסטעט מיט די מאדערנסטע געווער און עלעפאנטן.
זיי דיך מסביר, חנוכה איז נישט געווען קיין נס?

Re: חומר למחשבה - די איזרעלי מוסד אקציעס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 6:37 pm
דורך הדסים
ער האט געלט? האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 6:34 pm
הדסים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 6:01 pm ש'כח פאר דיין ארטיקל.
דער רמב"ן האלט אז געווינען א מלחמה איז נישט קיין נס,
יא, אפילו די פאר הונדערט חשמונאים קעגן הונדערטער טויזענטער גריכן אויפגעריסטעט מיט די מאדערנסטע געווער און עלעפאנטן.
זיי דיך מסביר, חנוכה איז נישט געווען קיין נס?
נס חנוכה איז געווען אז מ'האט געטראפן א קריגל אויל.

Re: חומר למחשבה - די איזרעלי מוסד אקציעס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 6:41 pm
דורך הדסים
הדסים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 6:37 pm
ער האט געלט? האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 6:34 pm
הדסים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 6:01 pm ש'כח פאר דיין ארטיקל.
דער רמב"ן האלט אז געווינען א מלחמה איז נישט קיין נס,
יא, אפילו די פאר הונדערט חשמונאים קעגן הונדערטער טויזענטער גריכן אויפגעריסטעט מיט די מאדערנסטע געווער און עלעפאנטן.
זיי דיך מסביר, חנוכה איז נישט געווען קיין נס?
נס חנוכה איז געווען אז מ'האט געטראפן א קריגל אויל.
הגם ספעציפיש דארט איז די נצחון המלחמה יא געווען א נס צוליב די התגברות הקליפה ברגע האחרונה,
ווי מ'זעט ביים כה"ג אז מ'האט געדארפט א נס יו"כ ביינאכט אז ער זאל נישט טמא ווערן,
און דעריבער מאכט מען נישט קיין פרסומי ניסא דערפון כדי מ'זאל זיך נישט טועה זיין אז די סט"א האט חלילה אן אייגענע כח.
(קרעדיט: סאטמאר רב)

Re: חומר למחשבה - די איזרעלי מוסד אקציעס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 8:54 pm
דורך ער האט געלט?
הדסים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 6:41 pm
הדסים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 6:37 pm
ער האט געלט? האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 6:34 pm
זיי דיך מסביר, חנוכה איז נישט געווען קיין נס?
נס חנוכה איז געווען אז מ'האט געטראפן א קריגל אויל.
הגם ספעציפיש דארט איז די נצחון המלחמה יא געווען א נס צוליב די התגברות הקליפה ברגע האחרונה,
ווי מ'זעט ביים כה"ג אז מ'האט געדארפט א נס יו"כ ביינאכט אז ער זאל נישט טמא ווערן,
און דעריבער מאכט מען נישט קיין פרסומי ניסא דערפון כדי מ'זאל זיך נישט טועה זיין אז די סט"א האט חלילה אן אייגענע כח.
(קרעדיט: סאטמאר רב)
איז בטלה דעתי צום רבין זי''ע אבער לויטן רמב''ן און פרשת בא איז נישטא אזא זאך ווי טבע אלעס איז ניסים גלוים אדער ניסים נסתרים און פארשטייט זיך אז ווען איראן שיסט צוויי מאל א באראשז פון באליסטישע מיסלס אוו קיין איין אידיש קינד איז נישט געשעדיגט געווארן איז עס און מיינע אויגן ניסים פונעם בוכ''ע צו היטן זיין באליבטן פאלק כלל ישראל, גארנישט מיט די ציוניסטישע כוחות אדער אידישע קאפ, סהאט מיט איין זאך דער אייבערשטער היט זיין הייליג פאלק , יא סאיז דא רשעים און די מדינה מיט ציונות איז א חורבן פאר כלל ישראל אבער עס נעמט נישט אוועק די ניסים וואס דער אייבערשטער מאכט צו היטן זיין פאלק ,
( איך טוה מיך אהן די בלעכענע הויזן איך בין גרייט צו כאפן)

Re: חומר למחשבה - די איזרעלי מוסד אקציעס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 9:10 pm
דורך אלעמאל
עס דארף דערמאנט ווערן, אז דער סיבה פארוואס קיין שום אנדערע פארגעשריטענע לאנד, קען קיינמאל נישט אויפקומען מיט אזעלכע געלונגענע אקציעס, האט אביסל אויך צו טוהן מיט'ן ביטערע מציאות, אז קיינער דארף עס נישט.
יעדער קען דיירעקט זיך שלאגן מיט'ן שונא, און דארף נישט מורא האבן פון די אלע אנטיסעמיטן וואס טוהן זיך אהן א פאלשע מאסקע פון רחמנות, און וויינען מיט מיט די רוצחים פון עזה.
ווען מאקרון האט ווען אזעלכע פראבלעמען מיט די וואס באמבעדירן פאריז, וואלט קיינער פון מדנ"י נישט געפארן באזוכן די געשעדיגטע טעראריסטן אין עגיפטן.

פאר עפעס א סיבה פארשטייט דער יו ען, מיט נאך אנדערע אנטיסעמיטן, אז מ'קען יוצא זיין שנאת ישראל דורך פיינט האבן מדנ"י.
גיי זאג זיי אז נטרונא האלט, אז זיי נישט קיין אידישע פאלק.

Re: חומר למחשבה - די איזרעלי מוסד אקציעס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 9:41 pm
דורך איד
איך בין נישט אזוי זיכער אז אמעריקע קען דאס אלעס נישט באווייזן

בעסער געזאגט, איך ווייס אז אמעריקע קען אויך, און לכאורה נאך אסאך מער

ווען פיינט זאלן ווען אטאקירן די אמעריקאנע באדן, וועט מען זיי אויך ווייזן וואס מ'קען

די סיבה וואס זיי האבן דא און דארט א. ג. נצחונות, ווייל זיי לייגן זיך גאר שטארק אריין אין דעם, וויבאלד די עקזיסטענץ פון די גאנצע מדינה קען אונטער גיין, און פון די אנדערע זייט וויבאלד זייערע שונאים זענען טעראריסטן, קענען זיי ניצט זאכן וואס מ'טוט נישט ביי סתם מלחמות

Re: חומר למחשבה - די איזרעלי מוסד אקציעס

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 12:43 am
דורך הדסים
ער האט געלט? האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 8:54 pm
הדסים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 6:41 pm
הדסים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 6:37 pm

נס חנוכה איז געווען אז מ'האט געטראפן א קריגל אויל.
הגם ספעציפיש דארט איז די נצחון המלחמה יא געווען א נס צוליב די התגברות הקליפה ברגע האחרונה,
ווי מ'זעט ביים כה"ג אז מ'האט געדארפט א נס יו"כ ביינאכט אז ער זאל נישט טמא ווערן,
און דעריבער מאכט מען נישט קיין פרסומי ניסא דערפון כדי מ'זאל זיך נישט טועה זיין אז די סט"א האט חלילה אן אייגענע כח.
(קרעדיט: סאטמאר רב)
איז בטלה דעתי צום רבין זי''ע אבער לויטן רמב''ן און פרשת בא איז נישטא אזא זאך ווי טבע אלעס איז ניסים גלוים אדער ניסים נסתרים און פארשטייט זיך אז ווען איראן שיסט צוויי מאל א באראשז פון באליסטישע מיסלס אוו קיין איין אידיש קינד איז נישט געשעדיגט געווארן איז עס און מיינע אויגן ניסים פונעם בוכ''ע צו היטן זיין באליבטן פאלק כלל ישראל, גארנישט מיט די ציוניסטישע כוחות אדער אידישע קאפ, סהאט מיט איין זאך דער אייבערשטער היט זיין הייליג פאלק , יא סאיז דא רשעים און די מדינה מיט ציונות איז א חורבן פאר כלל ישראל אבער עס נעמט נישט אוועק די ניסים וואס דער אייבערשטער מאכט צו היטן זיין פאלק ,
( איך טוה מיך אהן די בלעכענע הויזן איך בין גרייט צו כאפן)
בטלה דעתך צום רמב"ן מיינט איר געוויס
איז דאך לכאורה א סתירת הרמב"ן?
1. נסים מיינט א זאך וואס איז שלא כדרך הטבע כדוגמת הנסים בביהמ"ק, דערנאך איז דא א סייעתא דשמיא און אפילו א צייכן פון הימל.
2. איר האט מעגליך אין אכט גענומען אז איר האט געטוישט טענה צו 'נסים אז אידן זענען נישט געשעדיגט געווארן'.
איז אזוי, נצחון המלחמה האט מיט דער וואס איז זיך 'מתאמץ יותר ללחום' (און דאס איז אין אונזער פאל מדינת ישראל וואס קעמפט פאר איר עקזיסטענץ און (געוויסע) פארן אידעאל פון א אידישע לאנד, גאולה ועוד) און דא איז נישטא קיין מקום פאר נסים,
אבער אינעם נצחון המלחמה איז נישט אריינגערעכנט א הצלה פארן יחיד, און דא קומט אריין סייעתא דשמיא, א גלעט פון הימל אדער אפילו נסים (אויב ס'איז במציאות געווען).
אפגערעדט אז ציווילע בירגער ווערן געראטעוועט איז דאך נישט קיין שאלה אז ס'קען זיין נסים.
ועוד אפילו אויב ס'וואלט יא געווען נסים איז אויך נישט קיין קשיא זינט די סט"א קען באווייזן נסים כאשר היה בימי ש"ץ ועוד.

פארוואס כאפן, אז א איד פרעגט א שאלה דארף ער כאפן?
(חוץ מזה דארף איך נישט זאלסט רעדן פון מיר אויף דיין אפקאמינג פאדקעסט...)

Re: חומר למחשבה - די איזרעלי מוסד אקציעס

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 5:34 pm
דורך ער האט געלט?
הדסים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 12:43 am
ער האט געלט? האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 8:54 pm
הדסים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 6:41 pm

הגם ספעציפיש דארט איז די נצחון המלחמה יא געווען א נס צוליב די התגברות הקליפה ברגע האחרונה,
ווי מ'זעט ביים כה"ג אז מ'האט געדארפט א נס יו"כ ביינאכט אז ער זאל נישט טמא ווערן,
און דעריבער מאכט מען נישט קיין פרסומי ניסא דערפון כדי מ'זאל זיך נישט טועה זיין אז די סט"א האט חלילה אן אייגענע כח.
(קרעדיט: סאטמאר רב)
איז בטלה דעתי צום רבין זי''ע אבער לויטן רמב''ן און פרשת בא איז נישטא אזא זאך ווי טבע אלעס איז ניסים גלוים אדער ניסים נסתרים און פארשטייט זיך אז ווען איראן שיסט צוויי מאל א באראשז פון באליסטישע מיסלס אוו קיין איין אידיש קינד איז נישט געשעדיגט געווארן איז עס און מיינע אויגן ניסים פונעם בוכ''ע צו היטן זיין באליבטן פאלק כלל ישראל, גארנישט מיט די ציוניסטישע כוחות אדער אידישע קאפ, סהאט מיט איין זאך דער אייבערשטער היט זיין הייליג פאלק , יא סאיז דא רשעים און די מדינה מיט ציונות איז א חורבן פאר כלל ישראל אבער עס נעמט נישט אוועק די ניסים וואס דער אייבערשטער מאכט צו היטן זיין פאלק ,
( איך טוה מיך אהן די בלעכענע הויזן איך בין גרייט צו כאפן)
בטלה דעתך צום רמב"ן מיינט איר געוויס
איז דאך לכאורה א סתירת הרמב"ן?
1. נסים מיינט א זאך וואס איז שלא כדרך הטבע כדוגמת הנסים בביהמ"ק, דערנאך איז דא א סייעתא דשמיא און אפילו א צייכן פון הימל.
2. איר האט מעגליך אין אכט גענומען אז איר האט געטוישט טענה צו 'נסים אז אידן זענען נישט געשעדיגט געווארן'.
איז אזוי, נצחון המלחמה האט מיט דער וואס איז זיך 'מתאמץ יותר ללחום' (און דאס איז אין אונזער פאל מדינת ישראל וואס קעמפט פאר איר עקזיסטענץ און (געוויסע) פארן אידעאל פון א אידישע לאנד, גאולה ועוד) און דא איז נישטא קיין מקום פאר נסים,
אבער אינעם נצחון המלחמה איז נישט אריינגערעכנט א הצלה פארן יחיד, און דא קומט אריין סייעתא דשמיא, א גלעט פון הימל אדער אפילו נסים (אויב ס'איז במציאות געווען).
אפגערעדט אז ציווילע בירגער ווערן געראטעוועט איז דאך נישט קיין שאלה אז ס'קען זיין נסים.
נ.ב. אפילו אויב ס'וואלט יא געווען נסים איז אויך נישט קיין קשיא זינט די סט"א קען באווייזן נסים כאשר היה בימי ש"ץ ועוד.

פארוואס כאפן, אז א איד פרעגט א שאלה דארף ער כאפן?
(חוץ מזה דארף איך נישט זאלסט רעדן פון מיר אויף דיין אפקאמינג פאדקעסט...)
Hey 👋 איך בין נישט קיין ''איר" אין איך פלאן נישט צו עפענען א פאדקעסט!

ניין, בטלה דעתי צום סאטמער רבין זי''ע , (Thats what' i meant ) וואס טענה'ט אז אלעס איז ניסים פונעם שטן, און איך קום נישט צו צום קנעכל פונעם קדוש עליון אבער לגבי עיניני הלכה און דיעות קען איך פרעגן און זאגן אז איך פארשטיי נישט און איך גיי נישט זיין קיין יחיד אויב איך האלט אזוי, דער חזון איש זצ''ל איז אויך נישט געווען בדעה אחד מיטן רבין זי''ע (יא איך בין סאטמער ) מיט אלעס,
און , יא איך האלט 💯 פערצענט אז דער רבוש''ע מאכט ניסים, און האלט אז עס קומט פונעם אייבערשטן, ווייל אין א''י וויאוינען כמעט אלע שפיץ צדיקים פונעם היינטיגן דור,
און איינע פון די תורות ווי דער רבי רעגט זיך געפערליך אויף די נטורי קרתא זאגט ער דארטן בפירוש אז מען דארף לאזן די ציונים ראטעווען די גופים, ווייל זיי דארפן נאר די נשמה , אבער אנעם גוף האסטו גארנישט, ( אויב טרעף איך א קאפי וועל איך עס ארויפלייגן) איז איך האלט אז דער אייבערשטער מאכט ניסים ווען כלל ישראל ווערט נישט געשעדיגט , און מרעדט נישט דא פון קיין יחיד מרעדט דא פון רובה דרובה ערליכע אידן פון די וועלט, וואס וואוינען דארט,
און סאיז א ווייטאג אז די וועג איז דורך זיי, די גרויסע אנטיסאמטיזם איז בלי ספק זיי צו פארדאנקן די רשעים אבער איך רעדט פון צוויי זאכן , אז אידישע קינדער וויאנען שוין דארט גלייך נאכן קריג ווען גאר אסאך זענען ארויפקומען, סאיז שה אחד בין מאה זאבים שטירן אקסן לייבן... אלעס איז ארום א''י און ס'לעבט רבי יעקב מאיר שעכטער קען באלייכטן כלל ישראל, ר' דוב לאנדא קען באלייכטן כלל ישראל, גאס איז לגבי אז דער אייבערשטער מאכט ניסים צו היטן זיין פאלק און ליידער ביהיינד די סין איז עס די רשעים, וואס אויף דעם שטייט בהדי כבשי דרחמנא למה לך, לא כמחשבותכם מחשבותי ולא כדרככם דרכי נאם השם, און ח''ו צו זאגן אז דאס איז א גאולה איך רעדט פון היטן כלל ישראל, און נאכדעם וואס איך באס געפרעגט לגבי געלונגע אקציעס וואס זיי באווייזן , וואס דאס איז מער זייער פראפגאנדע ווי היטן כלל ישראל איז דאס איז א נסוין ,
יעצט לגבי כת ש''ץ זענען די ניסים וואס איז דארט געשען געווען צו ראטעווען כלל ישראל, פון נישט ווערן אויסגע'הרג'ט פון די שכנים?
יעצט העסטו זאגן אז זיי האבן אנגעדרייט די שנאה, די תירוץ איז אז אמת זיי זענען שולדיג און הרצל ימח שמו פלאקערט און די ערגסטע גיהונם, אבער יעצט דארף די אייבערשטער היטן זיין פאלק, און די מדינה איז בכלל נישט סוקסעספול, סאיז חורבנות און שיסערייען א גאנצן טאג , און אלע אנדערע דורכפעלער , אבער כלל ישראל איז יא דא פלעין אין דאס איז א נס נגלה און מיי אופינען