שווערע מכות!
געפאוסט: מאנטאג אפריל 07, 2025 10:32 am
מצרים נויט
וואסערן רויט
בלוט
טרינקען, עסן
פארגעסן
גוט
גריבער
דער ציבור
גראבן
קיין עק
וואסער לעק
האבן
זיי לויפן
וואסער קויפן
פון אידן
פרייזן
ווי אייזן
פארשידן
--
א מכה
ס'טאקע
שווער
לאזן פריי
אידן זיי
נישט באגער
---
קרעש!
פרעש
איבעראל
טאנצן
אינגאנצן
ש'נארמאל
אין שפייז
ס'הייס!
פליען
זיי יערן
זיך מערן
טוהן
אין קיכן
באזוכן
א שאָס!
פארשפרייט
אנגעדרייט
כאָאָס
--
א מכה
ס'טאקע
שווער
לאזן פריי
אידן זיי
נישט באגער
---
קראצן
טאצן
כינים
קראנק
א טאנק
דינים
אז
די לייז
קיצלט
אלעס
דערווייל איז
צופיצלט
דער דאקטער
אויך וואקט ער
מיט עס
נישט היילן
פארשיילן
טוט עס
--
א מכה
ס'טאקע
שווער
לאזן פריי
אידן זיי
נישט באגער
---
יאוי!
דער גוי
אנטלויף
ווער?
א בער!
אין הויף
אלע מינע
רויטע גרינע
חיות
צובייסן
צורייסן
זיי עס
ס'שארפן
נעגל ווארפן
אנידער
מצרי טויט
צוריבן הויט
גוט דער
--
א מכה
ס'טאקע
שווער
לאזן פריי
אידן זיי
נישט באגער
---
בהמה
א ליימע-
נע גולם
ליגט
פארשיקט
פונעם עולם
געשטארבן
פארדארבן
ווי מייז
פליגן
קריגן
שפייז
געפונט ער אין
אינטערן
דאך
באלוינט
פארשוינט
די זאך
--
א מכה
ס'טאקע
שווער
לאזן פריי
אידן זיי
נישט באגער
---
ווייטער
אייטער
בלאטער
פימפעלס
קרים/פּילס
נישט פטור
זאלבן
ווי קאלבן
ס'לייב
א טאָטער
ס'בלאטער
רייב
קרייט
שרייט
יסורים
ארויס
פון הויז
פיר אים
--
א מכה
ס'טאקע
שווער
לאזן פריי
אידן זיי
נישט באגער
---
וואטש!
אוטש!
ס'האגעלט!
פארמעגן
אפזעגן
פארנאגלט
פייער
די שייער
ברענט
דעכער
לעכער
אויך ווענט
מצרים
אש ומים
בארעגנט
חרוב
לרוב
די געגענט
--
א מכה
ס'טאקע
שווער
לאזן פריי
אידן זיי
נישט באגער
---
פליען
בליען
היישעריקן
מכשולות
קולות
זיי קריקן
מחנות
קראכן עס
די פעלדער
פרעסן
אויפעסן
וועלדער
ביימער
זיי מער
פארלענדן
שטאט
גראד
פאר'ענדן
--
א מכה
ס'טאקע
שווער
לאזן פריי
אידן זיי
נישט באגער
---
טונקל
א פינקל
נישטא
קלאָציג
צוואנציג
שעה
בשעת
אין גאס
בלענק
אידן
טשידן
אין שענק
לוי'ת
ביי זיי איז
פארהאנען
ווער ס'האט
אין גאט
ש'פארשטאנען
--
א מכה
ס'טאקע
שווער
לאזן פריי
אידן זיי
נישט באגער
---
חצות
כאאס!
טויטע
קטורת
די בכורות
בכור שוטה
געשטארבן
א קרבן
געפלויגן
א מע''ס אין
אלע אדרעסן
געבויגן
פידזשאמעס
ווי א מת
קריכט ער
משה וואו
ביסטו?
זיכט ער
--
די מכה
שוין טאקע
שווער
לאזן פריי
אידן זיי
וויל שוין ער
===
מיט פארמעגן
אויף די וועגן
זיי גייען
ארויס
צרות אויס!
זיי שרייען!