בלאט 1 פון 4
חתונה מאכן, תקנות, וכדומה
געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 3:44 pm
דורך שבת קודש
זעה מיר אויפן היימשטאט קעפל אז די חתונה תקנות עסקנים ר' בנציון זאלדאן ר' יעקב אלי' רייזמאן און נאך פרישע עסקנים האבן זיך ב''ה נאכאמאל אריינגעלייגט אין דעם ענין פון חתונה הוצאות מיטן פלאן אז א חתונה זאל קאסטן אונטער 40 אלפים
וואס בערך איז די פלאן דא? רעדט מען דא פון תקנות אדער פון מאכן ביליגע פעקעדזשעס?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 3:56 pm
דורך שמח בחלקו
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 3:44 pm
זעה מיר אויפן היימשטאט קעפל אז די חתונה תקנות עסקנים ר' בנציון זאלדאן ר' יעקב אלי' רייזמאן און נאך פרישע עסקנים האבן זיך ב''ה נאכאמאל אריינגעלייגט אין דעם ענין פון חתונה הוצאות מיטן פלאן אז א חתונה זאל קאסטן אונטער 40 אלפים
וואס בערך איז די פלאן דא? רעדט מען דא פון תקנות אדער פון מאכן ביליגע פעקעדזשעס?
ר' בנציון, ר' יעקב אלי' און אלע אנדערע, ביטע נישט צעגערן און ווארטן, ביי רוב מחותנים (וגם אני בתוכם) איז די חילוק פון א "נארמאלע" "סטאנדטארט" חתונה און די פארשלאג פון קענען חתונה מאכן אונטער פערציג טויזענט דאלער די חילוק צי מען קען בעז"ה חתונה מאכן ווי א מענטש, צי מען זאל חלילה דארפן זיין א שנארער ח"ו, און זיך מבזה זיין בפני כל עם ועדה פאר אביסל אזוי גערופענע כבוד.
ביטע מאכן די שניטן וואס שנעלער, שטארקער און טיפער, האט נישט קיין רחמנות אויף אונז, מיר ווארטן ארויס דערויף בכליון עינים. דער רבי האט זיך שוין אויסגעדרוקט אויף אלעם קען מען שניידן אויסער אויפן קידושין רינגל.
א מחותן
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 4:07 pm
דורך שבת קודש
זייער וויכטיג אהערצושטעלן ביליגע תקנות זאלן פאר שבת ש''ב/באווארפן, פוקט ווי ס'איז דא ביליגע תקנה זאלן פאר חתונות/תנאים
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 4:51 pm
דורך שמח
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 3:44 pm
זעה מיר אויפן היימשטאט קעפל אז די חתונה תקנות עסקנים ר' בנציון זאלדאן ר' יעקב אלי' רייזמאן און נאך פרישע עסקנים האבן זיך ב''ה נאכאמאל אריינגעלייגט אין דעם ענין פון חתונה הוצאות מיטן פלאן אז א חתונה זאל קאסטן אונטער 40 אלפים
וואס בערך איז די פלאן דא? רעדט מען דא פון תקנות אדער פון מאכן ביליגע פעקעדזשעס?

- IMG_20250317_165120_709.jpg (287.21 KiB) געזען געווארן 924 מאל

- IMG_20250317_165120_622.jpg (257.7 KiB) געזען געווארן 924 מאל

- IMG_20250317_165120_522.jpg (234.53 KiB) געזען געווארן 924 מאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 4:55 pm
דורך רעאליסטיש
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 4:07 pm
זייער וויכטיג אהערצושטעלן ביליגע תקנות זאלן פאר שבת ש''ב/באווארפן, פוקט ווי ס'איז דא ביליגע תקנה זאלן פאר חתונות/תנאים
אין ק"ק באבוב האט מען מבטל געמאכט די גאנצע שבת באווארפן מ'מאכט א קידוש און דאס אלעס,
אגב ביז 10/15 יאר צוריק איז נישט געווען די מנהג פון מאכן די סעודות אין א זאל אין איבערלאזן 10 אלפים פארן זאל אייגענטומער
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 4:58 pm
דורך קרית יואל'ער איד
און קר''י מאכן זייער אסאך אידן די סעודות באווארפן אינדערהיים (איך מיין רוב), שבת ש''ב איז טאקע שווערער ווייל ס'איז מער מענטשן, קען טאקע זיין א גוטע עצה צו מאכן נאך א זאל, (איינס איז שוין דא כינור דוד), אפשר נעמט מען רבינו'ס הויז אויף איהעל ??
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 5:09 pm
דורך קיין נפקמ
קרית יואל'ער איד האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 4:58 pm
און קר''י מאכן זייער אסאך אידן די סעודות באווארפן אינדערהיים (איך מיין רוב), שבת ש''ב איז טאקע שווערער ווייל ס'איז מער מענטשן, קען טאקע זיין א גוטע עצה צו מאכן נאך א זאל, (איינס איז שוין דא כינור דוד), אפשר נעמט מען רבינו'ס הויז אויף איהעל ??
כהיום מאכן רוב אין זאל נישט אינדערהיים. איך האב עס געמאנטיערד עטליכע וואכן.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 5:10 pm
דורך קרית יואל'ער איד
וואס באווארפן ? צו ש''ב
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דינסטאג מערץ 18, 2025 10:53 am
דורך קיין נפקמ
באווארפן. שבע ברכות זיכער
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דינסטאג מערץ 18, 2025 2:25 pm
דורך להגדיל הטראסק
קיין נפקמ האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 18, 2025 10:53 am
באווארפן. שבע ברכות זיכער
באווארפן ווענצעך וואס א וואך עס איז נישט קיין כלל
אבער שבת שבע ברכות איז א גרויסער רוב אין א זאל
איך האב שוין טאקע לאנג נישט מיטגעהאלטן קיין באווארפן אין די משפחות, אבער עס קריכט מיר נישט אריין אין קאפ פארוואס מען דארף ארויסנעמען א זאל וכדו', מאך עס בלויז פאר די געשוויסטער פונעם חתן, רוף די זיידעס מצד החתן, און די איבריגע זאלן אריבערקומען צו א באטע / פארשפיל אויף נאך די סעודה פאר וועם עס איז מעגליך.
עס איז נאכנישט דא קיין שבע ברכות, ער איז בסך הכל א בחור פאר די חתונה, מיט נאך עטליכע מנהגים אלס אריינפיר צו די חתונה, אבער קיין שמחת חתן וכלה איז נאכנישט דא.
מוז איך נישט אלעס פארשטיין.
(כ'האב געזוכט די חתונה תקנות אשכול און נישט געפונען מוז איך פירן דעם שמועס ווייטער דא)
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דינסטאג מערץ 18, 2025 2:40 pm
דורך שמח בחלקו
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 18, 2025 2:25 pm

איך האב געמאכט א באווארפן א צייט צוריק און "קיינעם" נישט גערופן. בלויז די צוויי זיידעס (חתן'ס זייט) זענען געווען ביים סעודה. עס איז ניטאמאל געווען קיין צען ביים בענטשן.
פארוואס דארף מען בכלל רופן איינעם?
א שבת שבע ברכות דארף מען כאטש מנין, עס איז א מנהג צו פראווען שבת שבע ברכות (לאפוקי וואכן שבע ברכות וואס דער רבי דער ברך משה האט שוין פארפירט אז דאס איז אן אמעריקאנער מנהג)
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דינסטאג מערץ 18, 2025 2:46 pm
דורך דער תהלים איד
שמח בחלקו האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 18, 2025 2:40 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 18, 2025 2:25 pm
קיין נפקמ האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 18, 2025 10:53 am
באווארפן. שבע ברכות זיכער
באווארפן ווענצעך וואס א וואך עס איז נישט קיין כלל
אבער שבת שבע ברכות איז א גרויסער רוב אין א זאל
איך האב שוין טאקע לאנג נישט מיטגעהאלטן קיין באווארפן אין די משפחות, אבער עס קריכט מיר נישט אריין אין קאפ פארוואס מען דארף ארויסנעמען א זאל וכדו', מאך עס בלויז פאר די געשוויסטער פונעם חתן, רוף די זיידעס מצד החתן, און די איבריגע זאלן אריבערקומען צו א באטע / פארשפיל אויף נאך די סעודה פאר וועם עס איז מעגליך.
עס איז נאכנישט דא קיין שבע ברכות, ער איז בסך הכל א בחור פאר די חתונה, מיט נאך עטליכע מנהגים אלס אריינפיר צו די חתונה, אבער קיין שמחת חתן וכלה איז נאכנישט דא.
מוז איך נישט אלעס פארשטיין.
(כ'האב געזוכט די חתונה תקנות אשכול און נישט געפונען מוז איך פירן דעם שמועס ווייטער דא)
איך האב געמאכט א באווארפן א צייט צוריק און "קיינעם" נישט גערופן. בלויז די צוויי זיידעס (חתן'ס זייט) זענען געווען ביים סעודה. עס איז ניטאמאל געווען קיין צען ביים בענטשן.
פארוואס דארף מען בכלל רופן איינעם?
א שבת שבע ברכות דארף מען כאטש מנין, עס איז א מנהג צו פראווען שבת שבע ברכות (לאפוקי וואכן שבע ברכות וואס דער רבי דער ברך משה האט שוין פארפירט אז דאס איז אן אמעריקאנער מנהג)
מצדי זאל מען אפשטעלן די באווארפן'ס, הגם ביי אסאך משפחות איז עס א אויסטערלישע זאך אז די משפחה קומט זיך אמאל צוזאם, מ'קען בכלל נישט חוזק מאכן אדער עס אוועקמאכן במחי יד, אבער דאך צוליב די געלט וואס ס'קאסט און רובא דרובא מענטשן מוטשען זיך, איז דאס פאסיג צו שניידן.
איין זאך וואלט איך נאר געבעטן, מ'זאל ענדערשט אינגאנצן אוועקניידן א זאך, ווי איידער מאכן חזירי'ש. אנטשולדיגט פאר'ן אויסדרוק.
כלומר. איך וואלט אסאך מער הנאה געהאט ווען ס'וואלט בכלל נישט געווען מער קיין תנאים'ס, ווי מען מאכט א יא תנאים און מ'רופט יא מענטשן אבער מ'דארף זיך דארט מצער זיין אז מ'קען נישט אויפנעמען געסט פון די נאנט און ווייט מיט א ווארים שטיקל קוגל, אדער זעצן אויף א נארמאלע טיש וואו ער קען כאפן א שמועס מיט זיינע געשוויסטער.
עניית דעתי השפל.
חתונה מאכן / תקנות / וכדו'
געפאוסט: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:08 pm
דורך להגדיל הטראסק
מנהלים ביטע אהערברענגען די עטליכע תגובות אין דעם סאטמאר מהר"א אשכול וועגן די נושא
אדער צווייזן אן אשכול איבער די נושא אויב עס איז דא
יישר כח
Re: חתונה מאכן / תקנות / וכדו'
געפאוסט: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:10 pm
דורך להגדיל הטראסק
לגופו של ענין: ווי @דער תהלים איד זאגט
די גאנצע באווארפן סעודה קען מען קאטן, מען וועט זיך אי"ה צאמקומען צו די נעקסטע שבת שבע ברכות.
עס איז א ווייטאג די 5 אלפים פאר די סעודה וואס דער מענטש האט נישט, פאר א זאך וואס האט נישט קיין מקור אין הלכה, חוץ א פארשפיל פון די חברים.
Re: חתונה מאכן / תקנות / וכדו'
געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 12:37 pm
דורך שבת קודש
איך האף אז מען רעדט נישט דא פון פלען 'מאכן תקנות' ווייל תקנות איז א זאך וואס האלט נישט אן פאר מער פון א קורצע צייט
די איינציגסעטע זאך וואס טוישט איז צושטעלן 'ביליגע פעקעדזשעס' פון יעדע חתונה הוצאה פאר עס וויל מיטגיין מיט דעם
פון די אלע תקנות וואס מען האט געמאכט פאר 15 יאר צוריק איז גארנישט געבליבן
נאר די הוצאות וואס מען האט צוגעשטעלט 'ביליגע פעקעדזשעס' זענען זאכן וואס האלט אן עד היום הזה פאר ווער עס וויל
ווי די תקנה חתונה זאלן. תקנה תנאים זאלן. כתר שטריימעל. וכדו'
Re: חתונה מאכן / תקנות / וכדו'
געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 7:12 pm
דורך מאיר שלום
איך מיין אז באבוב גייט אויכט עפעס מיט די נומבער פון 40 אלפים אויף חתונה צו מאכן.
Re: חתונה מאכן / תקנות / וכדו'
געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 9:00 pm
דורך להגדיל הטראסק
הלואי ווען מען זאל ווען קענען אריינבראקן אין מענטשן אז צו די חתונה קויפט מען נאר וואס די קאפל גייט אליינס קויפן און אנדעם האט ער נישט וואס צו קומען אין בית המדרש און צום לעבן...
די פורניטשער אויסער נארמאלע בעטן גייען פליען פון די ליסטע, א דיינינג רום טיש מיט בענקלעך גייען פליען פון די ליסטע, א קאוטש און רעקליינער גייען צוקומען, כמעט אלע זילבער גייען פליען פון די ליסטע (אקעי, א זילבערנע בעכער גייט בלייבן) די זילבערנע מנורה גייט פליען פון די ליסטע א.א.וו.
די אלע זאכן זאל די יאנג קאפל קויפן נאך די חתונה ווען עס וועט אויספעלן פון זייער אייגן געלט לויט זייער אייגענע טעיסט
פארוואס זאל דער טאטע וואס האט נישט דאס געלט עס מוזן קויפן? זאל די קאפל עס קויפן ווען עס וועט זיין וויכטיג, און זיי וועלן האבן דאס געלט דערפאר...
Re: חתונה מאכן / תקנות / וכדו'
געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 9:02 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 12:37 pm
איך האף אז מען רעדט נישט דא פון פלען 'מאכן תקנות' ווייל תקנות איז א זאך וואס האלט נישט אן פאר מער פון א קורצע צייט
די איינציגסעטע זאך וואס טוישט איז צושטעלן 'ביליגע פעקעדזשעס' פון יעדע חתונה הוצאה פאר עס וויל מיטגיין מיט דעם
פון די אלע תקנות וואס מען האט געמאכט פאר 15 יאר צוריק איז גארנישט געבליבן
נאר די הוצאות וואס מען האט צוגעשטעלט 'ביליגע פעקעדזשעס' זענען זאכן וואס האלט אן עד היום הזה פאר ווער עס וויל
ווי די תקנה חתונה זאלן. תקנה תנאים זאלן. כתר שטריימעל. וכדו'
פארוואס זאגסטו אז ס'גארנישט געבליבן? קען זיין אסאך זאכן זענען צוריק אריינגעקומען למחצה ולשליש, אבער איך האב נישט באקומען קיין אתרוג פושקע/מגילה וכדו'... אסאך גוטע תקנות זענען געבליבן ביי א גרויסער ציבור.
אבער גערעכט ביסטו. א תקנה וואס משטעלט אהער די פראדוקט וועט זיך בדרך כלל האלטן אסאך שטערקער, אזויווי די ביליגע שטריימלעך און סיזי שטיינער.
Re: חתונה מאכן / תקנות / וכדו'
געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 11:54 pm
דורך הדסים
איך ווייס נישט צו דער עולם ווייסט אז ס'איז פארהאן א גרויסער עולם ובתוכם ידידי ומכירי וואס קויפן שוין לאנג נישט קיין פורניטשער, מאכט נישט קיין שבת אויפרוף אין א זאל און שניידט שוין אין די שבע ברכות.
און איך רעד פון אידן וואס קויפן טייערע זילבער און צירונג ווייל זיי קענען זיך עס ערלויבן.
Re: חתונה מאכן / תקנות / וכדו'
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 9:07 am
דורך להגדיל הטראסק
איך בין א פעטער אין א ברייטע משפחה בליעה"ר און שוין א שיינע צאל חתונות וואו די משפחה מאכט נישט קיין וואכן שבע ברכות מצד מיין משפחה מיט די פעטער'ס, אויסער שבת שבע ברכות.
איך ווייס נישט וואס זיי טוען, אבער די פריערדיגע תקופה פלעג איך נאך יא האבן שבע ברכות אבער נאר צו קומען משלים זיין צום מנין און מאכן א לחיים ביים מחותן אין שטוב.
(איך רעד נישט פון די ערשטע עטליכע וואו עס איז יא געווען נארמאלע געהעריגע שבע ברכות)
קוקט אויס אז מען קען עס באווייזן...
Re: חתונה מאכן / תקנות / וכדו'
געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 2:14 pm
דורך שבת קודש
געווען נעכטען א גרויסע אסיפת הרבנים פון אלע קהלות אין מאנסי איבער א אריגאנצאיצע 'מצא טוב' איבער די חתונה הוצאות
וואס איז דאס 'מצא טוב'?
Re: חתונה מאכן / תקנות / וכדו'
געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 11:21 pm
דורך שמח
שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 26, 2025 2:14 pm
געווען נעכטען א גרויסע אסיפת הרבנים פון אלע קהלות אין מאנסי איבער א אריגאנצאיצע 'מצא טוב' איבער די חתונה הוצאות
וואס איז דאס 'מצא טוב'?
כ'מיין אז אויף איינע פון די צייטונגען קאווערס רעדט מען פון דעם ארגעזאציע.
Re: חתונה מאכן / תקנות / וכדו'
געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 11:33 pm
דורך להגדיל הטראסק
וואס איז דער פלאן? מען רעדט פון מערערע קהילות, דער איז נישט גלייך ווי דער, יעדער האט זיך זיינע קפידות און סטאנדארטן, וואס קען אויפטון א צוזאמענארבעט פון אזויפיל קרייזן אין די ספעציפישע נושא?
Re: חתונה מאכן / תקנות / וכדו'
געפאוסט: מאנטאג מערץ 31, 2025 9:19 pm
דורך האאפטשאהההה
סאיז א געוואלדיגע זאך וואונטש איך אסאך הצלחה פאר די עסקנים
Re: חתונה מאכן, תקנות, וכדומה
געפאוסט: מיטוואך אפריל 02, 2025 5:10 pm
דורך טיפע חשבונות
איך האלט נישט פון טיילן געלט פאר ווער עס פאלגט דאס תקנות. איך קום דיר עפעס? ווייל די האסט זיך ביז יעצט אויפגעפירט ווי א פערד דארף איך דיך באצאלן דערפאר?
צווייטנס איינמאל מען גייט סטאפן טיילן גייען מענטשן פילן אז מ'קען שוין מאכן טראבל... אויך די מענטשן וואס ווילן נישט נעמען אבער ער וויל עכט חתונה מאכן ביליג, גייט דאס נישט נעמען אים מאכן פילן אז ער מעג ספענדן.