בלאט 1 פון 1
בקשו רחמים מרן אדמו"ר מוויזניץ לרפו"ש
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 26, 2025 1:53 pm
דורך עדיטאריעל
מרן ישראל בן לאה אסתר לרפו"ש
Re: בקשו רחמים מרן אדמו"ר מוויזניץ לרפו"ש
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 26, 2025 1:53 pm
דורך עדיטאריעל
אין די צייט וואס מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א געפונט זיך אין שפיטאל אין לאס אנדזשעלעס צוליב געזונטהייט קאמפליקאציעס, טוען וויזניצער חסידים איבער דער גארער וועלט ווייטער איינרייסן און מתפלל זיין לישועה שלימה, דער רבי זאל זיך ערהוילן און צוריקקומען צו די כוחות ווי אמשנעלסטן, און זיך קענען אומקערן אהיים קיין ארץ ישראל בבריות גופא ונהורא מעליא.
צוליב די אויסטערלישע שוואכקייט ביים רבי'ן, האט מען גענומען דעם רבי'ן אין שפיטאל נעכטן אינדערפרי, נאכמיטאג איז דער רבי אהיימגעקומען לבית האכסניא צו באשיינען די שבע ברכות במעון קדשו, און שפעטער זיך צוריקגעקערט אין שפיטאל פאר ווייטערדיגע אונטערזוכונגען און באהאנדלונגען.
ווי באריכטעט איז געפראוועט געווארן די שמחת השבע ברכות פונעם רבינ'ס אור אייניקל בבית האכסניא פונעם רבי'ן אין לאס אנדזשעלעס, צו וואו עס זענען געקומען צו פארן ספעציעל די צוויי זיידעס כ"ק האחים האדמורי"ם מוויזניץ שליט"א פון וויליאמסבורג און בית שמש, און אזוי אויך האבן באשיינט די שמחה כ"ק האחים האדמורי"ם מוויזניץ שליט"א פון מאנסי, קייאמישע, און ירושלים, וועלכע זענען געווען צוגאסט אין שטאט פאר באזונדערע סיבות, און זענען געלאדנט געווארן צום שמחה בשבת אחים להסב על שולחן מלכים.
דער וויזניצער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודה און טועם געווען פון די מאכלים, מען האט געזינגען פרייליכע ניגונים און דער רבי האט מעודד געווען דעם ציבור צו זינגען פרייליך, און געהייסן זינגען פארשידענע שמחה'דיגע ניגונים. הרב החסיד ר' נחמן פאללאק הי"ו האט געזינגען גראמען, און דערביי הארציג דערמאנט די געגועים פון כלל חסידי וויזניץ ברחבי תבל דער רבי זאל זיין געזונט און שטארק, און די שמחה ביים רבי'ן זאל משפיע זיין רפואות און ישועות.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דעם זיידן פון כלה כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון וויליאמסבורג, ברכות ראשונות דער דאפלטער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנסי, און דער רבי שליט"א האט געזאגט ברכה אחריתא. דערנאך האט דער רבי שליט"א געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה, און א באזונדערע ריקוד מיט זיינע קרובים האחים האדמורי"ם שליט"א
Re: בקשו רחמים מרן אדמו"ר מוויזניץ לרפו"ש
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 10:12 am
דורך טיפע טאשן

- IMG-20250226-WA0001.jpg (257.78 KiB) געזען געווארן 717 מאל
Re: בקשו רחמים מרן אדמו"ר מוויזניץ לרפו"ש
געפאוסט: מיטוואך מערץ 12, 2025 3:25 pm
דורך ווער
בני ברק - פון שטוב פון מרן אדמו"ר מוויזניץ איז געמאלדן געווארן אז נאך וואס די מצב הבריאות ביים רבי׳ן האט זיך עטוואס פארבעסערט אין די לעצטע טעג האבן די דאקטוירים באשטימט די קאמפליצירטע אפעראציע אויף דעם קומענדיגן מאנטאג ויקהל אין דער שפיטאל אין לאס אנדזשעלעס.
Re: בקשו רחמים מרן אדמו"ר מוויזניץ לרפו"ש
געפאוסט: מיטוואך מערץ 12, 2025 3:32 pm
דורך 222555
ווער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 3:25 pm
בני ברק - פון שטוב פון מרן אדמו"ר מוויזניץ איז געמאלדן געווארן אז נאך וואס די מצב הבריאות ביים רבי׳ן האט זיך עטוואס פארבעסערט אין די לעצטע טעג האבן די דאקטוירים באשטימט די קאמפליצירטע אפעראציע אויף דעם קומענדיגן מאנטאג ויקהל אין דער שפיטאל אין לאס אנדזשעלעס.
ברוך השם זאל ער האבן א רפואה שלימה בקרוב
Re: בקשו רחמים מרן אדמו"ר מוויזניץ לרפו"ש
געפאוסט: זונטאג מערץ 16, 2025 5:31 pm
דורך עדיטאריעל
נעבן דעם ספר התהילים פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א ווערט געזען א קוויטל מזכיר צו זיין מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א מרן ישראל בן לאה אסתר לרפו"ש