בלאט 1 פון 1
פרעזידענט טראמפ דורכפעלער
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 8:12 pm
דורך נאו לעיבל
ברוכים הבאים
Re: פרעזידענט טראמפ דורכפעלער.
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 8:22 pm
דורך נאו לעיבל
טראמפ 2.0 האט אנגעהויבן מיט א שטארקע שטורעם אבער נישט אלעס גייט ממש ווי געפלאנט. דא וועט מען ברענגן אלע טראמפ דורכפעלער, ובזה החלי.
קא-פרעזידענט מאסק האט שבת געשיקט א אימעיל פאר אלע פעדעראלע איינגעשטעלטע אז אויף מאנטאג ביינאכט דארף יעדער האבן געשיקט א אימעיל מיט כאטש 5 זאכן וואס זיי האבן אויפגעטון די פאריגע וואך און ווער עס שיקט נישט איז אוטאמאטיש געפייערט.
זונטאג האט מען שוין געהערט אז די אינטעליזשענס קאמיונעטיס האבן געשיקט פאר זייערע איינגעשטעלטע אז מען זאל איגנארירן די מאסק אימעיל און היינט האט די טראמפ אדמיניסטראציע אפיציעל געמאלדן פאר אלע איינגעשטעלטע אז זיי זאלן איגנארירן די מאסק באפעל און זיי בלייבן אין זייער פאזיציע.
Re: פרעזידענט טראמפ דורכפעלער.
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 8:32 pm
דורך נאו לעיבל
די זעלבע מיט די טויזענטער ארבעטער וואס די טראמפ אדמיניסטראציע טוט זיך אויף אז זיי האבן אפגעזאגט ווייל זיי זענען גאווערמענט וועיסט און זיצן אויף פעטע וועידזשעס אבער טיען נישט גארנישט איז אויך נישט אזוי פשוט.
שטילערהייט ווערן אסאך פון די ארבעטערס שנעל צירוק געהייערט נאכן איינזעהן אז זיי זענען קריטיש וויכטיג פאר די אגענטורן ווי זיי ארבעטן.
פארשטייט זיך די פייערן ווערט געמאכט מיט גרויס פאמפע אבער די צירוק הייערן ווערט געמאכט שטילערהייט...
Re: פרעזידענט טראמפ דורכפעלער.
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 8:36 pm
דורך נאו לעיבל
די טראמפ דיפארטעישנס גייען אויך נישט ווי געפלאנט.
וואס האט זיך יא געטוישט אינטער טראמפ איז אז ביי יעדער ארעסט ווערט פאקס נייעס געלאדנט עס צו דעקן לייוו...
Re: פרעזידענט טראמפ דורכפעלער.
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 8:43 pm
דורך נאו לעיבל
טראמפ, אבסעסט צו באראבעווען אנדערע לענדער, האט אראפ געשיקט זיין טרעזשורי סעקראטערי צו זעלענסקי מיט א דיעל וואס וואלט איבערגעשריבן האלב פון די אוקריינע נכסים צו טראמפ.
זעלענסקי האט געזאגט א גרויסע ניין און בעסעט איז אהיימגעפארן מיט ליידיגע הענט...
(מער איבער דעם אין די אוקריינע מלחמה אשכול)
Re: פרעזידענט טראמפ דורכפעלער.
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 8:44 pm
דורך נאו לעיבל
ווער רעדט נאך פון די גהינם וואס האט זיך געדארפט עפנען אויף עזה...
Re: פרעזידענט טראמפ דורכפעלער.
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 10:30 pm
דורך נאו לעיבל
צ"ק
אין טראמפ'ס אמעריקע דארף מען זיך שלאגן צו קענען צאלן 8 דאלער פאר א דאזען אייער.
Re: פרעזידענט טראמפ דורכפעלער.
געפאוסט: מאנטאג מערץ 03, 2025 4:12 pm
דורך נאו לעיבל
די סטאק מארקעט די ערשטע 6 וואכן אינטער טראמפ!
ווען די סטאק מארקעט האט ארויף געשאסן אינטער ביידען האט טראמפ געשריגן אז דעס איז נאר ווייל די עולם ווייסט אז ער גייט געווינען...
Re: פרעזידענט טראמפ דורכפעלער.
געפאוסט: מאנטאג מערץ 03, 2025 4:17 pm
דורך שינאווער
ער איז מיר געווארן א דעמאקראט אויף די עלטער...
בד"וו דו רעדסט אסאך בעסער ווי די דעמאקראטן...
דזשאסט קידינג
Re: פרעזידענט טראמפ דורכפעלער.
געפאוסט: דינסטאג מערץ 04, 2025 6:35 pm
דורך מאיר שלום
נאו לעיבל האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 03, 2025 4:12 pm
די סטאק מארקעט די ערשטע 6 וואכן אינטער טראמפ!
ווען די סטאק מארקעט האט ארויף געשאסן אינטער ביידען האט טראמפ געשריגן אז דעס איז נאר ווייל די עולם ווייסט אז ער גייט געווינען...
נו נו , יעצט האט דער עולם געכאפט אז ער געווינט שוין גארנישט..
Re: פרעזידענט טראמפ דורכפעלער.
געפאוסט: דינסטאג מערץ 04, 2025 7:36 pm
דורך נאו לעיבל
נאו לעיבל האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 24, 2025 8:32 pm
די זעלבע מיט די טויזענטער ארבעטער וואס די טראמפ אדמיניסטראציע טוט זיך אויף אז זיי האבן אפגעזאגט ווייל זיי זענען גאווערמענט וועיסט און זיצן אויף פעטע וועידזשעס אבער טיען נישט גארנישט איז אויך נישט אזוי פשוט.
שטילערהייט ווערן אסאך פון די ארבעטערס שנעל צירוק געהייערט נאכן איינזעהן אז זיי זענען קריטיש וויכטיג פאר די אגענטורן ווי זיי ארבעטן.
פארשטייט זיך די פייערן ווערט געמאכט מיט גרויס פאמפע אבער די צירוק הייערן ווערט געמאכט שטילערהייט...
נאך אין די סעריע..
Re: פרעזידענט טראמפ דורכפעלער.
געפאוסט: מיטוואך מערץ 05, 2025 10:48 pm
דורך בערל דער פייפער
נאו לעיבל האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 7:36 pm
נאו לעיבל האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 24, 2025 8:32 pm
די זעלבע מיט די טויזענטער ארבעטער וואס די טראמפ אדמיניסטראציע טוט זיך אויף אז זיי האבן אפגעזאגט ווייל זיי זענען גאווערמענט וועיסט און זיצן אויף פעטע וועידזשעס אבער טיען נישט גארנישט איז אויך נישט אזוי פשוט.
שטילערהייט ווערן אסאך פון די ארבעטערס שנעל צירוק געהייערט נאכן איינזעהן אז זיי זענען קריטיש וויכטיג פאר די אגענטורן ווי זיי ארבעטן.
פארשטייט זיך די פייערן ווערט געמאכט מיט גרויס פאמפע אבער די צירוק הייערן ווערט געמאכט שטילערהייט...
נאך אין די סעריע..
וויפל האט מען געשיקט און וויפל צוריק גענומען?
דרך אגב טאקע דאס איז די געדאנק צו שיקן אלע נישט נוצבארע ארבעטער און בלייבן נאר מיט די וויכטיגע
Re: פרעזידענט טראמפ דורכפעלער.
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:32 am
דורך נקודות טובות
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 10:48 pm
נאו לעיבל האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 7:36 pm
נאו לעיבל האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 24, 2025 8:32 pm
די זעלבע מיט די טויזענטער ארבעטער וואס די טראמפ אדמיניסטראציע טוט זיך אויף אז זיי האבן אפגעזאגט ווייל זיי זענען גאווערמענט וועיסט און זיצן אויף פעטע וועידזשעס אבער טיען נישט גארנישט איז אויך נישט אזוי פשוט.
שטילערהייט ווערן אסאך פון די ארבעטערס שנעל צירוק געהייערט נאכן איינזעהן אז זיי זענען קריטיש וויכטיג פאר די אגענטורן ווי זיי ארבעטן.
פארשטייט זיך די פייערן ווערט געמאכט מיט גרויס פאמפע אבער די צירוק הייערן ווערט געמאכט שטילערהייט...
נאך אין די סעריע..
וויפל האט מען געשיקט און וויפל צוריק גענומען?
דרך אגב טאקע דאס איז די געדאנק צו שיקן אלע נישט נוצבארע ארבעטער און בלייבן נאר מיט די וויכטיגע
אט אזוי! גענוי דאס איז וואס איך וואלט געטוהן אין זיינע שיך. ווען בין איבערגעצייגט אז עפעס איז קארופטירט וואלט איך יעדן געפייערט, און עטליכע טעג שפעטער וואלט איך צוריגענומען לויט וועלכע פונקציע איך האלט איז באמת וויכטיג. גיי פארשטיי פארוואס דאס ווערט גערופן א דורכפאל.
ביי די וועי,
@נאו לעיבל דו גיי ווייטער אן, סתם זעהן נייעס פון איין פערספעקטיוו איז נישט אינטערעסאנט. דו לייגסט צו א קאליר צו די בריאה, אפגעזעהן צו איך בין מיט דיר אויף איין פעידזש אדער נישט.
Re: פרעזידענט טראמפ דורכפעלער.
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:18 am
דורך הדסים
נאו לעיבל האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 24, 2025 8:44 pm
ווער רעדט נאך פון די גהינם וואס האט זיך געדארפט עפנען אויף עזה...
טראמפ...
Re: פרעזידענט טראמפ דורכפעלער.
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:20 am
דורך הדסים
נאו לעיבל האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 24, 2025 10:30 pm
צ"ק
אין טראמפ'ס אמעריקע דארף מען זיך שלאגן צו קענען צאלן 8 דאלער פאר א דאזען אייער.
אין ביידען'ס נישט?
Re: פרעזידענט טראמפ דורכפעלער.
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:23 am
דורך קיינמאל
למעשה איז נאך נישט דא קיין דורכפעלער
פרייזן גייען אראפ אינטערעס ראטעס גייען אראפ
שלום פלענער איבער די וועלט
Re: פרעזידענט טראמפ דורכפעלער.
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:28 am
דורך הדסים
קיינמאל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:23 am
למעשה איז נאך נישט דא קיין דורכפעלער
פרייזן גייען אראפ ? אינטערעס ראטעס גייען אראפ
שלום פלענער איבער די וועלט
Re: פרעזידענט טראמפ דורכפעלער.
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:37 am
דורך אנדערער
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:32 am
ביי די וועי,
@נאו לעיבל דו גיי ווייטער אן, סתם זעהן נייעס פון איין פערספעקטיוו איז נישט אינטערעסאנט. דו לייגסט צו א קאליר צו די בריאה, אפגעזעהן צו איך בין מיט דיר אויף איין פעידזש אדער נישט.
Re: פרעזידענט טראמפ דורכפעלער.
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 5:05 pm
דורך קיינמאל
הדסים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:28 am
קיינמאל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:23 am
למעשה איז נאך נישט דא קיין דורכפעלער
פרייזן גייען אראפ ? אינטערעס ראטעס גייען אראפ
שלום פלענער איבער די וועלט
געז
Re: פרעזידענט טראמפ דורכפעלער
געפאוסט: מאנטאג מערץ 10, 2025 4:28 pm
דורך נאו לעיבל
נאך א שווארצע טאג אויפן סטאק מארקעט!
די לעצטע 4 וואכן אין טראמפ'ס סטאק מארקעט: