בלאט 1 פון 11

ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג יולי 21, 2023 3:50 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
א איד זאגט מיר אמאל א מעשה נורא:

כ'בין געפארן אויפ'ן דזשערזי סעווענטין, אויף איבער 100 מייל פער האלבע שעה, און פלוצלינג... וירא כי אין איש! דער בחור איז דא! א פאליס בלינקט די לייטס!

בינעך געפלויגן צו א זייטיגן עקזיט, כאגעמיינט כבין פטור, למעשה אבער "הילד איננו!" דער בחור איז ווידער דא! ס'צרות ווי א בעכער!

ביז ביז, כאמעך געגעבן א דריי אריין אין א געז סטעישן, און ביז ער האט געכאפט בינעך שוין געווען געפארקט און אויסגעלאשן, איך קוק צוריק און כזעה: אודך! נישטא מער!

אה, דינא דמלכותא דינא, א גוטער באשעפער!

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 11, 2023 12:33 pm
דורך עדיטאריעל
מלחמה אין ארה"ק

Re: ווערטלעך

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 11, 2023 2:07 pm
דורך להגדיל הטראסק
ניקל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 11, 2023 1:59 pm
ניקל האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 08, 2023 9:52 pm באריכטן אז אמעריקא האט געשיקט די דזשעראלד פארד עירקרעפט קעריער שיף, און געשיקט פרישע וואפנס קיין ארץ ישראל.
צווייטע מלחמה קעריער שיף ווערט ארויסגעשיקט דורך די יונייטעט סטעיטס קיין מיטל מזרח ארויסצוהעלפן מדינת ישראל און פאל פון נויט
טייל זאגן אז די צווייטע שיף קומט צוליב וואס ביידען האט פארגעסן אז ער האט שוין געשיקט איינס...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 11:08 am
דורך עדיטאריעל
איך פרעג היינט א בחור צו ער פארט צירוק לערנען אין א"י, זאגט ער מיר יא,
פרעג איך אים האסט נישט מורא פין די מיסעלס? זאגט ער מיר ביי זיין טאטען אינדערהיים פליעט אויכעט מיסעלס...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 11:31 am
דורך להגדיל הטראסק
....ער חסיד שאל ר' אי"ש מי מכוון בברכת ולמלשינים? ענה "וועם דו האסט אינזין ביי על הצדיקים...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 12:32 pm
דורך להגדיל הטראסק
א נייע נוסח הברכה:
ברוך אשר קדשנו במצותיו וצונו על המילה, הצלה! (איך שרייב נישט דעם נאמען מיט וועם עס איז געווען...)
----------------------------------
בערך ווי די מעשה ווען דער מוהל האט געמאכט די ברכה, און דער אשכנזישער רב אלס סנדק זאגט מיט זיין באפעלערישע שטימע "איר האט פארשניטן!" איז געווארן א בהלה ביז דער מוהל האט באמערקט אז ער האט בטעות אריינגעשניטן אין רב'ס פינגער...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 2:38 pm
דורך טיפע טאשן
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 12:32 pm א נייע נוסח הברכה:
ברוך אשר קדשנו במצותיו וצונו על המילה, הצלה! (איך שרייב נישט דעם נאמען מיט וועם עס איז געווען...)
----------------------------------
בערך ווי די מעשה ווען דער מוהל האט געמאכט די ברכה, און דער אשכנזישער רב אלס סנדק זאגט מיט זיין באפעלערישע שטימע "איר האט פארשניטן!" איז געווארן א בהלה ביז דער מוהל האט באמערקט אז ער האט בטעות אריינגעשניטן אין רב'ס פינגער...
ר''ל אלעס בסדר?

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 2:41 pm
דורך להגדיל הטראסק
טיפע טאשן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 2:38 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 12:32 pm א נייע נוסח הברכה:
ברוך אשר קדשנו במצותיו וצונו על המילה, הצלה! (איך שרייב נישט דעם נאמען מיט וועם עס איז געווען...)
----------------------------------
בערך ווי די מעשה ווען דער מוהל האט געמאכט די ברכה, און דער אשכנזישער רב אלס סנדק זאגט מיט זיין באפעלערישע שטימע "איר האט פארשניטן!" איז געווארן א בהלה ביז דער מוהל האט באמערקט אז ער האט בטעות אריינגעשניטן אין רב'ס פינגער...
ר''ל אלעס בסדר?
די הצלה מעשה איז געווען אפאר יאר צוריק

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 3:15 pm
דורך וואוילער
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 12:32 pm א נייע נוסח הברכה:
ברוך אשר קדשנו במצותיו וצונו על המילה, הצלה! (איך שרייב נישט דעם נאמען מיט וועם עס איז געווען...)
----------------------------------
בערך ווי די מעשה ווען דער מוהל האט געמאכט די ברכה, און דער אשכנזישער רב אלס סנדק זאגט מיט זיין באפעלערישע שטימע "איר האט פארשניטן!" איז געווארן א בהלה ביז דער מוהל האט באמערקט אז ער האט בטעות אריינגעשניטן אין רב'ס פינגער...
אלעס קען זיך מאכן, אבער ס'קיין ווערטל נישט.
ס'ווייטאגט מיר שוין לאנג אויף די זיידעס אדער ***** וואס מוזן מל'ן אפילו זיי קענען נישט.

Re: ווערטלעך

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 12:05 am
דורך להגדיל הטראסק
1572. איינער וואס קאט אריין דריי לעינס אויפן הייוועי בלה"ק? – שלישי למילה...

1270. כי עליך הורגנו כל היום זו מילה – מען איז גרייט צו פאר'הרג'ענען א גאנצע טאג – מען שלאפט נישט ביינאכט, די ברית ציעט זיך ביזן טאג אריין אינקלודעט טראוועל, מען פארפליישיגט זיך און מען קען נישט טרונקען קיין קאווע, אבער אויף אלעס איז מען גרייט למען מצות מילה! מי כעמך ישראל...

710. רב שסירב לילך לחופה מחמת ספק ברכה...
711. וזה שמזמרים בברכה אחריתא , משום אין שמחה כהתרת הספיקות, ומשום הא אין רבינו שליט"א מזמר, ווייל ער איז פארזיכערט דערמיט בלי ספק.
712. ומישום הכא נותנים כיבוד (קעיק און ברוינפן) אחר ברית מילה, למי שצפה לכיבוד ולא קיבל...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 12:13 am
דורך להגדיל הטראסק
בקלאס של שחורים היה טעסט!
בוחן: דזשאו! וויפיל איז 2 +2?
דזשאו: דאס איז זייער א שווערע פראגע... אממ... 3!
בוחן: נאופס! דו ביסט דורגעפאלן!
אנדערע סטונדענטן: געב אים נאך א טשאנס!
בוחן: אקעי, וויפיל איז 2+2?
דזשאו: דאס איז נאך שווערער פון די פריערדיגע... עממ...אה! 5!
בוחן: ניין! דו גייסט באקומען א שלעכטע מארק!!!
אנדערע סטודענטן: געב אים נאך איין טשאנס!....
בוחן: אקעי, נאך איינמאל: וויפיל איז 2+2?
דזשאו: מיט אראפגעלאזטע אויגן "4"
בוחן: שרייבט א נאוט
אנדערע סטודענטן: טיטשער!!! פליזזזזזז!!! גיוו הים ענאדער טשענס!!!....

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 2:03 pm
דורך להגדיל הטראסק
איך עס מער נישט אראביען סאלאט! - איך שטיץ נישט די אראבער!
און ראש השנה עס איך חומוס און איך זאג "יהי רצון שיסתלקו חאמאסינו"

טראץ דעם האט עס מיר נישט געהאלפן, מען האט מיר באשולדיגט אלס אראבער!
מען האט מיר געוואלט אפהאקן די עלעקטער...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 10:53 pm
דורך וואסאפשט
בין איך געפארן אויפן הייוועי איז דא א בילבארד שטייט ווי פאלגענד
בעסער צו ארבעטן מיט 1000 אראבער ווי מיט 1 איד.........
געטראכט האב איך זיך אפצושטעלן און דערגיין וואס איז די דיסקרימנאציע
למעשה האב איך געזען אז ס'איז די חברא קדישא

Re: ווערטלעך

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:33 pm
דורך עדיטאריעל
פארוואס טאקע?

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:17 am
דורך להגדיל הטראסק
צחוק מכאיב:

א פאליס במדינת ישראל איז נאכגעפארן א מאטאר ביציקל מיט צוויי רייזענדע 20 מינוט ולא מצא עולה, סטאפו בתמיה "ווי אזוי באווייזטו עס? שוין 20 מינוט וואס איך פאר דיך נאך און קיין איין עבירה?
ענה הביציקיליסט "אז דער אייבערשטער פארט מיט איז מען באהיטן פון אלעם שלעכטס..."
נתן לו טיקעט: ווייל אויף א מאטאר ביציקל טארן נאר פארן 2 נישט דריי...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 29, 2023 8:46 pm
דורך להגדיל הטראסק
אין גראסערי
גימפל: די מילעך? אזוי טייער! עס קאסט די הויזן!
גרונם: וואס מאכסטוך שווער דאס לעבן? קויף א קו און וועסט זיך שפארן מיליאנען!!!
גימפל: א געוואלדיגע געדאנק! פשי! פארוואס איז מיך דאס נישט בייגעפאלן???
גרונם: נו! איך קען קאלן דעם קו סוחר?
גימפל: אממ... איך מיין אז נישט...
גרונם: פארוואס נישט?!
גימפל: כ'האב מיך מתבונן געווען אז עס איז א ערנסטע שאלה! עס קען זיין א שטארקע איסור להלכה!
גרונם: וועלכע הלכה?
גימפל: אלס חרם דרבינו גרשון...

(פאר דער וואס פארשטייט נישט, דאס פארשטייסטו יא אז צו נעמען אין קרית יואל צוויי פון די אויסגאבע "באלעבאסטע" איז א חרם דרבינו גרשון?! אדער דאס פארשטייסטו אויך נישט...?)

Re: ווערטלעך

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 29, 2023 9:00 pm
דורך להגדיל הטראסק
איבערדרייען סדום:
וואלט עס ווען געווען היינט צוטאגס מיט די בילדער העפטן וועכענטליך, וואלט ווען דער אייבערשטער געטראפן אסאך מער ווי 50 צדיקים...

848. בסדום לא היה ישיבה! – אלמלא היה שם ישיבה לא היו צריכים למלאכים אז זיי זאלן עס איבערדרייען... – ולפי זה אמר לוט על צוער "העיר הזאת קרובה לנוס שמה ברש"י קרובה ישיבתה – כלומר אינך צריך להפכו משום שבקרוב יהיה כאן ישיבה וממילא יתהפך...(

א פלא אז סדום איז געווארן איבערגעדרייעט? עס זענען געווען דארט 2 חתנים... (ויצא לוט וידבר אל חתניו לקחי בנתיו (בראשית יט.יד.)

Re: ווערטלעך

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 10:53 am
דורך אביסל צו שפעט
להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 8:46 pm אין גראסערי
גימפל: די מילעך? אזוי טייער! עס קאסט די הויזן!
גרונם: וואס מאכסטוך שווער דאס לעבן? קויף א קו און וועסט זיך שפארן מיליאנען!!!
גימפל: א געוואלדיגע געדאנק! פשי! פארוואס איז מיך דאס נישט בייגעפאלן???
גרונם: נו! איך קען קאלן דעם קו סוחר?
גימפל: אממ... איך מיין אז נישט...
גרונם: פארוואס נישט?!
גימפל: כ'האב מיך מתבונן געווען אז עס איז א ערנסטע שאלה! עס קען זיין א שטארקע איסור להלכה!
גרונם: וועלכע הלכה?
גימפל: אלס חרם דרבינו גרשון...

(פאר דער וואס פארשטייט נישט, דאס פארשטייסטו יא אז צו נעמען אין קרית יואל צוויי פון די אויסגאבע "באלעבאסטע" איז א חרם דרבינו גרשון?! אדער דאס פארשטייסטו אויך נישט...?)
וואס הייסט, זיי האבן געשריבן אז ס'א חרם דרבינו גרשון צו נעמען צוויי?

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 12:45 am
דורך להגדיל הטראסק
האט מען געפרעגט לאנגסאם: ווי אזוי שפירסטו ווען דו זאגסט א ווערטל און דער עולם לאכט נישט?
האט ער גענטפערט: דו האסט שוין אמאל מיטגעהאלטן ווי א בעל תפילה האלט ביי ושמרו און ער ציעט ארויף כי שיישעעעעעס ימים, און ער קען שוין נישט ארויפציען? ווי זיין זוהן...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 1:45 am
דורך להגדיל הטראסק
שבת צופרי ביים קידוש
גימפל: געמיר די גרעיפ דזשאוס! איך וויל מאכן קידוש!
גרונם: קענסט נישט קידוש מאכן אויף ברוינפן?
גימפל: ניין!
גרונם: פארוואס?
גימפל: דו ווייסט נישט אז איך בין א סאטמארער?!
גרונם: און?
גימפל: די ברוינפן איז חמר 'מדינה'...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 3:18 pm
דורך עדיטאריעל
קומט א איד צום אויער דאקטער:

איך מיין אז מיין ווייב הערט שוין נישט, פרעגט אים די דאקטער וואס פאלט דיר ביי?

זאגט ער איך פרעג איר זאכען און זי איגנארירט מיך און ענטפערט גארנישט.

איך האב דיר אן עצה זאגט אים די דאקטער, דו גייסט אהיים שטעל זיך 10 פיס אוועק פון איר און פרעג איר "וואס איז היינט פאר סאפיר?"
אויב זי ענטפערט נישט, ריק זיך צו 2 פיס פאראויס און פרעג איר נאכאמאל "וואס איז היינט פאר סאפיר?" און אזוי טוה ביי יעדע 2 פיס ביז זי הערט דיין שאלה.

די עצה איז אים געפאלן, ער קומט אהיים שטעלט זיך 10 פיס אוועק און פרעגט איר "וואס איז היינט פאר סאפיר?"
און כאשר פתר אין קול ואין יונה,

ער רוקט זיך נענטער און נענטער ער האלט שוין אינעם פרצוף אריין און פרעגט נאכאמאל "וואס איז היינט פאר סאפיר?"

ער הערט א קול וואס הערט זיך היפש אביסל בייז "פלייש מיט רייז, צום פיפטען מאל"...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 8:59 pm
דורך להגדיל הטראסק
גימפל: רבי! מען שלאגט מיר פאר 3 שידוכים פאר מיין קינד וועלכע זאל איך נעמען?
רבי: פון וואס איז די רעדע?
גימפל: 1) איז א פיינער בחור 2) איז א שיינע מכובדיגע משפחה, 3) איז גרייט מיך צו נעמען...
----------------------
גימפל: מען שלאגט פאר אזויפיל שידוכים בליעה"ר - איך בין זיכער אז כאטש עטליכע וועלן ווערן...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 10:29 pm
דורך מסתמא
איבער די יסודות’דיגע נושא פון דעת בעה”ב היפוך דעת תורה.
א דוגמא בעלמא, א בעה”ב קלערט זיך אז בכדי צו שטויסן און שלאגן ברויך מען זיין פיט און אין שעיפ אבער אין די תורה שטייט אנדערש ”וישמן ישורון ויבעט”.. מדארף זיין ראולי פאולי פאר דעם.

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 11:07 am
דורך מירון
ליידער נישט אזא ווערטל, ס'קומט אבער נאכאלץ צו שמייכלען:

ר' נתן גורארי ז"ל פון חב"ד דערציילט, אז איינמאל איז ער געפארן אויף א שליחות פון רבין אין א פארווארפענע שטאט אין אמעריקע, האט ער מיט די חברותא זיינער מחליט געווען צו באזוכן די אידישע בית הקברות, ווען זיי האבן דארט באזוכט, האבן זיי געזען ווי עס שטייט אויף איינע פון די מצבות ”כשר לפסח", האבן זיי געמאכט א בירור אין די ענין און מ'האט ארויסגעפונען די מעשה: דער משפחה האבן געוואוסט אז זיי זענען איד'ן, האבן זיי געוואלט לייגן עפעס לשון קודש ווערטער אויף די טאטע'ס מצבה, אבער זיי האבן נישט געוואוסט קיין לה"ק, האבן זיי געזוכט אין שטוב עפעס מיט לה"ק, און זיי האבן געפונען א אלטע באטל וויין וואס אויף אים האט געשטאנען כשר לפסח, האבן זיי דאס ארויפגעלייגט.

#נעבעך

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 1:11 am
דורך להגדיל הטראסק
גימפל: מזל טוב גרונם! איך הער זאגן אז דער באשעפער האט דיך געשאנקען א גרויסע בעיבי?
גרונם: ברוכים תהיו, אבער וואס הייסט א גרויסע בעיבי? אזא גרויסע יאכנע ביסטו אז דו ווייסט שוין אלע דעטאלן וויפיל עס האט געוואויגן?!
גימפל: וואס עפעס וויפיל עס האט געוואויגן? איך הער אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א צוויי פיסיגע בעיבי...