בלאט 1 פון 20
שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 7:05 pm
דורך שינאווער
ברעיקינג:
שמחו בשם וגילו צדיקים והרנינו כל ישרי לב
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
לאירוסי נכדתו הכלה תחי'
בת הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שתחי'
חתן הגה"צ רב דקהלתינו וומסב"ג שליט"א
עב"ג הבה"ח הרב אלטר יצחק שליט"א ממציוני תלמידי ישיבתינו הק' קרית יואל
בן הגה"צ ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א אבד"ק שערי תפילה קרית יואל
בן הגה''צ יחיאל אשר פאנעט שליט''א אב''ד קארלסבורג מאנטרעאל
חתן הגה"צ ר' יהושע העשיל וואגשאהל שליט"א חתן אב"ד גרינוויל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 7:17 pm
דורך מיילעך פריילעך
= קול רנה וישועה באהלי צדיקים - סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל =
ברגשי גיל וחדוה און גרויס עקסטאז נעמען רבבות אלפי אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר אויף די בשורה טובה ומרנינה בשמחת קישור החיתון למז"ט פונעם עלטסטן און דאפלטן אור אור אייניקל - דור החמישי פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, עלטסטע אור אייניקל ביי בנו הגדול וממלא מקומו ממשיך דרכו עטרת ראשינו הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, און עלטסטע אור אייניקל ביי מחותנו כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהילתינו הק' ב"פ שליט"א, און עלטסטע אייניקל ביי כבוד הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
הכלה בתו הבכורה של הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', בן הגה"צ ר' יחזקאל שרגא גלאנץ שליט"א - מ'בארדיוב,
עב"ג החתן פרע"ח הרב אלטר יצחק שליט"א ממצוייני תלמידי ישיבתינו הק' קרית יואל, בן הגה"צ ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א - אבד"ק שערי תפילה קרית יואל, בן הגה''צ יחיאל אשר פאנעט שליט''א - אב"ד קארלסבורג מאנטריאל וחתן הגה"צ ר' מנשה מאיער שליט"א אב"ד גרינוויל
= גזע הקדוש "עצי התמרים" חגרו חג ' בית צדיקים יעמוד =
די געפילן רוישן און די יום טוב'דיגע שטימונג נעמט ארום אנשי שלומינו מיט'ן היסטארישע שידוך שליסן ווען עס ווערט צוגעטשעפעט נאך א רינגעלע אינעם הייליגן גאלדענעם קייט פונעם "גזע הקודש עצי התמרים"
= כל בי עשרה שכינתא שריא =
בשמחה עילאה פרייען זיך מיט משמי מעל די גאנצע הייליגע גזע אראלים ותרשישים 'עצי התמרים' ווען דער צענטער דור פון רביה"ק בעל ישמח משה זי"ע גייט אריין בקשרי האירוסין
= צדיק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה =
בחרדת קודש וביראת הכבוד טוען אנשי שלומינו זקנים עם נערים די בכל אתר ואתר וואונטשן א ברכה אל מול פני מלכא קדישא דעם גרויסן עלטער זיידע כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אז דער רבי זאל שטענדיג זעהן תענוג ונחת מכל יוצאי חלציו און קענען ווייטער פירן די קהילה על מי מנוחות בדרך ישראל סבא ביז משיח'ס טאג, און די גאלדענע קייט זאל זיך ווייטער ציען מעתה ועד עולם,
און א ברכה אל מול הגה"צ דער רב שליט"א אז דער רב זאל זעהן אסאך תענוג ונחת עד בלי די און ווייטער קענען שטיין נאך לאנגע געזונטע יארן לימין אביו הגדול ארויסצוהעלפן די עבודת הקודש, און ווייטער קענען משפיע זיין מהודו פאר די תלמידים ושומעי לקחו עד זקנה ושיבה
= בגלל אבות תושיע בנים ותביא גאולה לבני בניהם =
ויהי רצון אז די זכות אבות זאל משפיע זיין אז ס'זאל זיין א קשר של קיימא און א בנין עדי עד, די הייליגע זיידעס זאלן זיך מיען, עדי נזכה לביאת משיח צדקינו ומלכינו בראשינו בב"א
= שישו ושמחו בשמחת רבינו =
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 7:19 pm
דורך דער תהלים איד
שינאווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 7:05 pm
ברעיקינג:
שמחו בשם וגילו צדיקים והרנינו כל ישרי לב
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
לאירוסי נכדתו הכלה תחי'
בת הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שתחי'
חתן הגה"צ רב דקהלתינו וומסב"ג שליט"א
עב"ג הבה"ח הרב אלטר יצחק שליט"א ממציוני תלמידי ישיבתינו הק' קרית יואל
בן הגה"צ ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א אבד"ק שערי תפילה קרית יואל
בן הגה''צ יחיאל אשר פאנעט שליט''א אב''ד קארלסבורג מאנטרעאל
חתן הגה"צ ר' מנשה מאיער שליט"א אב"ד גרינוויל
מזל טוב!
תיקון טעות: הרב פאנעט איז א אן איידעם ביי רבי יהושע וואגשאהל שליט"א, וואס איז אן איידעם ביי רבי מנשה מאיער שליט"א.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 7:53 pm
דורך א חסיד פון רב

בצל מורינו

=קול רנה וישועה באהלי צדיקים=
די מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון וועט פארקומען 10:00 בביהמ"ד עצי חיים סיגוט אין וויליאמסבורג
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 7:54 pm
דורך דער אויבערהאר
די תנאים וועט פארקומען צוזאמען מיט די גרויסע חמשה עשר בשבט טיש?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 8:09 pm
דורך איך
דער אויבערהאר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 7:54 pm
די תנאים וועט פארקומען צוזאמען מיט די גרויסע חמשה עשר בשבט טיש?
ניין
די תנאים וועט פארקומען אין בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג
דער דאטום איז נאכנישט באשטימט
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 8:17 pm
דורך איד
איך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 8:09 pm
דער אויבערהאר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 7:54 pm
די תנאים וועט פארקומען צוזאמען מיט די גרויסע חמשה עשר בשבט טיש?
ניין
די תנאים וועט פארקומען אין בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג
דער דאטום איז נאכנישט באשטימט
מאנטיג נאכט אי''ה
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 8:35 pm
דורך איך

- IMG_20250206_202809_717.jpg (262.71 KiB) געזען געווארן 3713 מאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 10:10 pm
דורך לג בעומר
די רבי הייבט יעצט אן די דברות קודש
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 11:44 pm
דורך פארשטענדליך אידל
לג בעומר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 10:10 pm
די רבי הייבט יעצט אן די דברות קודש
הוק אפ?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 07, 2025 1:43 am
דורך איד

- IMG_20250207_014152_787.jpg (205.07 KiB) געזען געווארן 3423 מאל

- IMG_20250207_014152_546.jpg (286.48 KiB) געזען געווארן 3423 מאל

- IMG_20250207_014152_656.jpg (152.01 KiB) געזען געווארן 3423 מאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 07, 2025 9:46 am
דורך ווער

- unnamed - 2025-02-07T094620.945.jpg (60.77 KiB) געזען געווארן 3268 מאל

- unnamed - 2025-02-07T094609.611.jpg (70.59 KiB) געזען געווארן 3268 מאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 07, 2025 9:47 am
דורך ווער

- unnamed - 2025-02-07T094713.677.jpg (71.21 KiB) געזען געווארן 3267 מאל

- unnamed - 2025-02-07T094719.193.jpg (64.69 KiB) געזען געווארן 3267 מאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 07, 2025 9:54 am
דורך שמח
פארשטענדליך אידל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 11:44 pm
לג בעומר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 10:10 pm
די רבי הייבט יעצט אן די דברות קודש
הוק אפ?
צו איבערהערן
דב"ק ביים מסיבת לחיים נאך תפילת מעריב במקום הנופש פאלם ספרינגס קאלעפארניע, לרגל די שמחת קישור החיתון פון די ערשטע אור אייניקל הכלה בת נכדו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א חתן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 07, 2025 10:26 am
דורך Yankel
איד האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 07, 2025 1:43 am
IMG_20250207_014152_787.jpgIMG_20250207_014152_546.jpgIMG_20250207_014152_656.jpg
ביי וועם איז די מחותן פאנעטה א איידעם?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 07, 2025 10:36 am
דורך אויגעלעך

- unnamed (6).jpg (153.02 KiB) געזען געווארן 3198 מאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 07, 2025 12:07 pm
דורך איד
Yankel האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 07, 2025 10:26 am
איד האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 07, 2025 1:43 am
IMG_20250207_014152_787.jpgIMG_20250207_014152_546.jpgIMG_20250207_014152_656.jpg
ביי וועם איז די מחותן פאנעטה א איידעם?
ס'שטייט אויפן צעטיל
(הגה''צ אב''ד יאסלא שליט''א, חתן הגה''צ אב''ד גרינוויל שליט''א)
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג פעברואר 09, 2025 12:25 am
דורך דער אויבערהאר
ס'איז שוין דא א רעדע פון א דאטום פאר די גרויסע חתונה?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג פעברואר 09, 2025 9:03 am
דורך לג בעומר
חשון בשטו"מ
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג פעברואר 09, 2025 5:05 pm
דורך האלא
איינער מיט עפעס מער דעטאלן ארום די מארגן'דיגע תנאים?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג פעברואר 09, 2025 5:37 pm
דורך שינאווער
האלא האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 09, 2025 5:05 pm
איינער מיט עפעס מער דעטאלן ארום די מארגן'דיגע תנאים?
דער מעמד איז ערווארטעט זיך אנצוהייבן ארום 8:30.
1. דער רבי וועט פארלאזן דער מקום הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע, מארגן נאכמיטאג, און וועט גלייך ביים אנקומען מיטן פריוואטע פליגער (מען ווייסט נאכנישט אין וועלכע עירפארט) צופארן צו וויליאמסבורג אויף 14 הופפער סט. וואו עס וועט פארקומען דעם ריזן געהויבענעם היסטארישן פרייליכער מעמד תנאים. (דער רבי איז ערווארטעט אנצוקומען צום מעמד אביסל שפעט).
2. עס ווערן אנגעגרייט ריזן הויכשטאקיגע פארענטשעס לענגאויס דעם גאנצן היכל הביהמ"ד פון ברעג צו ברעג, צו קענען אקאמאנדירן דעם ערווארטעטן ריזן ציבור לאלפים.
3. עסקנים האבן אין די יעצטיגע שעות פארענדיגט צו אויסארבעטן די פילע דעטאלן פונעם פאליצייאישן פרעספעקטיוו פארן גרויסן מעמד, עס וועט זיין אי"ה א גרויסן פאליצייאישן אנוועזנהייט אין צוזאמענארבעט מיט די געטרייע חברה שומרים, און מען וועט קענען פארקן ענגל פארקינג אויף קענט עוו.
4. דער מעמד איז ערווארטעט צו צוזאמברענגען טויזענטער סאטמארע חסידים פונעם גאנצן געגנט און ארום, מיטצוהאלטן די היסטארישע געהויבענע מאמענטן וואס מיר האבן די זכי' מיטצוהאלטן, און אינאיינעם זיך מיטפרייען מיטן רבינ'ס שמחה, און צו דאנקן דעם הייליגן באשעפער אויף די גרויסע חסדים.
5. עס וועלן אויפטרעטן די חשובע מחותנים און געהויבענע זיידעס, ובראשם דער געהויבענעם עלטער זיידע פונעם כלה, כ"ק מרן רבינו שליט"א וואס וועט בעז"ה משמיע זיין דברות קודש, וואס וועט ווערן מיטגעהאלטן דורך צענדליגער טויזנטער חסידי סאטמאר פון אומעטום, פון איבער דער גאנצע וועלט.
מער דעטאלן וועלן נאכפאלגן...
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג פעברואר 09, 2025 6:40 pm
דורך שינאווער

- unnamed (54).jpg (237.47 KiB) געזען געווארן 3906 מאל

- unnamed (53).jpg (94.33 KiB) געזען געווארן 3906 מאל

- unnamed (52).jpg (216.17 KiB) געזען געווארן 3906 מאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג פעברואר 09, 2025 6:45 pm
דורך שינאווער

- unnamed (57).jpg (270.95 KiB) געזען געווארן 3901 מאל

- unnamed (56).jpg (322.33 KiB) געזען געווארן 3901 מאל

- unnamed (55).jpg (232.58 KiB) געזען געווארן 3901 מאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג פעברואר 09, 2025 8:23 pm
דורך שינאווער

- unnamed (51).jpg (96.82 KiB) געזען געווארן 2890 מאל
*פאראכטן*
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג פעברואר 09, 2025 9:31 pm
דורך האלא
זעמיר געווען אויף א באזוך אין ביהמ"ד הגדול יעצט:
10 שטאק פארענטשעס
נישט ממש אויף די גאנצע לענג, אבער כמעט די גאנצע
געזען בחורים שלעפן אויסגעשניצטע טייטלביימער