בלאט 1 פון 1

דאנק דאנק דאנק!

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 6:46 pm
דורך יוחנן כהן
ס'איז פריילעך. די אידן גייען ארויס פון מצרים
די מצריים יאגן נאך. די אידן אין וואסער זיי גייען.

די מצריים לויפן נאך. אבער געווען א מיסטעיק
די באשעפער האט זיי אלע געלאזט אינעם לעיק.

דעמאלטס ווען די מצריים טויט זיי זענען געווען
די מלאכים געוואלט זינגען שירה נאכן דאס זעהן.

גאָט: מעשי ידי טובעים בים ואתם אומרים שירה?
און די מלאכים האבן טאקע נישט געזינגען זמירה.

א פראגע גאר שטארק יעדער קוועטשט און פרעגט
פארוואס האבן די אידן יא שירה זינגען געמעגט?

א תירוץ איז. אז אנדערש די אידן פון מלאכים זענען
זאגן שירה אויף די מצריים'ס טויט יא זיי קענען

ווייל געראטעוועט זיי זענען געווארן אין יענע צייט
משא''כ די מלאכים וואס קוקן נאר צו פון די זייט

---

דו באקומסט פריוואט טובות פון גאט יעדע מינוט
ביסט די איינציגסטע וואס קען אויף דעם דאנקען גוט

דו אנערקענסט אויף וואס גאט געבט דיר. יא יא!
ער ווארט זאלסט דאנקען! על כל נשימה תהלל קה!

#בשלח - שבת שירה

Re: דאנק דאנק דאנק!

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 07, 2025 2:47 am
דורך never say never
זייער שיין געשריבן.