גט'ליכע געשרייען
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 10:20 am
טייערע אידן דאס בין איך אברהמעל'ע.
א לעכטיג צוועלף יעריגע נשמהל'ע.
אין ווילאמסבורג מיט די הויכע שטאקן
מיין פיאות שיינע בלאנדע לאקן
נישט אנדערש פון קיינעם.
נאר מיט א חילוק א קליינעם.
איך בין ווי אלע קינדער גלייך
אנדערש נאר מיט איין זאך
מיין טאטע מיט מיין מאמע זיי
ליידער, עס טוהט מיר וויי
האבן נישט גוט געלעבט צוזאמען
זיי זענען עקסטער זייער וועג זיך געגאנגען
איך האב נישט קיין טענות חלילה
איך האב זיי ליב אפילו
זיי האבן מיר נישט וועלנדיג ביטער געמאכט
מיך צו באדערן, האבן זיי זיכער נישט געטראכט.
פון ווען איך בין אכט יאר געדענק איך.
לייגן ביי א צווייטע מומע, מען בעט זיך.
ארויף אראפ א לעבן פון פיין
מיין הערצעלע, בלוט נאכאנאנד זאפט אריין.
מיינע אויגעלעך ביינאכט, ווען קיינער מערקט.
טיף אינטערן דאכענע אליין אין בעט.
וועט זי טרערעלעך ארויסשיקן.
נישט צו לאזן די גאנצע ווייטאג אינווייניג שטיקן.
טרער נאך טרער וועט זי באפרייען.
אנשטאטס די מויל זאל קולות שרייען.
די פליסיגקייט וועט צו מיין קישן מאכן דעם רייזע.
טרערן וואס קען אנפילן א בלומען וואזע.
דורכגעווייקט נאס וועט זי ווערן
דערנאך, אין מיינע אויגן בלייבן טרוקענע טרערן.
ווען אין חדר איך לויף
ריסעס אליינס איך קויף
מיין מאמע איז אויף וועגן ווייט
זי וועט ריסעס מיר נישט קענען אנגרייטן אין צייט.
דערנאך גיי איך אריין אין קלאס
ווערטער ווייסט איר, איז ערגער ווי א בייס
איך קען צומאל הערן אינטער מיין רוקן.
אויף מיין חשבון מען וועט זיך דערקוויקן
איין טאג האב איך געהערט
וואו א שמועס איבער מיר אין חדר ווערט
איינער האט הויך געזאגט
אז אברומי איז ווי א יתום געפלאגט
איך האב געוואלט מיט הויכהילכער שרייען
אבער מיין ליפן מיט צוואנג געטוהן פארנייען
מיין טאטע האט פארלוירן אויף מיר רעכטן.
מיינע שטריקן מיט אים פארבינדן וויל מען שכט'ן
א יתום העלפט מען ארויס
אבער איך בין אין א ליידיגע הויז
מען האט מורא פון מיין מוטער
אין מיין שטוב קומט אפילו נישט קיין פעטער.
פון מיין מאמעס זייט וויל קיינער קומען
ווייל רעדן גוטס אויף מיין טאטע בין איך פארנומען
אבער פון מיין טאטעס זייט האט מען מורא
זי וועט פאר זיי רופן געזעץ אינפארסירער לכאורה
מיינע אינגע הענטעלעך געבינדן אויף אינטן
געלאזט ממש אין א שטורעם מיט מאכטפולע ווינטן
קיין וועג ארויס פונעם גרוב איך זעה
איך ווייס נישט ווען די זאך וועט ווערן אקעי
איך האף אז ווען איך וועל בר מצוה האבן
וועט מען פון מיר בלוט אויפהערן נאגן
אן אפמאך מיט מיין מאמע וועט זיין
און אביסל לינדערן מיין שרעקליכע פיין.
א לעכטיג צוועלף יעריגע נשמהל'ע.
אין ווילאמסבורג מיט די הויכע שטאקן
מיין פיאות שיינע בלאנדע לאקן
נישט אנדערש פון קיינעם.
נאר מיט א חילוק א קליינעם.
איך בין ווי אלע קינדער גלייך
אנדערש נאר מיט איין זאך
מיין טאטע מיט מיין מאמע זיי
ליידער, עס טוהט מיר וויי
האבן נישט גוט געלעבט צוזאמען
זיי זענען עקסטער זייער וועג זיך געגאנגען
איך האב נישט קיין טענות חלילה
איך האב זיי ליב אפילו
זיי האבן מיר נישט וועלנדיג ביטער געמאכט
מיך צו באדערן, האבן זיי זיכער נישט געטראכט.
פון ווען איך בין אכט יאר געדענק איך.
לייגן ביי א צווייטע מומע, מען בעט זיך.
ארויף אראפ א לעבן פון פיין
מיין הערצעלע, בלוט נאכאנאנד זאפט אריין.
מיינע אויגעלעך ביינאכט, ווען קיינער מערקט.
טיף אינטערן דאכענע אליין אין בעט.
וועט זי טרערעלעך ארויסשיקן.
נישט צו לאזן די גאנצע ווייטאג אינווייניג שטיקן.
טרער נאך טרער וועט זי באפרייען.
אנשטאטס די מויל זאל קולות שרייען.
די פליסיגקייט וועט צו מיין קישן מאכן דעם רייזע.
טרערן וואס קען אנפילן א בלומען וואזע.
דורכגעווייקט נאס וועט זי ווערן
דערנאך, אין מיינע אויגן בלייבן טרוקענע טרערן.
ווען אין חדר איך לויף
ריסעס אליינס איך קויף
מיין מאמע איז אויף וועגן ווייט
זי וועט ריסעס מיר נישט קענען אנגרייטן אין צייט.
דערנאך גיי איך אריין אין קלאס
ווערטער ווייסט איר, איז ערגער ווי א בייס
איך קען צומאל הערן אינטער מיין רוקן.
אויף מיין חשבון מען וועט זיך דערקוויקן
איין טאג האב איך געהערט
וואו א שמועס איבער מיר אין חדר ווערט
איינער האט הויך געזאגט
אז אברומי איז ווי א יתום געפלאגט
איך האב געוואלט מיט הויכהילכער שרייען
אבער מיין ליפן מיט צוואנג געטוהן פארנייען
מיין טאטע האט פארלוירן אויף מיר רעכטן.
מיינע שטריקן מיט אים פארבינדן וויל מען שכט'ן
א יתום העלפט מען ארויס
אבער איך בין אין א ליידיגע הויז
מען האט מורא פון מיין מוטער
אין מיין שטוב קומט אפילו נישט קיין פעטער.
פון מיין מאמעס זייט וויל קיינער קומען
ווייל רעדן גוטס אויף מיין טאטע בין איך פארנומען
אבער פון מיין טאטעס זייט האט מען מורא
זי וועט פאר זיי רופן געזעץ אינפארסירער לכאורה
מיינע אינגע הענטעלעך געבינדן אויף אינטן
געלאזט ממש אין א שטורעם מיט מאכטפולע ווינטן
קיין וועג ארויס פונעם גרוב איך זעה
איך ווייס נישט ווען די זאך וועט ווערן אקעי
איך האף אז ווען איך וועל בר מצוה האבן
וועט מען פון מיר בלוט אויפהערן נאגן
אן אפמאך מיט מיין מאמע וועט זיין
און אביסל לינדערן מיין שרעקליכע פיין.