בלאט 1 פון 1
טראמפ'ס טעגליכע קאנטראווערסיעס — אפדעיטעד טעגליך
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 05, 2025 6:48 pm
דורך שינאווער
ב"ה
אן אינטערעסאנטער איידיע, און איך בין נייגעריג אויב דער עולם איז בכלל אינטערעסירט אין אזא געדאנק, סא, לאזט מיך וויסן.
לאמיר דא האלטן חשבון, אויף די טעגליכע קאנטראווערסיאלע באשלוסן און סטעיטמענט'ס, אקטיוויטעטן וכו, פון דער טראמפ אדמיניסטראציע.
ביז נישט צו לאנג צוריק איז געווען יעדן טאג נייעס, יעדע שטיק צייט א "שטארקע" נייעס, אבער נאטינג ספעשל אויף דעילי בעיסעס.
אבער מיט די יעצטיגע טראמפ אדמיניסטראציע איז יעדן טאג ממש, דא א פרישע אויפשאקלונג אין די נייעס.
סא לאמיר דא האלטן חשבון.
און ווער ס'האלט אז ער האט געכאפט די נייעס פון די טאג, זאל זיך נישט צוריק האלטן פון עס באריכטן דא.
Re: טראמפ'ס טעגליכע קאנטראווערסיע'ס... אפדעיטעד טעגליך.
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 05, 2025 7:01 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
אמעריקא זאל נעמען עזה פאר זיך. איך האב עס געכאפט פאר היינט?
Re: טראמפ'ס טעגליכע קאנטראווערסיע'ס... אפדעיטעד טעגליך.
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 05, 2025 7:10 pm
דורך שינאווער
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 05, 2025 7:01 pm
אמעריקא זאל נעמען עזה פאר זיך. איך האב עס געכאפט פאר היינט?
יום ג'/ד' בשלח:
טראמפ דעקט אויף צום ערשטן מאל זיין מיינונג איבער דער צוקונפט פון עזה, צו די בייז בלוט פון וועלט פירער פארמישט אינעם קאנפליקט
טראמפ האט זיך געלאזט הערן ביי א פרעסע קאנפרענץ ביים באזוך פון מדנ"י פרעמיער אין ווייסן הויז, אז ער האלט אז אמעריקע דארף איבערנעמען קאנטראל פון עזה און עס אויפרייניגן פון די חרבנות און דעסטרוקציע אין וואס עס ליגט יעצט, און די איינוואוינער וואס זוכן א וואוינארט וועט מען פלאצירן אין עטליכע דערנעבנדיגע לענדער, וואס וואו ער זאגט איז דאס אסאך א בעסערע פלאן ווי איידער זיי צוריק לאזן צו די חרובע געגנטער וואס וועט זיי נאר ברענגען צו שלעכטס און פארניכטונג, און אויף די פראגע פון רעפארטער וואס ער זאגט צו די סטעיטמענטס פון די פירער אין די געגנט, האט ער געזאגט "איך ווייס אז זיי האבן זיך קעגנגעשטעלט צו ארייננעמען די עזה איינוואוינער, אבער זיי וועלן עס צום סוף יא נאכגעבן" און ער האט אנגעצייכנט אויף די פרעזידענט פון מעקסיקא וואס האט אויך פון אנפאנג גערעדט זייער שארף אנטקעגן זיך צושטעלן, אבער איז צום סוף איינגעגאנגען צו שיקן 10,000 סאלדאטן ארויסצוהעלפן ביים גרעניץ.
דער פלאן פון טראמפ איבער דער צוקונפט פון עזה האט אויפגעשאקלט דעם פאליטישן וועלט ווי אן ערדציטערניש אינמיטן העלן טאג, ווען פון אלע זייטן האט מען געהערט פון וועלט פירער פארדאמונגען און סטראשערייען אנטקעגן דעם.
סא בלייבט איבער צו זעהן וויאזוי דאס וועט זיך אויסקאכן אין די נאנטע טעג.
Re: טראמפ'ס טעגליכע קאנטראווערסיע'ס... אפדעיטעד טעגליך.
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 05, 2025 7:13 pm
דורך שינאווער
און פון די אילאן מאסק "דאוג" אגענטור וועט אויך לכאורה זיין יעדן טאג צוויי, פרישע באמבעס.
א שטייגער וואו דאס צושליסונג פונעם יו-עס עיד אגענטור, וואס האט איבערגעדרייט די נייעס נעכטן.
Re: טראמפ'ס טעגליכע קאנטראווערסיע'ס... אפדעיטעד טעגליך.
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 05, 2025 7:19 pm
דורך שינאווער
יום א'/ב' בשלח: דער זאווערוכע פון די טאריפ'ס אויף כינע - וואס איז געבליבן אין קראפט, מעקסיקא און קאנאדע - וואס איז געווארן אפגעשטיפט מיט א חודש.
Re: טראמפ'ס טעגליכע קאנטראווערסיע'ס... אפדעיטעד טעגליך.
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 10, 2025 6:46 pm
דורך שינאווער
אקעי, דער וואך האט זיך אנגעהויבן...
1. קודם איז טראמפ נעכטן געווען ביים ריזן "סופער באלל" יערליכן געים, דער ערשטער אמעריקאנער פרעזידענט אין אמט זיך צו באטייליגן ביים שפיל.
2. און אויפן וועג צום שפיל האט ער אויפן עראפלאן ביים אריבערפליען העכער דעם "גאלף אוו אמעריקע" באשטימט און אינטערגעשריבן אז דער טאג 02/09 וועט ווערן גערופן "די גאלף אוו אמעריקע דעי".
3. נעכטן דורכאויסן טאג, (פערצופאל אויך אויפן עיר פארס וואן) האט טראמפ זיך געלאזט הערן בנוגע די משכונות וואס זענען באפרייט געווארן אין די פאריגע רונדע, אז זיי זעען אויס ווי מלחמה איבערלעבער און אז ס'איז שרעקליך, און ער האט באטאנט, אז ער ווייסט נישט ווי לאנג ער וועט דאס קענען צולאזן אז ס'זאל זיך שלעפן אזוי לאנגזאם די באפרייאונגס פראצעדורן, און אז זיין געדולד הייבט אן אויסצולויפן.
און היינט האט ער געלאזט פאלן דעם ברעכנדע סטעיטמענט, אז "אויב דעם קומענדיגן שבת 12:00 מיטאג זענען נאכנישט אלע משכונות באפרייט, דאן וועט ער בטל מאכן דעם פייער אפשטעל, און ער וועט עפענען דעם טויער פון גהנום".
Re: טראמפ'ס טעגליכע קאנטראווערסיע'ס... אפדעיטעד טעגליך.
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 3:54 pm
דורך שינאווער
Re: טראמפ'ס טעגליכע קאנטראווערסיע'ס... אפדעיטעד טעגליך.
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 20, 2025 2:57 am
דורך מיילעך פריילעך
וואס טראמפ טוט מיט זעלענסקי...
Unbelievable


Re: טראמפ'ס טעגליכע קאנטראווערסיעס — אפדעיטעד טעגליך
געפאוסט: זונטאג מערץ 29, 2026 12:48 pm
דורך חלום חלמתי
טראמפ האט זיך אנגערופן ''די סטרעיט אוו טראמפ'' איך מיין... הורמוז.
יוש אזא שרעקליכע טעות, ביטע ביטע פארגעבט מיר... די פאלשע נייעס וועט זאגן אז טראמפ האט געמאכט א טעות, אבער איך מאך נישט קיין טעותים, כמעט נישט קיין טעותים.. אלס איז אויסגערעכנט....
--------------
ווארפט אן אנדייטונג וועלכע דיעל מען קען ערווארטן אין איראן...

Re: טראמפ'ס טעגליכע קאנטראווערסיעס — אפדעיטעד טעגליך
געפאוסט: דינסטאג אפריל 14, 2026 1:09 am
דורך מיליטערמאן
@שינאווער
שוין לאנג נישט געהערט פון דיר אין די טעמע, כאטש וואס די קאנטראווערסיעס און טוויטס שפראצן טעגליך.