בלאט 1 פון 1

שבת המסיימים חבורת תורתך שעשועי פרשת בא תשפ"ה

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 01, 2025 9:47 pm
דורך בן נביאים
הדרא דלא אפשר למפרט בשפוותא

דאס וואס קען געזאגט ווערן אויף די געהויבענע שבת וואס קרוב צו 700 חברי תורתך שעשועי פון גרעיטער ניו יארק און קאנאדא האבן געפראוועט אין ארמון האטעל אין קאנעטיקעט

די התעלות רוחניות, פלאמפייערדיגע דרשות, ווארעמע און פרייליכע ניגונים און ריקודים

די רייכע נארהאפטיגע סעודות, יעדע באקוועמליכקייט צוגעשטעלט אויפן שענסטן אופן

ועוד ועוד

יעצט גרייט מען זיך צו די גרויסע מלוה מלכה סיום סדר קדשים און התחלת *מסכת סיום* (אזוי האבן די דרשנים אנגערופן מסכת נדה),
מיט א רייכע פראגראם פאר נאך הונדערטער אידן וואס האלטן אין איין אנקומען שוין פון אינמיטן שלש סעודות דא

איך האף צו שרייבן שפעטער אדער מארגן מער פרטים פונעם שבת, אבער מ' קען מיך אויסכאפן, ווער עס קען אריינקומען מיט פרטים, אדרבה

Re: שבת המסיימים חבורת תורתך שעשועי פרשת בא תשפ"ה

געפאוסט: זונטאג פעברואר 02, 2025 10:26 am
דורך Azoi Tzi Zugen
בן נביאים האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 01, 2025 9:47 pm איך האף צו שרייבן שפעטער אדער מארגן מער פרטים פונעם שבת, אבער מ' קען מיך אויסכאפן, ווער עס קען אריינקומען מיט פרטים, אדרבה
אדרבה. יישר כח. איך וועל הנאה האבן.