איך פיר שוין די וועלט טויזענטער יארן, יעדע זאך האט א חשבון א קלארן.
געפאוסט: פרייטאג יאנואר 31, 2025 1:05 am
ביים אריינקוקן און חומש די וואך, שווער ווערן עס וועט.
שטייט אז דער באשעפער האט פון די מצרים געשפעט.
פארוואס נאר ביי מכות ארבה שטייט עס געשריבן.
האט מען דען נישט ביי יעדע מכה ליצנות געטריבן?
אבער ווען אינעם אבן עזרא אביסעלע מען טשעקט.
שרייבט ער אז מכות ארבה האט די אידן אויך עפעקט.
די מצרים מיט דעם זיך ממש געפריידט און געקוועלט.
צו זעהן אז די ביימער און גושן ווערן אויך פארוועלקט.
אבער שפעטער ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים.
זעהן די מצריים, ס'ניטאמאל דא פון די אידן שירים.
אוי זענען זיי געווארן חוזק און די לענג און די ברייט.
סאיז געווען אן אויסגערעכנטע אקט די גאנצע צייט.
---
דער אייבערשטער האט א חשבון אויף יעדע האר.
טראסט אים. אפילו אין דיינע פשוטע אויגן קוקט דאס בילד אויס אומקלאר.
#בא