יואלי אין מירון און ברוך זוכט בעקעלעך

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
וועד החינוך
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 12:15 am
Location: קהילה אפיסעס
x 15

יואלי אין מירון און ברוך זוכט בעקעלעך

פאוסט דורך וועד החינוך »

ר' יואל - אדער ווי ער איז מער באקאנט אלס יואלי בלשון חיבה - איז א באלעבאטישע יונגערמאן פון וויליאמסבורג, ער איז נישט ממש נישט די וועלט'ס עושר, אבער ב''ה דער אייבערשטער העלפט און זיין ביזנעס ברענגט קע''ה אריין גענוג זיך צו קענען דעקן די חודש מיט א ברייטקייט, און זיך נאך קענען אריבערכאפן איינס צוויי מאל א יאר קיין פלארידע, און דאס איז פארשטייט זיך אויסער א ספעציעלע וואקאציע וואס ער פארט יעדע יאר צו א אנדערע פלאץ ווי ער איז נאר קיינמאל פריער נישט געווען

איינס פון די זאכן מיט וואס ער האט זיך שטארק באקאנט געמאכט צווישן זיינע ארומיגע, איז איבער זיין געוואלדיגע קאנעקשן וואס ער האט מיטן הייליגן תנא ר' שמעון בר יוחאי, אדער ווי ער גלייכט אים צו רופן מיט א היימישקייט ''ר' שמעונען'', און כמים פנים אל פנים זעט זיך עס אן יעדע יאר פאר ל''ג בעומר ווען ר' שמעון שיקט אים א ''פערסאנאל אינוועטעישן'' צו קומען פראווען דעם גרויסן טאג ביי אים אין חצר

איין יאר איז עס געווען ווען אזויווי די פארגאנגענע עטליכע יארן איז געווען גאר שווער אנצוקומען אין מירון אויף ל''ג בעומר ווען די ציוניסטישע אינסטאנצן האבן ארויפגעלייגט פילע באגרעניצונגען אויף דעם הייליגן מקום, און אזוי האט פאסירט אז עס איז דורך די גאנצע ערשטע האלב פון חודש אייר און יואלי האט נאכנישט באקומען קיין שום איינלאדענונג פון ר' שמעון, מען איז שוין געשטאנען אזוי טיף אריין אינעם חודש ווי פסח שני, יואלי האט יעדן טאג אפאר מאל אויפגעמאכט זיין פאסט קעסטל און איבערגעקוקט אלע זיינע מעסעדזשעס, וואויסנאטס אזוי ווי געשריבענע, אבער צו זיין גרויס אנטוישונג איז נישט געווען דארט קיין שום בריוו אדער מעסעדזש פון ר' שמעון

עס איז געווען א טאג נאך פסח שני, יואלי זיצט פארזינקען און זיינע מחשבות ארומגענומען מיט פילע ספיקות צו ער זאל יא אדער נישט פארן, ער האט געטראכט אהער און אהין און געהאט צדדים לכאן ולכאן, ביז ער איז צוריקגעקומען צו א מסקנא אז עס נישטא אזא זאך, אויב א גוטע פריינט מאכט חתונה פארט מען נישט קיין חילוק אויב ער רופט אדער נישט, אין מיט די מחשבה אין קאפ האט ער זיך טאקע באשטעלט א טיקעט און קורצליך דערויף זיך ארויפגעזעצט אויפ'ן פליגער וואס האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין ארצינו הקדושה א קנאפע מעת לעת פארן התחלת היום

אבער רבות מחשבות בלב איש, און וויפיל אונזער ר' יואלי האט נאר פראבירט אנצוקומען קיין מירון צוערשט דורך די גראדע וועגן, און נאכן זען ווי עס געלונגט אים נישט האט ער פראבירט צו גיין דורך די צווייטע אפציע פון קריכן דורך די וועלדער, האט ער אבער צום סוף געטיילט דעם זעלבן אורטייל ווי פילע אנדערע צענדליגער טויזענטער אנדערע אידן וואס האבן ליידער נישט געהאט די זכיה אנצוקומען קיין מירון אויף ל''ג בעומר

מיט א צוקלאפטע געמיט און א צובראכן הארץ האט ער זיך צוויי טעג נאך ל''ג בעומר ארויפגעזעצט אויף א פליגער אויפן וועג צוריק אהיים קיין ניו יארק ''אז ער דארף מיר נישט איז נישט'' האט ער געטראכט צו זיך מיט ווייטאג ''אבער'' האט ער זיך מחזק געווען ''לאמיר עס געבן נאך איין טשאנס און ווער ווייסט אפשר וועלן מיר זיך נאך איין טאג איבערבעטן''

און ער האט טאקע נישט געדארפט ווארטן צו לאנג...

געווען איז עס א הייסער טאג אנפאנג חודש תמוז, ''א רענדאם טאג'' האט ער עס אנגערופן בשעת'ן איבערדערציילן פאר זיינע חברים, ר' יואל שפאצירט ארויס פון זיין אפיס נאך א שווערע טאג ארבעט ער האט שוין כמעט פארגעסן פון זיינע איבערלעבענישן דעם פארלאפענעם ל''ג בעומר און פון זיינע מחשבות אויפן פליגער, ווען זיין טעלעפאן האט זיך הויעך צוקלינגען, ער כאפט א בליק אויפן סקרין ווען עס באווייזט זיך פאר זיינע אויגן א פרעמדע אויסלענדישע נומער, ער טראכט צו זיך אויב דאס איז אפשר א סקעמער אבער נאכן קווענקלען עטליכע סעקונדן האט ער מחליט געווען צו נעמען די ריזיקע און ער האט אויפגעהויבן דעם טרייבל, ווען פון די צווייטע זייט הערט ער א קול וואס זאגט אים ''א גוטן ר' יואל דא רעדט שמעון דער זון פון יוחאי''

וואס?!.... פאר א סעקונדע איז ר' יואל געבליבן שטיין פארגליווערט נישט גלייבנדיג וואס זיינע אויערן הערן, אבער ער האט זיך גלייך אריענטירט זיך כאפנדיג אז עס איז דאך זיין גוטע פריינט, און מיט א אויפגעהייטערטע שטימע געבט ער א שריי אויס ''העי! ר' שמעונען אליינס ס'מאכסטו, שױן לאנג נישט גערעדט, סענייעס?"

"יא! און טאקע וועגן דעם רוף איך דיר" זאגט אים ר' שמעון "איך האב פונקט לעצטנס געטראכט אז די ביסט שוין לאנג נישט געווען ביי מיר אפשר קומסטו אויף א באזיך ביי מיר אין מירון?" יואלי בלייבט שטיין געפלעפט וואס ממש אזוי ר' שמעון אליינס רופט מיר "אוודאי וועל איך פארן" שרייט ער אריין אינעם טרייבל און שוין יענע מינוט ווי נאר ער האט אראפגעלייגט מיט ר' שמעון האט ער גלייך אויפגעהויבן א טעלעפאן אין אנגערופן זיין טרעוול אגענט און באשטעלט צוויי טיקעטס קיין ארץ ישראל, איינס פאר זיך און נאך איינס פאר זיין דרייצן יעריגע נחת'ל וואס ער האט געטראכט צו באלוינען נאך וואס ער האט זיך פארהערט מסכת תמיד אויסענווייניג

ווי זאגט די וועלט? אז ס'רעגנט גיסט, און אויב פארט מען שוין קיין ארץ ישראל זאל עס שוין זיין מיט די גאנצע קנאק, און מיט אפאר טעלעפאן רופן האט ער שנעל מסדר געווען א גאנצע פלאן וויאזוי צו פאברענגן צוויי וואכן אין ארץ ישראל וואס מען וועט אויסנוצן ארומפארן אויף ''מקוימעס האכּדוישעם'' און פארשטייטצעך אויך אביסל מקומות ה... אביסל צו ענדזשויען לייף, ווען דער הויכפונקט פון די נסיעה וועט אוודאי זיין דאס ארויספארן קיין מירון און מקיים זיין ר' שמעונען'ס בקשה

און ער איז נישט געבליבן שטיין ביי די פלענער און איין אינדערפרי מיט א קנאפע וואך שפעטער האט זיך א פליגער אויפגעהויבן פון די ניו יארקער באדן ווען אין איר ערשטע קלאס זיצט ר' יואל מיט זיין בחור'ל אויפן וועג קיין ארץ ישראל

דורכאויס די צוויי וואכן פון די נסיעה זענען זיי אנגעגאנגען מיט א פילן סדר היום ווען מען איז יעדן טאג געגאנגען צו אנדערע אטראקציעס און אוודאי אויך צו מקומות הקדושים, ווען צווישן אנדערע איז מען געגאנגען דזשיפן אין מדבר יהודה, שווימען ביים ים המלח, שפאצירן ביים כנרת, גיין צו ר' יונתן בן עיזואל אין עמוקה, ארומפארן צו קברי תנאים ואמוראים און די שפעטערדיגע ראשונים ואחרונים, באזוכן ביי יואליש קרויס אינדערהיים, פראווען א שבת צווישן די מקובלים אין צפת, כאפן א בו''ה ביי ר' חיים קניבסקי, א הדלקה ביים רבין ר' מיילעך פון בידערמאן, און ארומלויפן איבעראל כאפן סעלפיס מיט יעדע רבי אין משפיע, און פארשטייט זיך א באזוך אויפן הר הצופים מול מקום המקדש, ווען אלס חסיד פון רביה''ק מסאטמאר זיעוכי''א וועמענס הייליגע נאמען ער טראגט, איז ער אוודאי נישט געגאנגען צום כותל המערבי

און מען שטייט שוין סוף פון די צוויי וואכן... מען גרייט זיך שוין צום הויכפונקט פון די נסיעה ר' יואלי מיט זיין בחור זעצו זיך אריין אין קאר אויפן וועג ארויף קיין מירון, די ווייב'ס הייבן אן ווערן הויעך יואלי גרייט זיך שוין צו קאנעקטן מיט ר' שמעון ווען א מירונע מעדעלי שפילט אינעם הינטערגרונט, מען האלט שוין נאך גאנצע צוויי וואכן פון אויסשפיאנירן דעם גאנצן ארץ ישראל'דיגן באדן אלעס מיט דעם איינעם ציל אנצוקומען דא אהער אין די מאמענטן,

נאך א רייזע פון עטליכע שעה איז ער ב''ה אנגעקומען קיין מירון, מיט א געהויבענע געמיט און געמאסטענע טריט מאכט ער דעם וועג אריין אין מערה, ער נעמט ארויס א תהילים און ער הייבט אן זאגן מיט א ווארעמקייט נאכן זאגן דארט פון קאפיטל צ' ביז קאפיטל ק''ח שטעלט ער זיך צו נעבן דעם ציון און בעט פון א אנוועזנדער זאל כאפן א בילד ווי ער איז זיך דארטן משטתח, וואס ער טוט תיכף דערנאך פאוסטן אויף זיין סטאטוס, און דאן ריכטעט ער זיינע טריט אויפן וועג ארויסצוגיין פון מערה

ער שטייט שוין ביים טיר ארויסצוגיין ווען ער באמערקט דארט נעבן די טיר זיצן א בחור מיט א גרינע טישירט און בלויע הויזן, וואס זיין טונקעלע הויט קאליר טוט דערציילן אז מען רעדט דא פון א תמימות'דיגע ספרדישע בחור וואס זיצט שוין דא פון ותיקין און האלט שוין ביים דריטן מאל אויסזאגן תהילים ברציפות אן מפסיק זיין צווישן איין מאל און די צווייטע, ער געבט א שיפע בליק אויף אים און רופט זיך אן צו זיין בחור'ל מיט א קרעכץ וואס דערציילט א טיפע ביטול ''נו! ר' שמעון לכל אפילו לפחותים, הערסט'' זאגט ער פאר זיין זון מיט א שטילע געשריי ''נישט קיין חילוק ווי אזוי א איז קוקט אויס אויב קומט ער צו ר' שמעון איז ר' שמעון דא פאר אים'' און אזוי זאגנדיג די ווערטער מאכט ער זיין וועג ארויס פון מערה מיט א געהויבענע געפיל

ר' יואל ר' יואל! ווען וועסטו זיך אויפוועקן פון דיין שלאף, אוודאי איז חשוב דיין חסידישע לבוש, אבער מיר ווייסן אז החיצונית מעורר הפנימיות, אבער חיצוניות אן פנימיות? צו האלסטו טאקע אז די ביסט חשובער פון אים?

עס דערמאנט די ווארט וואס רביה''ק מסאטמאר זיעוכי''א האט געזאגט ווען געוויסע האבן זיך געוואונדערט אויף דעם וואס ער האט מחשיב געווען דעם עסקן ר' מיילעך טרעס ע''ה וואס האט נישט געטראגן קיין בארד, האט ער געזאגט אז ווען ער וועט ארויפקומען אויף יענע וועלט וועט מען אים טאקע פרעגן ''איד ווי איז דיין בארד'', אבער אסאך פון די אידן וואס גייען יא מיט בערד וועט מען פרעגן א אנדערע שאלה ''בארד ווי איז דיין איד''.......

כלפי מה דברים אמורים

ר' ברוך שפאצירט זיך געמיטלעך אריין אין גראסערי, ער איז א פרישע אינגערמאן וואס איז באקרוינט געווארן מיטן טיטל ''רעב'' מיט א קנאפע צוויי מאנאטן צוריק, ער חזרט זיך איבער איינמאל און נאכאמאל וועלכע סארטן בעקעלעך זיין ווייב האט אים געבעטן צו קויפן, ער געדענקט אז ער דארף קויפן א ''ניין ביי טירטין'', א ''העוו ראוסטער'', און א ''קאקאש קעיק בעקעלע'' ווי זיין ווייב האט דאס באטיטלט וואס דאס דארף צו זיין א שמאלע און לאנגע בעקעלע טאקע בצורת קאקאש קעיק

ער שפאצירט אריין אין גראסערי און מיטן פילסטן מאס קאנפידענץ גייט ער גלייך צו צום בעקעלע סעקשאן, גלייבנדיג אז עס שטייט דארט אויפגעשריבן קלאר און דייטליך יעדע בעקעלע וואס זי איז, עההההה..... נישט ממש אזוי אבער נאכן באקומען אזעלכע קלארע אינסטרוקציעס פון זיין רעביצין האט ער פארשטאנען אז ער וועט תיכף ומיד מצליח זיין צו אינדענטיפיצירן וועלכע סארט בעקעלעך ער דארף נעמען

אבער דאס אלעס איז געווען ביז ער איז אנגעקומען צו די אייל ווי בעקעלעך זענען סטאנציאנירט, אבער ווי נאר ער איז אנגעקומען דארט האט ער פון איין סעקונדע אויפן צווייטן פלוצלינג פארלוירן זיין גאנצע זיכערקייט מיט וואס ער איז דא געקומען, ער כאפט א בליק אויף די פילע פאליצעס אנגעפילט מיט כלערליי בעקעלעך און עס איז אים געווארן זילבער פאר די אויגן, ער שטייט דארט אינגאנצן פארצווייפעלט און טראכט וואס צו נעמען אבער דער האט נישט די מינדעסטע השגה ווי צו אנהייבן און ווי צו ענדיגן

די ערשטע זאך איז ער מחליט אז ער וועט זיכן א ''העוו ראוסטער'' וואס דאס ווייסט ער אז עס איז האלב די מאס פון די גרעסטע בעקעלע און געשעפט, אבער רבוש''ע, ווי אויף דער וועלט ווער איך געוואויר וועלכע איז די גרעסטע ווען איינס איז לאנג און א אנדערער איז ברייט, און א דריטע בעקעלע איז גאר טיפער, דאן זעט ער א לאנגע טיפע, מיט א פלאכערע וואס איז אבער סיי לאנג און סיי ברייט, זייענדיג אובד עצות נעמט ער ארויס זיין סעלפאון פון טיש און דריקט אריין זיין ווייב'ס טעלעפאן נומער, אבער אנשטאט וואס עס זאל אנהייבן קלינגן הערט ער ווי א אויטאמאטישע שטימע הייבט אויף ''יא העוו רידשט די וואוסמעיל אף עיט פאר פייף.... א נערוועזער לייגט ער אראפ און פראבירט נאכאמאל אבער אודך כי עניתני עס גייט ווייטער נישט אריבער, ערשט נאך זעקס מאל פראבירן הערט ער ענדליך דעם לאנג ערווארטען טרררררר, זיין ווייב הייבט אויף דעם טעלעפאן און קען נישט פארשטיין דעם פראבלעם נעם די גרעסטע... יא אבער וועלכע גרעסטע האקט ער איר איבער, זי הייבט אים אן מסביר זיין און ער האלט נישט ביים פארשטיין וחוזר חלילה, נאכן מטכס עצה זיין עטליכע קורצע מינוטן אויפן טעלעפאן זענען זיי אויפגעקומען מיט אזא מהלך, דאס איז זיכער אז עס דארף זיין די טיפסטע, נאר די פראבלעם איז אז צווישן די טיפסטע זענען דא צוויי וואס קענען זיין די גרעסטע, גייט מען אויפקומען מיט א פשוט'ע עצה מען וועט אפמעסטן און וועלכע בעקעלע עס איז דא איינס וואס איז פונקט האלב דערפון און אזוי ארום וועט מען וויסן ווער איז די ראוסטער און אויטאמאטיש אויך ווער עס איז די האלבע ראוסטער

געטראכט און געטון, ער נעמט א בעקעלע און אנגעהויבן מעסטן, אבער ער איז נאכנישט פארטיג און דא האט ער זיך ווידער דערזען אין א פלאנטער, ווייל איין בעקעלעך איז טאקע פונקט האלב פון די לענג אבער א צווייטע איז האלב אין די ברייט, פון רופן נאכאמאל זיין ווייב האט ער נישט געטראכט, אמער ער האלט דאך בלויז צוויי חדשים פון זיין חתונה און ער פילט זיך נאכנישט גענוג באקוועם איר אזוי צו באמוטשענען, און דא איז אריינגעקומען זיין גמרא קאפ... ווען ער מאכט א חשבון אזוי, די וואס שטימט מיט די לענג איז דאך שמאל און לאנג איז דאס מן הסתם די קאקאש קעיק בעקעלע, ממילא איז די אנדערע אפשר יא די העוו ראוסטער, אבער מיטאמאל באמערקט ער א צווייטע בעקעלע וואס איז אויך געפארעמט שמאל און לאנג, איז אויב אזוי איז אפשר יענע די קאקאש קעיק און דאס איז די האלבע ראוסטער, אבער אפשר איז יא די בעקעלע שמעלער און דאס איז פאר קאקאש קעיק אין נישט די אנדערע, אין די וואס שטימט מיט די ברייט דער איז די געזוכטע בעקעלע ( דער סגנון איז אייך קענטליך? אויב נישט דאן לאמיר צוענדיגן חד גדיא חד גדיא אההה!! שטימט שוין)

נאכן דן זיין עטליכע מינוטן בכובד ראש האט ער מחליט געווען אז ער אליין קען נישט און ער האט זיך מתגבר געווען אויף זיין מידת הבושה און געפרעגט איינע פון די ארבעטער, און דאן איז ער שוין ארויס מיט איין בעקעלע אין האנט

און אצינד איז געקומען די צייט זיך צונעמען אויף דעם טירטין ביי ניין עהה.. אנטשולדיגט די ניין ביי טירטין, די בעקעלע האט אים גראדע זיין ווייב יא געוויזן אינגערהיים וועלכע דאס איז, אבער יעצט ווען ער דארף פאקטיש אויסוועלן וועלכע דאס איז טרעפט ער זיך ווידער אן אין א דילעמע, ווען ער קען נישט אויפכאפן צווישן אזויפיל ענליכע בעקעלעך וועלכע זי האט אים געצייגט, א פארלוירענער און א פארשעמטער נעמט ער ווידער ארויס דעם טעלעפאן און רופט אהיים, ווען זיין ווייב ערקלערט אים אז די רעדע איז פון א קוגל בעקעלע, "און וואס איז א קוגל בעקעלע?" פרעגט ער מיט נייגער "וואס הייסט?" קען זיין ווייב נישט פארשטיין די שאלה "די וואס דיין מאמע מאכט אין דעם קוגל" און אין וועלכע בעקעלע מאכט מיין מאמע קוגל? האט ער דא אנגערופן זיין מאמע, און ענדליך נאך פינף מינוט האט ער זיך געטראפן מיט א ניין ביי טירטין קוגל בעקעלע, און קורצליך דערויף נאך נאך אביסל צעגערנישן האט ער זיך געטראפן מיט די דריטע בעקעלע, און ער האט ענדליך געמאכט זיינע טריט אוועק פון די בעקעלע סעקשאן מיט א פעסטע קבלה, אז מער קומט ער נישט קויפן קיין בעקעלעך אן קיין מעסטער, אדער לכה''פ מיט א טאץ קוגל און א ראל קאקאש קעיק

יענע נאכט ר' ברוך גייט אין ביהמ''ד לערנען מיט זיין חברותא אויך א יונגערמאן די זעלבע סטעידזש אין לעבן ווי אים געציילטע חדשים נאכן חתונה, ווען צום אנהויב האט זיך געמאכט א שטיקל שמועס יוצא צו זיין דעם מילתא דבדיחותא פון פארן לערנען, און פון וואס רעדן צוויי פרישע אינגעלייט אויב נישט פון פרויען און עס האט נישט גענומען לאנג און די שמועס האט זיך פארקירעוועט צו די טרויעריג בארימטע שלום בית ווערטלעך ווען אינצווישן האט זיך ר' ברוך געגעבן א דרוק אויס ''וואס פארשטייט א פרוי''....

אנטשולדיגט?!...... וויפיל מאל וועסטו נאך דארפן גיין קויפן בעקעלעך איינצוזען ווער עס פארשטייט בעסער?......

טייערע ר' ברוך דיין ווייב וועט מען טאקע פרעגן ''בעקעלע ווי איז דיין מאן'' אבער פון דיר וועט מען פאדערן ''מאן ווי איז דיין בעקעלע''
פעינטיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 413
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:23 pm
x 1327

Re: יואלי אין מירון און ברוך זוכט בעקעלעך

פאוסט דורך פעינטיג »

👍👍👍👍👍👍
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6286
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14303

Re: יואלי אין מירון און ברוך זוכט בעקעלעך

פאוסט דורך דער תהלים איד »

WOW. די מירון נסיעה... איי איי ציפט עס... גאר גאר גוט צולייגט!!!

איז דאס א נייע ארטיקל? איך זע דו רעדסט נאך פונעם "בוה"...

אבער די צוזאמשטעל מיט די בעקעלעך האב איך נישט געכאפט. איי געס איך דארף פרעגן מיין רביצין...
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4833
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14416

Re: יואלי אין מירון און ברוך זוכט בעקעלעך

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 29, 2025 10:19 am WOW. די מירון נסיעה... איי איי ציפט עס... גאר גאר גוט צולייגט!!!

איז דאס א נייע ארטיקל? איך זע דו רעדסט נאך פונעם "בוה"...

אבער די צוזאמשטעל מיט די בעקעלעך האב איך נישט געכאפט. איי געס איך דארף פרעגן מיין רביצין...
אונטערגעשריבן. גאם אויף ביידע חלקים.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2884
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8166

Re: יואלי אין מירון און ברוך זוכט בעקעלעך

פאוסט דורך פופציגער »

זייער גוט געשריבן!!

דער צוזאמשטעל איז לכאורה אויפ’ן "בארד וואו איז דיין איד" שורה
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 257
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 407

Re: יואלי אין מירון און ברוך זוכט בעקעלעך

פאוסט דורך בודקע »

איבער די ר' שמעון גערופאכטס, שטארק און גוט ארויסגעברענגט!!!
א לייק העל איך אבער שענקען אויף די גאנצע! טראץ וואס איך כאפ נישט געהעריג די צוזאם שטעל.
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
שרייב פאוסט