בלאט 1 פון 3

עקסקלוסיוו: משתה היין #2! פורים תשפ"ה

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 24, 2025 11:35 am
דורך דער תהלים איד
וויאזוי האסטו געפאסט? הא?

א עפל האט איינער? וועלכע איז בעסער געילע עפל אדער רויטע?

רבותי, עמרם האט זיך איבערגעטרינקען!

אקעי, ס'מיר גוט, די פעקעטע'ס וואונטשן ברכות, באגלייט מיט שברים פון מויל. איי איי האבן זיי געטרינקען....


אקעי. @דער תהלים איד קענסט רעדן ווי א נארמאלע מענטש? ס'איז חודש טבת יעצט. רייט רייט רייט. לאמיר גיין שטייטלעך. ס'איז דא אידן וואס האלטן שוין נאך פורים. האסט גארנישט געוויסט, אבער דאנערשטאג איז ביי זיי געווען ערב פורים... נעכטן ליל שישי וארא איז געווען הויעך פורים. מ'האט געפראוועט א שובבים מיט אהערשטעלן א פרישער אור פאר כלל ישראל, א פרישער לעבעדיגער פורים סידי, משתה היין #2!

די ערשטע איז געווען א קנאק? ב"ה. די צווייטע וועט אי"ה אויך זיין... אבער כדבעי. איי וועט זיך טאנצן אי"ה.

א נייע קאלעקציע? וואס עפעס... אן אלטע!!! אלעס אלטע גוטע ניגונים וואס יעדער וויל זינגען פורים, אבער א פרישע מיקס, פרישע ניגונים וואס זענען נישט געווען אינעם ערשטן, מיט פרישע אריינפיר'ס און געדאנקען, אז ס'זאל זיין.... פורים אויף דער וועלט, מיט אן עכטער טעם!

איז אזוי. די ערשטע זאך די זינגער זענען אנגעקומען, איז א גלעזל וויין. כ'מיין... מ'קען נישט קיין געמאכטע מעשיות. ס'דארף זיין עכט...


Screenshot 2025-01-24 112403.jpg
Screenshot 2025-01-24 112403.jpg (257.62 KiB) געזען געווארן 2675 מאל




און דאן... יעדער איז גרייט, גייט רבי עמרם אקער ארום און טיילט אויס די ערשטע פון 6 ניגונים ליסטעס וואס מ'גייט זינגען אין א רייע.

איך זאג "אין א רייע", אבער נישט געזארגט. מען שטעלט זיך אפ עטליכע מאל זיכער צו מאכן אז אלעס קלאפט, אז נישט זינגט מען איבער א ניגון, און רבי יודל אקער וועט שוין אריינלייגן זיינע 200 שעה צו עדיטן אלעס און מיקסן ווי עס דארף צו זיין יעדן זינגער באזונדער...


Screenshot 2025-01-24 112331.jpg
Screenshot 2025-01-24 112331.jpg (259.84 KiB) געזען געווארן 2675 מאל

אלע זינגער זענען גרייט. נישט סתם אלע, אפילו אחים פעקעטע אויך....


Screenshot 2025-01-24 111014.jpg
Screenshot 2025-01-24 111014.jpg (156.29 KiB) געזען געווארן 2675 מאל



והנה, מען הייבט אן די ערשטע אינטרא! עס ווערט הייס אין זאל! בית רחל פאראדייס איז אנגעהיצט אויף טויזנט!...


Screenshot 2025-01-24 111118.jpg
Screenshot 2025-01-24 111118.jpg (206.58 KiB) געזען געווארן 2675 מאל




אויך די מוזיקאנטן זענען פולי אין... זיי האבן שוין אויך אויסגעפאסט....


Screenshot 2025-01-24 111044.jpg
Screenshot 2025-01-24 111044.jpg (214.48 KiB) געזען געווארן 2675 מאל




איי לעבעדיג יענקל, לעבעדיג יענקל, לעבעדיג, יענקל, איי לעבעדיג יענקל, לעבעדיג יענקל, לעבעדיג, יענקל.

האפקע האפקע.


Screenshot 2025-01-24 111151.jpg
Screenshot 2025-01-24 111151.jpg (169.83 KiB) געזען געווארן 2675 מאל



און אז עמרם זעט אז דער עולם דארף שוין א שטיקל פרישקייט, וואס טוט מען?

נאו פראבלעם.... אט אזוי:


Screenshot 2025-01-24 110837.jpg
Screenshot 2025-01-24 110837.jpg (210.37 KiB) געזען געווארן 2675 מאל
Screenshot 2025-01-24 110948.jpg
Screenshot 2025-01-24 110948.jpg (165.5 KiB) געזען געווארן 2675 מאל



אבער דער עיקר איז, דער עולם איז אין! מען הייבט זיך! וואס זיך? מען הייבט טויזנטער אידן!


Screenshot 2025-01-24 111151.jpg
Screenshot 2025-01-24 111151.jpg (169.83 KiB) געזען געווארן 2675 מאל
Screenshot 2025-01-24 110812.jpg
Screenshot 2025-01-24 110812.jpg (190.21 KiB) געזען געווארן 2675 מאל


און עמרם אקער גיסט געזאלין....
Screenshot 2025-01-24 113119.jpg
Screenshot 2025-01-24 113119.jpg (343.25 KiB) געזען געווארן 2675 מאל


בקיצור... פעלט אויס אויסצופירן?...

עס קומט אי"ה א פרייליכער פורים! ווארט נאר ווארט.

Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 24, 2025 11:42 am
דורך שמח
פרייליכע נייעס!

Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 24, 2025 1:53 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
ווי זאגט די וועלט אזא צייט? "ס'איז עפעס פורים היינט?!"... זאל דער אויבערשטער העלפן עס זאל זיין מיט אזא סוקסעס ווי די ערשטע. עס האט געהאט איבערגענומען די וועלט.

Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 24, 2025 2:38 pm
דורך כא כא כא
זייער וויכטיג קלאר צו שטעלן אז דאס גייט נישט זיין אנשטאט די ערשטע, נאר דאס גייט זיין א המשך צו די ערשטע.
מען האט נישט איבערגעזונגען ניגונים פון די ערשטע, מילא רוב פורים ניגונים ליגט שוין אויף די ערשטע
נאר אנשטאט מען זאל האבן א סידי פון א שעה א האלב טאנצן וועט מען קענען האבן פון 3 שעה ביידע צוזאמען.

Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 24, 2025 2:54 pm
דורך הימל
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 1:53 pm ווי זאגט די וועלט אזא צייט? "ס'איז עפעס פורים היינט?!"... זאל דער אויבערשטער העלפן עס זאל זיין מיט אזא סוקסעס ווי די ערשטע. עס האט געהאט איבערגענומען אויפגעלעבט די חסיד'ישע וועלט.

Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 24, 2025 3:11 pm
דורך נפתלי
WOWOWOW

דער עמרם שטעלט זיך נישט אפ!!!

כ'האף ער וועט דעליווערן אזווי די ערשטע!!!

Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 24, 2025 3:23 pm
דורך זרש
Wow נישטא קיין ווערטער...
איך האף נאר אז ער גייט נישט נאכאמאל נעמען א יונגל צי אריינזינגען,

Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 24, 2025 3:32 pm
דורך חיים יוסף
גאר פיינע נייעס, איך הער נאך די ערשטע ווען מען דארף פרישקייט אויף א לאנגע וועג

Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 24, 2025 3:49 pm
דורך נויז מאשין
זרש האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 3:23 pm Wow נישטא קיין ווערטער...
איך האף נאר אז ער גייט נישט נאכאמאל נעמען א יונגל צי אריינזינגען,
💯💯💯

דעי יונגל האט ליידער געשאכטן די טאנץ ניגונים לעצטע מאל.

ר' עמרם ביטע נישט נאכאמאל

Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 24, 2025 3:57 pm
דורך נפתלי
זרש האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 3:23 pm Wow נישטא קיין ווערטער...
איך האף נאר אז ער גייט נישט נאכאמאל נעמען א יונגל צי אריינזינגען,
איך האב גראדע יא הנאה געהאט פונעם אינגל

Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 24, 2025 4:23 pm
דורך להגדיל הטראסק
ר' עמרם!!! געמיר עס תנור ראשון!!! איך צאל דיר אין קעש!!!

Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה

געפאוסט: זונטאג יאנואר 26, 2025 2:41 pm
דורך דער תהלים איד
ס'איז אריינגעקומען בילדער פון נאך עטליכע סצענעס...

ווי כאילו בילדער רעדן מער ווי טויזנט ווערטער... איך ווייס? שוין, מ'וועט שוין אלעס הערן אויפ'ן סידי, אבער קודם זאל מען כאטש זען וואס מ'קען יא זען.

אוי! אנא עבדא דקודשא בריך הוא! חברה,די הויכע פאל גייט ווערן הארא, און ביי די צווייטע מאל גייט עס ווערן שטייטער ווי הארא!

Screenshot 2025-01-26 143551.jpg
Screenshot 2025-01-26 143551.jpg (177.71 KiB) געזען געווארן 2229 מאל



אקעי, דער עולם האט עס ארויס, עמרם קען זיך שוין ארומדרייען הייבן די געמיטער...

Screenshot 2025-01-26 143522.jpg
Screenshot 2025-01-26 143522.jpg (153.47 KiB) געזען געווארן 2229 מאל



דער עולם איז פריש ב"ה, אבער נאך 2 שעה זינגען דארף מען עפעס א באאסט....

גוט! האחים טויב זענען דא! אבער נישט סתם... מיט'ן גאנצן פרישקייט... נע, דער בילד ווייזט עס נישט עכט, אבער שוין...

Screenshot 2025-01-26 143457.jpg
Screenshot 2025-01-26 143457.jpg (170.46 KiB) געזען געווארן 2229 מאל



חחח... קנאת חכמה תרבה סופרים... די גלייזן גיסן זיך איבער, און אפאר זינגערס ווערן משמחים... אבער ס'גייט א רויעך.

מ'הערט זאגן אז אין מאנסי איז היינט ווי א געהעריגע דאנרעשטאג... פאני מענטשן, דא איז פורים, ווי געהעריג.
Screenshot 2025-01-26 143433.jpg
Screenshot 2025-01-26 143433.jpg (155.73 KiB) געזען געווארן 2229 מאל

Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה

געפאוסט: זונטאג יאנואר 26, 2025 2:44 pm
דורך נפתלי
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג יאנואר 26, 2025 2:41 pm
עס איז א גאנץ נייע סידי אדער הוספה צו די אלטע?

Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה

געפאוסט: זונטאג יאנואר 26, 2025 2:47 pm
דורך וואוילער
די קינדער אין די זייט שלאפן שוין איין פונקט ווי פורים פארנאכטס...

מן הסתם זענען זיי געגאנגען נאך געלט פריער.

Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה

געפאוסט: זונטאג יאנואר 26, 2025 3:03 pm
דורך הלבלר בקולמסו
ווער איז דער מארקעטער?

Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה

געפאוסט: זונטאג יאנואר 26, 2025 3:04 pm
דורך דער תהלים איד
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: זונטאג יאנואר 26, 2025 3:03 pm ווער איז דער מארקעטער?
פאריגע סידי איז געווען ADUP.

יעצטיגע האט נאך נישט... מסתמא וועט עס זיין די זעלבע.

ער ספענדט נישט דערפאר. ס'איז געווען באצאלט דורך א נדבן וואס נוצט עדאפ פאר זיין ביזנעס.

Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 29, 2025 2:52 pm
דורך דער תהלים איד
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 11:35 am איי לעבעדיג יענקל, לעבעדיג יענקל, לעבעדיג, יענקל, איי לעבעדיג יענקל, לעבעדיג יענקל, לעבעדיג, יענקל.

האפקע האפקע.

ס'מיר פיין געלונגען...

אלס שכר פון מיין ארטיקל האב איך באקומען א פרייע-פריע טועמי'



*פאר א חכם ווייזט מען א האלבע ארבעט... די מיקס איז נאך ווייט פון פולקאם



Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 10, 2025 10:33 am
דורך דער תהלים איד
כ'קען עס ממש נישט גלייבן...

כ'ווייס נישט.. ס'איז עפעס נישט...

כ'מיין, ס'נישט. נישט מעלמא הדין.

ר' יודל אקער האט מיר אריינגעשיקט די "אינטרא" און אנהויב פונעם נייעם סידי.

אז כ'על שרייבן אז כ'גיי משוגע דערפאר, העט מען מיינען כ'בין משוגע.

סוי, כ'גיי ניסלעך דערפאר. פונקט פאסיג אויף חמשה עשר.

אבער ערנסט גערעדט, ס'איז עפעס.... עפעס עפעס!!!


Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 10, 2025 10:39 am
דורך להגדיל הטראסק
די ערשטע טררר! טררר! טררר! דאס געבט די ערשטע אינזשעקשאן אז חברה! שפרינגטס! דרייעטס ארויף די אנדראנעלין און ווערטס אקטיוו!!!...

Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 10, 2025 12:02 pm
דורך נויז מאשין
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 10:33 am כ'קען עס ממש נישט גלייבן...

כ'ווייס נישט.. ס'איז עפעס נישט...

כ'מיין, ס'נישט. נישט מעלמא הדין.

ר' יודל אקער האט מיר אריינגעשיקט די "אינטרא" און אנהויב פונעם נייעם סידי.

אז כ'על שרייבן אז כ'גיי משוגע דערפאר, העט מען מיינען כ'בין משוגע.

סוי, כ'גיי ניסלעך דערפאר. פונקט פאסיג אויף חמשה עשר.

אבער ערנסט גערעדט, ס'איז עפעס.... עפעס עפעס!!!

וואף. די אנגעפילטע ברעס...

קוקט אויס ווי דא קומט עפעס פריש..!

תהלים איד זאג מיר נאר אז די מיקס איז נאכנישט פארטיג ווייל די קווייער און די מוזיק זענען אין צוויי אנדערע שטובער...

Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 11, 2025 12:01 am
דורך שאינו יודע לשאול
נויז מאשין האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 12:02 pm
תהלים איד זאג מיר נאר אז די מיקס איז נאכנישט פארטיג ווייל די קווייער און די מוזיק זענען אין צוויי אנדערע שטובער...
ס'סאונדט ווי זיי זינגען ארויס פון א שאנק...

Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 11, 2025 12:47 am
דורך אנעקדאט
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 10:33 am כ'קען עס ממש נישט גלייבן...

כ'ווייס נישט.. ס'איז עפעס נישט...

כ'מיין, ס'נישט. נישט מעלמא הדין.

ר' יודל אקער האט מיר אריינגעשיקט די "אינטרא" און אנהויב פונעם נייעם סידי.

אז כ'על שרייבן אז כ'גיי משוגע דערפאר, העט מען מיינען כ'בין משוגע.

סוי, כ'גיי ניסלעך דערפאר. פונקט פאסיג אויף חמשה עשר.

אבער ערנסט גערעדט, ס'איז עפעס.... עפעס עפעס!!!

געדאנק גענומען פון לחיים טיש, ניין?

Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 12, 2025 10:17 am
דורך דער תהלים איד
רבותם, איך האלט עס נישט אויס!!!!

ער שיקט מיר אריין יעצט נאך איין שטיקל, און, איך האלט עס נישט אויס!

כ'פיל ממש אביוזד.

א רשעות.

איך האלט פשוט ממש באמת ווירקליך נישט אויס אז די טרעק גיט זיך א האק אפ.

ממש עס קרעיווט מיר פאר נאך.



Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 12, 2025 1:45 pm
דורך שאינו יודע לשאול
זייער חסידיש, געשמאק און אויפהייבנדיג. קוק מיר ארויס דערויף מיט ערווארטונג.

דזשאב וועל דאן!

Re: עקסקלוסיוו: משתה היין #2!!! פורים תשפ"ה

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 12, 2025 3:13 pm
דורך הלבלר בקולמסו
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 12, 2025 10:17 am רבותם, איך האלט עס נישט אויס!!!!
נאך וויפיל כוסות האלט איר?...