בלאט 1 פון 1
פייגל פלו אויסברוך זיך אריבערגעכאפט צו מענטשן
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 11:06 pm
דורך שינאווער
ב"ה
Re: פייגל פלו אויסברוך, זיך אריבערגעכאפט צו מענטשן.
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 11:07 pm
דורך שינאווער
סי-די-סי באשטעטיגט קעיס פון פייגל פלו אין א קינד אין קאליפארניע; צווייטע קעיס פון א קינד אנגעשטעקט אין אמעריקע.
אין נאוועמבער איז געווען די ערשטע פאל, אויך מיט א קינד פון אן אנדערע געגנט אין קאליפארניע.
Re: פייגל פלו אויסברוך, זיך אריבערגעכאפט צו מענטשן.
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 11:08 pm
דורך שינאווער
אלעס אינאיינעם זענען דא יעצט 67 קעיסעס פון פייגל פלו צווישן מענטשן, אריינגערעכנט דאס וואס אין לואיזיאנא איז געשטארבן איין עלטערער מאן מיט סימפטאמען.
Re: פייגל פלו אויסברוך, זיך אריבערגעכאפט צו מענטשן.
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 11:08 pm
דורך דעת קדשי
איז דאס שעדליך? קען דאס הרגענען מענטשן אזווי קאוויד?
קומט נאך סטימילוס געלט???
Re: פייגל פלו אויסברוך, זיך אריבערגעכאפט צו מענטשן.
געפאוסט: זונטאג יאנואר 19, 2025 1:01 pm
דורך שאינו יודע לשאול
דעת קדשי האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 11:08 pm
איז דאס שעדליך? קען דאס הרגענען מענטשן אזווי קאוויד?
קומט נאך סטימילוס געלט???
ווי איך פארשטיי קען זיך דער וויירוס [דערווייל] נישט אריבערכאפן פון מענטש צו מענטש, בלויז פון באשעפענישן צו א מענטש דירעקט.
שומר ישראל שמור.
Re: פייגל פלו אויסברוך, זיך אריבערגעכאפט צו מענטשן.
געפאוסט: זונטאג יאנואר 19, 2025 2:54 pm
דורך אנדערער
דעת קדשי האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 11:08 pm
קומט נאך סטימילוס געלט???
צום פוינט
Re: פייגל פלו אויסברוך, זיך אריבערגעכאפט צו מענטשן.
געפאוסט: זונטאג יאנואר 19, 2025 7:25 pm
דורך שינאווער
צום ערשטן מאל זייט די פייגל פלו האט באטראפן אמעריקא האט מען געפונען די פלו ביי א טשיקן קאמפאני אין דזשארדזשע, די גרעסטע ווען עס קומט צו טשיקן.
די פלו איז געפונען געווארן ביי א קאמפלעקס פון א קאמפאני ארום 100 מייל צפון-מזרח פון אטלאנטא. די לעצטע שטיק צייט האט מען שוין געפונען די וויירוס 4 מאל אין דזשארדזשע, אבער בלויז ביי פריוואטע מענטשען און נישט ביי א גרויסע קאמפאני, שאפענדיג אן ערענסטע געפאר פאר די סטעיט'ס נומער איינס אינדוסטרי.
Re: פייגל פלו אויסברוך, זיך אריבערגעכאפט צו מענטשן.
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 29, 2025 8:21 pm
דורך שינאווער
טויזנטער פויגל אין ניו יארק זענען די לעצטע צייט געפונען געווארן אנגעשטעקט מיט די 'פויגל פלו', אריינגערעכנט פויגל וועלכע דרייען זיך ארום פריי אין פארקס און ארום הייזער.
די פארשפרייטונג טוט ערוועקן זארג אז מענטשן קענען אריבערכאפן די וויירוס דורך עסן אייער אדער פלייש פון אנגעשטעקטע הינער. לויט ווי די USDA זאגט דארף מען זיך נישט זארגן ווילאנג מען באהאנדלט און קאכט זיי מיטן ריכטיגן טעמפעראטור [40°F לויזערהייט און 165°F בשעת'ן קאכן], וואס דאס טוט הרגנען די באקטעריע.