בלאט 1 פון 1

ברענט קאליפארניע ברענט...

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 11:23 am
דורך האמפטי דאמפטי
[בניגון: ברענט לעכטעלעך ברענט]

- א -

פון דערווייטענס עס קומט אן צו אונז א שמיעה
עס ברענט אפ האלב קאליפארניע
מ'לויפט אין די מאסן מ'ווייסט נישט ווי
בשעת ווען די מעיאר פארט אויף אפרוה

ס'קומט אן די בילדער ס'כאפט דאך א שרעק
ס'קוקט אויס ווי די וועלט קומט צו אן עק
גאנצע גאסן גאנצע שטעט
פייער און רויעך איז אלס וואס מ'זעט


- ב -

ברענט קאליפארניע ברענט
ברענט ווילאנג איר קענט
וראו כל עמי הארץ ווי-נאך-ווי
אז אצבע אלקים היא

ענקער נאמען גוט באקאנט
די פאן טרעגער פון איבערן לאנד
פון אפיקורסוס און רשעות
צוזאמען געפלאכטן מיט גרויסע טפשות


***

- א -

לינקע ליבעראל אזא חוצפה דו האסט
אראפנעמען פון די דאלער in god we trust
די 10 קאממענדמענטס פון די שולע ווענט
נעמסטו אראפ מיט דיינע שמוציגע הענט

רציחה ביי דיר איז א לכתחילה
דאס קינד איז שוין געבוירן הרג'טס אים אפילו
די ארגסטע תועבה די אינשורענס דארף נאך דעקן
סדום ועמורה קענען זיך פארשטעקן


- ב -

ברענט קאליפארניע ברענט
ברענט ווילאנג איר קענט
וראו כל עמי הארץ ווי-נאך-ווי
אז אצבע אלקים היא

גאט'ס זרוע הנטויה
איז אויף ענק קאליפארניע
די מצב איז דאך נורא ואיום
הטרם תדע כי אבדה מצרים


***

- א -

101 מיליאן פון די וואלדפייער זיכערהייט
געגעבן פאר די פיש, זיי ראטעווען מ'גייט
אויך פון די פייערלעשער געווען אין די נייעס
17 מיליאן אוועקנעמען איך גיי עס

מיט קליימעט טשענדש פארנומען בייטאג און ביינאכט
פון די אייגענע וועלדער קיין מינוט מ'טראכט
די וואסער פון די פאמפס קוים עס טוט טראפן
נאר די אימיגראנטן מיט געלט מ'טוט שטאפן


- ב -

ברענט קאליפארניע ברענט
ברענט ווילאנג איר קענט
וראו כל עמי הארץ ווי-נאך-ווי
אז אצבע אלקים היא

א תפילה איך בעט פון דער ווייטן
ס'זאל קיין שום איד נישט שאטן
זיי שוין מקרב פאר אונז די קץ
והיה ה' למלך על כל הארץ

אוי ברענט קאליפארניע ברענט...

Re: ברענט קאליפארניע ברענט...

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 11:49 am
דורך בן נביאים
וואף

מיר געלונגען צו געבן די ערשטע לייק

Re: ברענט קאליפארניע ברענט...

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 1:23 pm
דורך וואוילער
👍

Re: ברענט קאליפארניע ברענט...

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 3:06 pm
דורך יוחנן כהן
גוט געשריבן!!!

Re: ברענט קאליפארניע ברענט...

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 3:08 pm
דורך בעל החלומות
👍👍גוט!!!!

Re: ברענט קאליפארניע ברענט...

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 9:38 pm
דורך שאינו יודע לשאול
גאר שטארק!!! שטארקע נקודה און טאלאנטפול געשריבן!

קום אריין אפטער.

Re: ברענט קאליפארניע ברענט...

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 10:57 pm
דורך יוחנן כהן
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 14, 2025 9:38 pm גאר שטארק!!! שטארקע נקודה און טאלאנטפול געשריבן!

קום אריין אפטער.
דא קומט מען אריין ווען מען פארוואַרפט פון דארט...

Re: ברענט קאליפארניע ברענט...

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 27, 2025 1:19 am
דורך never say never
וואף זייער אונטרעסאנט

Re: ברענט קאליפארניע ברענט...

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 27, 2025 11:33 am
דורך וועליך
👍👍👍👍👍👍

Re: ברענט קאליפארניע ברענט...

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 27, 2025 11:46 am
דורך שטענדיגרייט
זייער זייער גוט געזאגט!

Re: ברענט קאליפארניע ברענט...

געפאוסט: זונטאג פעברואר 02, 2025 12:37 am
דורך פופציגער
זייער א גוטע נקודה, ארויסגעברענגט דורך זייער א גוטע פעדער, אין די האנט פון זייער א גוטע שרייבער!