בס"ד - שרייבן פארמעסט תשפ"ה
געפאוסט: זונטאג יאנואר 12, 2025 9:35 am
בס"ד
א גוט מארגן אלע מיינע טייערע און חשובע חבירים דא אויף 'אידטיש'!
שלום וברכה!
איך האף איר האט זיך גוט אויסגער-הט דעם שבת און אונגעשעפט כוחות פאר די מאסיווע פראיעקט וואס קומט אונז בסייעתא דשמיא אנטקעגן די וואך אויף אידטיש.
מיט א קנאפע יאר אהאלב צוריק ווען אידטיש האט זיך געגרינדעט, איז ארויסגעקומען לאור עולם די ערשטע שרייבן פראיעקט אויף אידטיש מיט גאר א סוקסעספולע אפקלאנג מיט גאנצע זיבן ארטיקלען פאר א סייט וואס איז נאך ממש געווען רייף. הערליכע גרעפיקס, גוטע מגיהים און א גוטע שטום-בודקע סיסטעם מיט אלעס ארום אויפן בעסטן אופן.
יעצט, נאך וואס עס איז אריבערגעגאנגען א גאר סוקסעספולע תקופה אין אידטיש - ווי יעדער איינער קען מודה זיין אז די 'סטאקס' זענען ארויפגעשאסן געווארן גאר הויעך, און לפי עניית דעתי מיין איך אז עס פאסט נאכמאל צו אנטעקעגן קומען די עולם מיט א פרישע "שרייבן פארמעסט – ווינטער תשפ"ה".
אשר על כן, די אידן וואס האבן אונגעפירט די לעצט מאליגע פראיעקט האבן געעפענט מן הסתם נייע ניקס און איך ווייס נישט ווי אזוי אונצוקומען צו זיי. וויל איך דא מיך ארומקוקן צו זעהן אויב מען קען נאכמאל אהערשטעלן א פראיעקט פון פריש מיט א התחדשות. וואס דאס נעמט אריין פארשידענע פאסטן'ס וואס מען דארף זעהן אויב עס איז דא מיט וועם צו גיין צום "(איד)טיש".
ווער עס קען זיך אונטראגן מיט די פאלגענדע פאסטן'ס וועט האבן גאר א גרויסע זיכוי הרבים און נאר די אויבערשטער קען און וועט אים באצאלן מיט כל מילי דמיטב, עושר ואושר, פנסה, נחת, געזונט, הרחוות הדעת און שלוות הנפש מיט אלע גוטע ברכות.
ואלו הן:
1) א נאמען
2) מגיהים
3) גרעפיקער
4) אונפירן מיט די שטום-בודעקס
אויב איר זענט אינטערסירט צו טון איינער פון די דזשאב'ס אדער איר האט עני שאלות ביטע מעלד אייך אין טישי צו מיין ניק, אדער שיקט אן אימעיל צו: meisteryid@yahoo.com, און איינמאל מיר האבן א שטיקל עולם צוזאמען וועלן מיר בעזרת השם ארויסלייגן די קומענדיגע פרטים.
אויב האט איר בכלל אינטערעסע אין דעם פראיעקט ביטע געט א קוועטש אויפן "לייק" באטאן צו וויסן מי ומי ההולכים.
אין דעם געלעגנהייט וויל איך אופדאנקען די חשובע און איבערגעגעבענע מנהל הרב @ווירקליך שליט"א וואס האט פון דעם ערשטן מינוט ארויסגעהאלפן און העלפט ווייטער ארויס און מאכט זיכער אז אלעס גייט על צד היותר הטוב ++. שכרך הרבה מאוד!!
אסאך הצלחה און א געבענטשטן טאג!!