בלאט 1 פון 1

שְׁמַע קוֹלֵנוּ ~ עשרה בטבת געפילן

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 10, 2025 10:07 am
דורך יוחנן כהן
שְׁמַע קוֹלֵנוּ
הער צו אונזער געשריי

ה' אֱלֹֹקֵינוּ
טאטע'ניא געטריי

חוּס וְרַחֵם עָלֵינוּ
האב שוין אויף אונז רחמנות

וְקַבֵּל בְּרַחֲמִים וּבְרָצוֹן אֶת תְּפִלָּתֵנוּ:
ווייל מיר קענען נישט אן עס


הֲשִׁיבֵנוּ ה' אֵלֶיךָ וְנָשׁוּבָה
און מיר וועלן צו דיר קומען

חַדֵּשׁ יָמֵינוּ כְּקֶדֶם:
ווי פריער ארומגענומען


אֲמָרֵינוּ הַאֲזִינָה ה'
אונזער ווערטער הער

בִּינָה הֲגִיגֵנוּ:
וואס איז אויפן הארץ שווער


אַל תַּשְׁלִיכֵנוּ מִלְּפָנֶיךָ
אונז נישט אוועק וואַרף

וְרוּחַ קָדְשְׁךָ אַל תִּקַּח מִמֶּנוּ:
ווייל דיר מען דאַרף


אַל תַּשְׁלִיכֵנוּ לְעֵת זִקְנָה
אלעמאל מיט די דביקות בלייבן

כִּכְלוֹת כֹּחֵנוּ אַל תַּעַזְבֵנוּ:
טו אונז נישט פארטרייבן


אַל תַּעַזְבֵנוּ ה' אֱלֹהֵינוּ
לאז אונז נישט אָפ

אַל תִּרְחַק מִמֶּנוּ:
ס'אויג פון אונז נעם נישט אראפ


עֲשֵׂה עִמָּנוּ אוֹת לְטוֹבָה
מאך מיט אונז א צייכן

וְיִרְאוּ שֹׂנְאֵינוּ וְיֵבֹשׁוּ
צו יא צו נישט זיי גלייכן

כִּי אַתָּה ה' עֲזַרְתָּנוּ
מיין הילף מיין גייסט

וְנִחַמְתָּנוּ:
און ס'איינציגסטע טרייסט


כִּי לְךָ ה' הוֹחָלְנוּ
נאר צו דיר מיר האפן

אַתָּה תַעֲנֶה ה' אֱלֹקֵינוּ
און אלע שונאים באשטראפן.

Re: שְׁמַע קוֹלֵנוּ - עשרה בטבת געפילן

געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 11, 2025 11:00 pm
דורך טיפע טאשן
הערליך

Re: שְׁמַע קוֹלֵנוּ - עשרה בטבת געפילן

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 9:40 pm
דורך שאינו יודע לשאול
.just wow