בלאט 1 פון 1

וויל וועלן!

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 10, 2025 10:05 am
דורך יוחנן כהן
מיינע קינדער קומט
יעקב אבינו באשטימט

הערן עטס וועטס
כ'וויל מגלה זיין דעם קץ

א פראבלעם פאסירט
יעקב'ס מוח פארפירט

ס'איז געווען א בחינה
פון ונסתלקה ממנו שכינה

פארגעסן האט ער עס
זיך דערמאנען שווער איז

---

מיט די מעשה אט דעי
געפלאנצט אינעם 'די ען עי'

רצון דרצון, ווילן וועלן
טוט גאט אויך געפעלן

און דאס איז יא מקיום
דעם איד העלפן כ'טו אים

אז ער טוט ווילן, ווילן
זיין ציל צום סוף ערפילן

#ויחי

(ר' דוב יונגרייז בשם ספרים הקדושים)

Re: וויל וועלן!

געפאוסט: דינסטאג מערץ 17, 2026 1:06 am
דורך בודקע
👌🎯

Re: וויל וועלן!

געפאוסט: מאנטאג מערץ 23, 2026 7:08 am
דורך הירש
מיוזיק

Re: וויל וועלן!

געפאוסט: מאנטאג מערץ 23, 2026 11:21 am
דורך להגדיל הטראסק
ר' @יוחנן כהן
רצון א רויען

ארויסגעברענגט שטארק
דעם פונק דעם ספארק

און אפילו רצון דרצון
איז באוויליגט, נישט קיין לצון