בלאט 1 פון 1

נייעס און אלעס ארום לעיקוואוד, ניו דזשערסי

געפאוסט: פרייטאג יולי 21, 2023 12:02 am
דורך Yankel
https://lnnnews.com/report-stabbing-in-lakewood/
איינער האט עפעף מער אינפארמאציע איבער די געשיכטע?

Re: נייעס און נאטיצן פון לעיקוואוד און ארום

געפאוסט: פרייטאג יולי 21, 2023 8:26 am
דורך Azoi Tzi Zugen
געווענליך אזעלכע זאכן, אויב איז עס נישט וויכטיג פאר'ן פובליק, האלט מען עס שטיל.

סיי צוליב קאפי-קעט, עס נישט צו מאכן וועלקאם. און סיי כדי נישט צו אנווארפן א פחד אויף די פרויען און קינדער.

איך ווייס נישט וואס דא איז די מציאות, כזאג אין דזשענעראל. (אגב, קומט קרעדיט פאר קול מבשר! פאר זיין פאליסי אז שיסערייען און שטעכערייען עקזיסטירן נישט דארט אלס נייעס. ס'כאילו לא הי')

Re: נייעס און אלעס ארום לעיקוואוד, ניו דזשערסי

געפאוסט: מיטוואך אפריל 17, 2024 11:57 am
דורך ביסט גערעכט
לעיקוואוד - די לעצטע פאר יאר זייט מאסן חסידי'שע אידן האבן זיך אנגעהויבן אריבערציען צו די נייע געגנטער אין שטאט האט אנגעהויבן זיך עפענען פילע נייע געשעפטן ווי שוואמען נאך א רעגן, יעדער געשעפט פון די טריי סטעיט איז גלייך אריבערגעלאפן אויפשטעלן דארט נאך א לאקאציע. דער פראמינענטער ריעל עסטעיט אגענט אין שטאט ר׳ אפרים פעדער וואס טוט אויך עדווערטייזמענט פאר נייע געשעפטן האט ארויסגעשטעלט א ליסטע פון 29 נייע עסן געשעפטן וואס האבן זיך געעפנט אין די לעצטע דריי חדשים אליין, ווי ער זאגט זענען זאכן איבערגעטריבן און אינוועסטירער גיסן אריין שווערע מיליאנען וואס גייען לטמיון נאכן זיך אפמוטשען מיט די געשעפטן זייענדיג ליידיג פון קאסטומערס, ער בעט אינוועסטירער זאלן טראכטן צוויי מאל פאר זיי טאנצן אריין און זיכער מאכן אז די שטאט דארף טאקע נאך אזא געשעפט וואס זיי פלאנירן.

jd media

Re: נייעס און אלעס ארום לעיקוואוד, ניו דזשערסי

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 7:58 pm
דורך שרגא
צוליב די בליענדע וואוקס פון אידישע איינוואוינער אין און ארום לעיקוואוד האט הצלה פון סענטראל דזשערסי אויפגענומען נאך 10 נייע מעמבערס זאלן שטיין גרייט אין פאל פון נויט.

Re: נייעס און אלעס ארום לעיקוואוד, ניו דזשערסי

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 11:25 am
דורך Azoi Tzi Zugen
unnamed.jpg
unnamed.jpg (133.57 KiB) געזען געווארן 983 מאל

unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (227.12 KiB) געזען געווארן 983 מאל

Re: נייעס און אלעס ארום לעיקוואוד, ניו דזשערסי

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 8:41 pm
דורך שמויגער טויגער
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 11:25 am unnamed.jpg



unnamed (1).jpg
דאס איז זשערסי סיטי ,נישט לעיקוואד

Re: נייעס און אלעס ארום לעיקוואוד, ניו דזשערסי

געפאוסט: מאנטאג מאי 20, 2024 2:15 am
דורך ווינטעלע
א אראפגעקלאפטע אנטיסעמיטישע סייקליסט טרעפט זיך אין א טריפלטע פראבלעם.

דאס איז געשען אויף די מעדיסאן גאס אין לעיקוואד.

די ערשטע פלאנטער, אראפגעקלאפט געווארן.

די צווייטע, הצלה איז אנגעקומען און געוואלט באהאנדלען , אבער דער אנטיסעמיט האט נישט געקענט צולאזן זיך העלפן ביי אידן, האט ער געבעטן פאר 911 און ems.

למעשה איז EMS אנגעקומען, אבער צו זיין באדויער און שאק איז עס אויך געווען אידן, האט ער שוין נישט געהאט קיין ברירה.

Re: נייעס און אלעס ארום לעיקוואוד, ניו דזשערסי

געפאוסט: מאנטאג מאי 20, 2024 12:18 pm
דורך מאנטרעאל
ווינטעלע האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 2:15 am א אראפגעקלאפטע אנטיסעמיטישע סייקליסט טרעפט זיך אין א טריפלטע פראבלעם.

דאס איז געשען אויף די מעדיסאן גאס אין לעיקוואד.

די ערשטע פלאנטער, אראפגעקלאפט געווארן.

די צווייטע, הצלה איז אנגעקומען און געוואלט באהאנדלען , אבער דער אנטיסעמיט האט נישט געקענט צולאזן זיך העלפן ביי אידן, האט ער געבעטן פאר 911 און ems.

למעשה איז EMS אנגעקומען, אבער צו זיין באדויער און שאק איז עס אויך געווען אידן, האט ער שוין נישט געהאט קיין ברירה.
והחוט המשולש...

Re: נייעס און אלעס ארום לעיקוואוד, ניו דזשערסי

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 3:47 am
דורך פעינטיג
*טראגעדיע אין לעיקוואוד* - מיט צער און ווייטאג מעלדן מיר די פטירה פון הילד שמואל ב"ר אברהם ברוג ע"ה וואס איז ל”ע אומגעקומען אין א טראגישע קאר עקסידענט אויף איסט וועטעראנס אין דזשעקסאן, די קאר אין וואס דער 5 יעריגער שמואל ע"ה איז געפארן איז געווען פארמישט אין א שווערע עקסידענט פון וואס דער קינד איז ליידער נפטר געווארן.
די דרייווער פון די צווייטע קאר, א נישט אידישע פרוי, איז אויך אומגעקומען.

שמואל ע"ה איז געווען א זוהן פון ר׳ אברהם ברוג הי”ו וואס פירט יערליך אן די זומער קעמפ פון די ’עורה’ ארגאניזאציע און אן אייניקל פון הגאון רבי ישראל ברוג שליט"א ראש ישיבת תפארת אביגדור אין וויקליף, אהייא,

ער איז קריטיש פארוואונדעט געווארן ביים עקסידענט און הצלה וואלונטירן האהן באוויזן צוריקצוברענגען די פולס און אים אין איילעניש אפגעפירט צו די דזשערסי שאור שפיטאל ווי ער האט א קורצע צייט שפעטער ליידער אויסגעהויכט זיין לויטערע נשמה.

יה”ר שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

Re: נייעס און אלעס ארום לעיקוואוד, ניו דזשערסי

געפאוסט: מיטוואך יוני 26, 2024 6:09 pm
דורך Spa 42
צוויי אידישע קליינע מיידלעך זענען געפונען געווארן געשטאכן און גע'הרג'עט אין זייער הויז.

ה"י

א פרוי איז ארעסטירט געווארן דורך די פאליציי.

Re: נייעס און אלעס ארום לעיקוואוד, ניו דזשערסי

געפאוסט: מאנטאג יולי 15, 2024 4:53 pm
דורך Spa 42
א קלין קינד איז ל"ע נפטר געווארן נאכן ווערן פארגעסן אין אן אויסגעלאשענע קאר.

Re: נייעס און אלעס ארום לעיקוואוד, ניו דזשערסי

געפאוסט: מיטוואך יולי 24, 2024 1:07 pm
דורך Spa 42
א פארשוין וואס האט דורכגעפירט 2 יאר צוריק 5 איבערפעלער אויף אידן, וואס 4 דערפון האט ער געוואלט הרג'ענען די אידן, איז געאורטיילט געווארן צו 40 יאר אין חד גדיא.

Re: נייעס און נאטיצן פון לעיקוואוד און ארום

געפאוסט: מיטוואך יולי 24, 2024 2:23 pm
דורך Think and Thank
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 8:26 am (אגב, קומט קרעדיט פאר קול מבשר! פאר זיין פאליסי אז שיסערייען און שטעכערייען עקזיסטירן נישט דארט אלס נייעס. ס'כאילו לא הי')

כ'מיין אז ער טוט עס נאר אין געגנטער וואו מ'דארף טאקע מורא האבן. א שיסעריי אויף לי ראדני באריכטעט ער מיט אלע קליפערלעך, משא"כ ביי טרופ און מוירטל...

Re: נייעס און אלעס ארום לעיקוואוד, ניו דזשערסי

געפאוסט: מיטוואך יולי 24, 2024 3:18 pm
דורך שאינו יודע לשאול
Spa 42 האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 1:07 pm א פארשוין וואס האט דורכגעפירט 2 יאר צוריק 5 איבערפעלער אויף אידן, וואס 4 דערפון האט ער געוואלט הרג'ענען די אידן, איז געאורטיילט געווארן צו 40 יאר אין חד גדיא.
unnamed (30).png
unnamed (30).png (263.8 KiB) געזען געווארן 597 מאל

Re: נייעס און אלעס ארום לעיקוואוד, ניו דזשערסי

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 10:28 pm
דורך ס'קען זיין אז..
לעיקוואוד - מוצאי שבת איז פארגעקומען די אויפנאם צערעמאניע פאר עטליכע נייע מעמבערס און א נייע דיספעטשער פאר חברים אוו סענטראל דזשערסי, מיט די נייע מעמבערס פארמאגט די ארגאניזאציע א פלאטע פון איבער 200 מעמבערס לענגאויס ניו דזשערסי

Re: נייעס און אלעס ארום לעיקוואוד, ניו דזשערסי

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 11, 2026 5:51 pm
דורך נייעס אגענטור
איינער ווייסט פון א הויז/ווילא פאר א קאפל צו פארדינען דע וויקענד פאר א נארמאלער פרייז? אויב יא ביטע קומט אין אישי ולמצווה גדולה ייחשב