הדסים האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 23, 2025 3:26 am
ארויסגעקומען פאריגע וואך איינס
און דאס קינד האט אויפאמאל ארויסגעשטעקט דאס קעפּל.
א קענטליך פנים, אבער פארט — אזוי פרעמד.
שוין יארן וואס מיר האבן זיך נישט געזען. ווען כ’האב דיך יא געזען, איז עס געווען אין בלאסע בילדער, וואס וואלגערן זיך אין פארווארפענע ווינקלען פון פארוועלקטע זכרונות.
כ’האב דיך געזען — ווי דורך א וואנט פון פארהויכטן גלאז, ווי דורכ’ן פענסטער פון אן אנדערן גלגול.
און דא האסטו זיך אויפאמאל באוויזן: שלום עליכם.
*
איין רגע האט די באגעגעניש גענומען. איין שנעלע רגע, נישט מער, איידער דאס קינד האט דעם קאפּ אינעם הויפן פארגעסענעם אמאל צוריק אריינגעשטעקט.
וואוהין ביסטו פארשוואונדן?
כ’ווייס דעם ענטפער: האסט מורא.
ווילסט הערן דעם אמת? איך אויך.
איך בין געבליבן מיט די פחדים פון דו-דעמאלט.
האסט דעמאלט געפילט אליין, פארלאזט, אומבאשיצט. דו האסט געפילט, און איך בין געבליבן שלעפּן דאס פּעקל — דאס פּעקל, וואס אנדערע האבן אויף דיינע יונגע, צארטע פּלייצעס ארויפגעווארפן.
איז, דא בין איך — אָן דיר, און מיט’ן פּעקל.
*
האסט מורא, שעפעלע? איך פארשטיי. ביסט אינגאנצן בארעכטיגט צו פילן וואס דו פילסט. פילן מעג מען — מוז מען. קיינער האט נאך קיינמאל גארנישט פארדינט פון פארלייקענען און דערשטיקן, וואס דאס הארץ האט צו דערציילן.
פיל, שעפעלע, פיל. פיל. בלייב דערווייל וואו דו ביסט. בלייב וואו דו ביסט, און פיל.
ס’איז נאס און טונקל דארט, אויף יענעם ארט, וואוהין מענטשן און אומשטענדן אמאל האבן דיך פארטריבן. מענטשן האבן געהאט ווייניג הבנה. געוויסע האבן קיינמאל נישט אויסגעארבעט די מידות. אנדערע האבן אויף דיר ארויסגעלאזט פּיין און ווייטאג, וואס זיי האבן באקומען ווען זיי אליין זענען געווען קליין.
צום סוף וועסטו זיי פארשטיין; וועסט זיין גענוג שטארק, צו זען יענע גרויסע מענטשן אין זייער גאנצער קליינקייט. וועסט זען, אז יענע זענען געווען שוואכע נפשות אין שטארקע גופים, וואס האבן מורא געהאט פון דיין זיכערקייט.
יעצט איז אבער צייט צו קוקן אויף זיך. ס’איז שווער צו זען יענעם, ווען דער אייגענער איך איז אין בלאטע פון זעלבסט-פארלייקענונג פארלוירן.
קוק אויף זיך, און אויך דיינע פחדים באמערק. זאל דיין עלנדקייט שניידן; דיין פארלוירנקייט זאל זיך אויסוויינען די אויגן.
וויין און וויין, ביז קיין כוח וועט נישט בלייבן. דעמאלט וועט דיין אומבארירטע נקודה פון ריינער אומשולדיגקייט זיך דורכרייסן — דורכרייסן, און פארבלענדן די אויגן פונעם באפלעקטן אמאל.
*
וואו ביסטו געווען די אלע יארן?
אזוי פרעגסטו מיר, שעפעלע, נאכ’ן פילן אביסל זיכערער — נאכ’ן אנהייבן פארשטיין, אז דאסמאל איז אנדערש.
פרעגסט דאך אזא כשר’ע קשיא.
וואס זאל איך דיר ענטפערן: דעם אמת?
איך בין געווען פארזונקען אין דעם זעלבן זומפּ ווי דו. מיר זענען ביידע געזעסן פארווארפן, פארשטארט, פארטעמפּט, יעדער אין זיין ווינקל: דו אינעם אמאל, און איך — אין א היינט, געדיכט אנגעפילט מיט אמאליגן צער און אנטוישונג.
אַמַּת הַמַּיִם עוֹבֶרֶת תַּחְתֶּיךָ, און כ’בין אינעם טייך פון דיינע טרערן כמעט דערטראנקען געווארן.
ווייסט פון וואס איך רעד?
*
דו זוכסט אבער נישט קיין הסברים מיט חשבונות. דו וויינסט נאך יענץ אומשולדיגע געוויין, פון א תקופה ווען שכל איז געווען ווייס, און אין הארצן — טונקל-שווארץ.
וואו בין איך געווען די אלע יארן? איך ווייס אויך נישט. כ’האב זיך איבערגעלאזט אינעם זעלבן טאג ווען כ’האב זיך פון דיר אפּגעטיילט.
מיר זענען זיך צעגאנגען אָן געזעגענען. די גרויסע גירסא פון איך-דו איז געבליבן אפּגעריסן.
און דו — דו, ביסט געבליבן אליין. איינער אליין.
פון וואו קענסטו וויסן — פרעגסטו יעצט, מיט יסורי נפש וואס שרייען העכער דעם גרעסטן ווארט — אז דאסמאל וועט זיין אנדערש — אז אנדערש ווי די אנדערע אמאל, וועל איך נישט ווערן מיד און נמאס? דיך פארווארפן און פארלאזן?
כ’האב נישט קיין תירוץ — זיכער נישט עפּעס וואס זאל צופרידנשטעלן דיין אמאל. ליגנט וויל איך דיר נישט פארקויפן; ביסט זאט ביז דער נאז, פון שקרים וואס אמת’ע מענטשן האבן דיך געפיטערט.
כ’קען נישט מער ווי בעטן מיר צו געבן נאך א געלעגנהייט. ס’גייט מיר אין לעבן דיר צו ווייזן, אז דאסמאל מיין איך עס ערנסט.
איך, בכל אופן, בין איבערצייגט, אז יעצט איינמאל רעד איך פון בלייבן מיט דיר בקביעות. יעצט איינמאל — איינמאל פאר אלעמאל.
*
איך אליין בין זינט יענער תקופה אליין דורכגעגאנגען אסאך תקופות. כ’בין געווען דא און אויך דארט האב איך באזוכט.
כ’האב געזוכט און געזוכט, אבער נישט געפונען. כ’האב נישט געפונען, ווייל כ’האב נישט געוואוסט וואס און וועמען איך זוך.
צום סוף האב איך געטראפן — זיך אליין. כ’האב זיך אנגעקוקט און געפילט ווי איך באטראכט א פרעמדן.
ווייסט פון וואס איך רעד?
איך בין געווען ווי א פרעמדער; געוויזן וואס ס’איז געווען צו זען, האט מיר דער זעלבער וואס האט מיך-דיך באשאפן. ער האט מיר אויך דערציילט, אז כ’בין קיינמאל נישט געווען אליין — נישט דעמאלט, און אויך היינט איז ער מיט מיר.
*
מיר זענען געווען צוזאמען. דריי שותפים: דו, איך, און ער. ער האט מיך אייביג ליב געהאט. ס’איז אים, דער וואס קיין טעות מאכט קיינמאל, נישט איינגעפאלן אראפּצוקוקן און אוועקצומאכן, עפּעס וואס זיינע הענט כביכול האבן געמאכט.
ער האט מיך ליב און נעמט מיך אן אזויווי כ’בין. קבלה און אהבת עולם ביז’ן סוף, אזויווי כ’בין, אזויווי כ’שטיי און גיי. ער האלזט מיך לכתחילה און בדיעבד — מיך, מיט מיינע חסרונות, אינאיינעם מיט מיין רצון און באמיאונגען צו ווערן אלץ בעסער.
אויב ער איז מיך מקבל באהבה, ווער בין איך און ווער איז סיי-ווער, מיך אפּצואווארפן און אוועקצומאכן? הַדְבֵּק בְּמִידּוֹתָיו, נישט אזוי?
*
איינמאל — הערסט, שעפעלע? — כ’האב זיך אנגענומען וויאזוי כ’בין, האב איך אויפאמאל געטראפן אזויפיל פּלאץ אויך פאר אנדערע. יענער חלל אין וועלכן שווארצע שאטנס האבן זיך במשך יארן אויף שפּינוועבס געוויגט, איז געווארן ריין און שיין.
פון אן אפּגעדינטן בונקער צו א פּראכטפולן אויפנאמסזאל. (געפעלט דיר מיין מליצה?)
איז, ברוך הבא צו דיר, מיין איך פון אמאל!
*
דו ביסט נאך מסופק; איך ווייס אבער אויף זיכער.
וואס ווייס איך? אז מיר בלייבן אינאיינעם און וועלן זיך קיינמאל מער נישט צעגיין.
איך האב דיך געטראפן און וועל דיך מער נישט איבערלאזן. איך וויל דיך נישט פארלאזן! איך דארף דיך. כ’בין גליקליך מיט דיין אנוועזנהייט אין מיין לעבן. כ’בין ווער און וואו כ’בין, נאר וועגן דו ביסט געווען וואו און ווען דו ביסט דעמאלט געווען.
קענסט זיך באהאלטן אין יענע פחדים, אבער איך וועל דארט זיין מיט דיר — אויך דארט, בפרט דארט. אויב וועסט אנהייבן פילן און זיך נעמען וויינען, וועל איך וויינען און פילן מיט דיר אינאיינעם. קענסט טאנצן אויף א מאדנעם אופן און זיך בוקן ביי אתה חונן; מיר — הערסט? — בלייבן אבער צוזאמען.
פון יעצט און ווייטער זענען מיר צוריק איינס. מיר וועלן אינאיינעם לאכן און וויינען און שפּילן און שוויצן. מיר וועלן היילן אלטע וואונדן, און פארוואנדלען גיפט אין מים חיים.
צוביסלעך, מיט געדולד, וועלן מיר צוזאמוואקסן און זיך צוזאמגיסן. מיר וועלן אינאיינעם — איך-דו און דו-איך — ממשיך זיין דעם שווים, אינעם וואסער וואס הייסט לעבן. מיר וועלן מיט נייגער און וואונדער צוזאמען אנטפאנגען אלעס וואס ער-איינער וועט אונז באשערן, אין דער גרויסער שפּיל וואס הייסט וועלט.
ביז’ן דערגיין בשלום צום אנדערן ברעג.