בלאט 1 פון 1

אויסלייגן ענגלישע ווערטער אין אידיש

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 08, 2025 11:28 am
דורך נקודות טובות
@שמעלקא פארוואס איז פעיר פרעשור בעסער ווי פיר פרעשור?

Re: ספעלן ענגלישע ווערטער אין אידיש

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 08, 2025 10:25 pm
דורך שאינו יודע לשאול
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 08, 2025 11:28 am @שמעלקא פארוואס איז פעיר פרעשור בעסער ווי פיר פרעשור?
לכאורה ביסטו גערעכט, peer pressure דארף זיך איבערטיישטן פּיר, ניין?

אבער ער האטעס לכאורה געטון ווייל אזוי רופט מען עס אין אונזער לענגוויטש.

Re: ספעלן ענגלישע ווערטער אין אידיש

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2025 2:19 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
"פיר פרעשור" ליינט זיך טאקע נישט. עס ליינט זיך ווי די נומער 4.

Re: ספעלן ענגלישע ווערטער אין אידיש

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2025 3:25 pm
דורך אתרוג
beep ליינט זיך און אידיש ביפ
אזוי אויך peek זאגט מען פיק

משא"כ peer פרעשיר זאגט מען פיער נישט פיר, חוץ אויב די גוים זאגן יא 'פיר-פרעשיר' דאס ווייס איך נישט, אבער ביי אונז רופט מען עס זיכער פיער-פרעשיר

Re: ספעלן ענגלישע ווערטער אין אידיש

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 10, 2025 12:17 am
דורך שאינו יודע לשאול
peer טייטשט פּאָר? לכאורה זאגט מען עס טאקע פיער אפילו אין די גאס.

Re: ספעלן ענגלישע ווערטער אין אידיש

געפאוסט: מיטוואך אפריל 16, 2025 4:43 pm
דורך שמעלקא
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 08, 2025 11:28 am @שמעלקא פארוואס איז פעיר פרעשור בעסער ווי פיר פרעשור?
איך האב עס נישט געטוישט. מעגליך איז פיער פרעשור טאקע בעסער.

Re: ספעלן ענגלישע ווערטער אין אידיש

געפאוסט: מיטוואך אפריל 16, 2025 4:47 pm
דורך אויסגעשארפטע בליי
ספעלן ענגלישע ווערטער אין אידיש, האט נישט קיין כללים לויט ווי אזוי מען ספעלט עס אין ענגליש, נאר ווי אזוי מען זאגט עס.

Re: ספעלן ענגלישע ווערטער אין אידיש

געפאוסט: מיטוואך אפריל 16, 2025 5:02 pm
דורך אויסגעשארפטע בליי
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 16, 2025 4:47 pm ספעלן ענגלישע ווערטיר אין אידיש האט נישט קיין כללים לויט ווי אזוי מען ספעלט עס אין ענגלישע נאר ווי אזוי מען זאגט עס.
צו מסביר זיין אביסל.
יעדע שפראך האט זיך זיינע כללים וויאזוי מען שרייבט א ווארט און דערנאך וויאזוי מען זאגט עס.
ווי למשל די ווארט "איידיע" וואס איז געספעלט אין ספאניש און אין ענגליש אייניג, אבער ווערט ארויסגעזאגט אין אן אנדערע וועג.
אין ספאניש ווערט עס געזאגט אִידִיאַ און אין ענגליש ווערט עס געזאגט אֵיידִיעֶ.

ענגליש איז ווי באקאנט קאמפליצירט מיט כללים, און אפילו גאר גוטע ענגליש קענער קענען נישט ענטפערן אויף אסאך ווערטער פארוואס מען זאגט עס אזוי צו אזוי.

צום ביישפיל די ווארט "love" ווערט געזאגט ווי "luv" ווען די ווארט "dove" ווערט געזאגט אזויווי די אלגעמיינע ענגליש כללים.

די זעלבע איז מיט פעיר פרעשור, וואס וואלט ווען געדארפט ווערן געשריבן ווי מען זאגט עס "pair" אדער כאטשיג "pear".

למעשה איז עס אבער נישט אזוי, און ווען די ניצט א פרעמדע ווארט אין דיין שפראך, 'שרייבסטו עס' אין דיין שפראך, אזויווי 'מען זאגט עס' אין יענעמס שפראך.
כנלע"ד.

Re: ספעלן ענגלישע ווערטער אין אידיש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 12:02 am
דורך שאינו יודע לשאול
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 16, 2025 5:02 pm
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 16, 2025 4:47 pm ספעלן ענגלישע ווערטיר אין אידיש האט נישט קיין כללים לויט ווי אזוי מען ספעלט עס אין ענגלישע נאר ווי אזוי מען זאגט עס.
צו מסביר זיין אביסל.
יעדע שפראך האט זיך זיינע כללים וויאזוי מען שרייבט א ווארט און דערנאך וויאזוי מען זאגט עס.
ווי למשל די ווארט "איידיע" וואס איז געספעלט אין ספאניש און אין ענגליש אייניג, אבער ווערט ארויסגעזאגט אין אן אנדערע וועג.
אין ספאניש ווערט עס געזאגט אִידִיאַ און אין ענגליש ווערט עס געזאגט אֵיידִיעֶ.

ענגליש איז ווי באקאנט קאמפליצירט מיט כללים, און אפילו גאר גוטע ענגליש קענער קענען נישט ענטפערן אויף אסאך ווערטער פארוואס מען זאגט עס אזוי צו אזוי.

צום ביישפיל די ווארט "love" ווערט געזאגט ווי "luv" ווען די ווארט "dove" ווערט געזאגט אזויווי די אלגעמיינע ענגליש כללים.

די זעלבע איז מיט פעיר פרעשור, וואס וואלט ווען געדארפט ווערן געשריבן ווי מען זאגט עס "pair" אדער כאטשיג "pear".

למעשה איז עס אבער נישט אזוי, און ווען די ניצט א פרעמדע ווארט אין דיין שפראך, 'שרייבסטו עס' אין דיין שפראך, אזויווי 'מען זאגט עס' אין יענעמס שפראך.
כנלע"ד.
גערעכט מיט דיין נקודה, אבער אין פראפעסיאנאלע ליטעראטור וועסטו יא זען די אויסשטעל וויאזוי ס'איז אין די אריגינעלע שפראך. לכאורה ווייל אויב נישט וועסטו האבן מערערע אופנים וויאזוי עס אויסצולייגן, און מוועט זיך נישט קענען פאראייניגן אויף איין מהלך.

קוק למשל אויף די ווארט "אוקריינע", וואס רוב מגיהים וועלן טוישן צו "אוקראינע", וואס גייט לויט די ענגלישע אויסלייג פון Ukraine, וכדו.