בלאט 1 פון 1

אפגעהאקט פון מיין גוטן חבר

געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 04, 2025 6:40 pm
דורך יוחנן כהן
צו דיר מיין טייערע חבר.

איך קען נישט טראכטן וואס עס וואלט געוועהן ווען כ'וואלט דיך נעבן מיר נישט געהאט. דו האסט אלעמאל צו מיר די וועלטס צייט, און מיט אזא רואיגקייט הערסטע מיר אויס. אפילו ווען איך פאר אוועק, נישט קיין חילוק ווי ווייט איך וועל נאר פארן, קומסטו אייביג מיט מיר צו שטיין ביי מיין זייט.

דו ביסט קיינמאל אין א שלעכטע מוד, און ס'נאך קיינמאל געווען וואס דו האסט מיר איגנארירט. כ'קען דיר רופן ווען איך וויל, און דו וועסט מיר גלייך ענטפערן.

וואס איך הייס דיר, פאלגסטו אויפן מינוט, אן דארפן צוויי מאל בעטן, און אויב ברויך איך גלייך דערנאך נאך עפעס פון דיר, אפילו דו האסט מיר עס שוין אזוי פיל מאל געגעבן. און ס'קען גאר זיין אז דו האסט מיר עס געגעבן מיט צוויי מינוט פריער, דאך וועסטו מיר עס נאכאמאל מיט א רואיגקייט געבן,

איך טראכט פון דיר סיי ווען איך לייג זיך שלאפן, און גלייך אינדערפרי ביסטו ס'ערשטער אויף מיין געוויסן. נישט קיין חילוק אין וועכע מצב, פרי צו שפעטע צייטן קען איך אנקלַאפן ביי דיר, און דו ענטפערסט מיר גלייך מיט א איידל שטילקייט.

אבער טייערע חבר, הלוואי ווען איך וואלט ווען געקענט ענדיגן די בריוו דא.

ס'איז אבער דא זאכן וואס קומט פון דיר מיין בעסטע חבר, אבער די זאכן בארירט און טוט מיר זייער וויי.


דו שטעלסט אן א פנים ווי דו ביסט מיין בעסטער חבר, אבער טיף אינעווייניג אין הארץ ווייס איך אז דאס איז אלעס פאלש. דו ביסט מיר א פאלשע חבר. דו ביסט טאקע א שטילער, אבער מיט דיין קורצע שטילקייט קענסטו מיר צומאל צושטערן מיין גאנצע טאג.

איך פארשטיי אז ס'דא מצבים וואס דו ביסט לאנגווייליג, אסאך שעות בין איך טאקע אוועק פון דיר. און דאס איז ווייל איך וויל זיין א נארמאלע מענטש, און געווענליך נארמאלע מענטשן דרייען זיך נישט נעבן דיר.

סתם אזוי קוקסטו ניטאמאל אויף מיין זייט, דו שטייסט ווי א קלאץ. אבער פלוצלינג ווען דו ביסט געדרוקט, הערשט דעמאלטס קומסטו צו מיר. דו ווארטסט מ'זאל דיר צוקוועטשן, און דעמאלטס ריקסטו זיך אן כאילו דו ביסט בעל הבית.

איך קען זאגן מיט א פילע מויל אז אן דיר וואלט איך געהאט אסאאך מער צייט אין טאג. אן דיר וואלטן מיינע מלמדים און מגיד שיעורים זיך נישט אזויפיל גערעגט אויף מיר. און מיין בעל הבית אין די ארבעט וואלט מיר שוין לאנג געגעבן א רעיז.

דעריבער האב איך אפגעמאכט אז איך וועל פון דיר אפהאקן. איך וויל דיר מער נישט קענען! און איך וועל אנזאגן מיינע חברים זיך נישט צו אנקלעבן אין דער.

רבותי!! האקטס אפ פון דעי סנאז קנעפל אויפן וועקער זייגער! ער פאלגט דיר טאקע ווי א טאטע'לע. אבער ער רייסט דיין צייט! ער דעסטרויד דיין טאג!! דו צאלסט פאר קאר סערוויס פאר דיינע קינדער וואס שפעטיגן די באס נאר צוליב אים! האקטס אפ פון אים!!!

Re: אפגעהאקט פון מיין גוטע חבר!

געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 04, 2025 6:47 pm
דורך never say never
וואף

Re: אפגעהאקט פון מיין גוטע חבר!

געפאוסט: זונטאג יאנואר 05, 2025 1:08 am
דורך Yankel
סטאפ צו ניצען א וועקער זייגער!

Re: אפגעהאקט פון מיין גוטע חבר!

געפאוסט: זונטאג יאנואר 05, 2025 2:40 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
גוט גוט גוט. אבער גראדע זייט די Pom סעלפאן האט עפעס פארטוישט מיט די סנוז ריקערס און ווען איך דרוק די קנעפלעך ווערט עס Ignore, האב איך שוין טאקע נישט קיין סנוז. (אבער... איך פארשלאף טאקע אסאך מאל....)

Re: אפגעהאקט פון מיין גוטע חבר!

געפאוסט: זונטאג יאנואר 05, 2025 3:14 pm
דורך שאינו יודע לשאול
חזרה שאדט נישט...

viewtopic.php?t=1939

Re: אפגעהאקט פון מיין גוטע חבר!

געפאוסט: זונטאג יאנואר 05, 2025 4:32 pm
דורך יוחנן כהן
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יאנואר 05, 2025 3:14 pm חזרה שאדט נישט...

viewtopic.php?t=1939
אמת!

כ'האב הנאה אז דו געדענקסט מיינע זאכן

Re: אפגעהאקט פון מיין גוטע חבר!

געפאוסט: זונטאג יאנואר 05, 2025 9:07 pm
דורך שמח
Yankel האט געשריבן: זונטאג יאנואר 05, 2025 1:08 am סטאפ צו ניצען א וועקער זייגער!
ווילאנג נעמט צו טרענירן דעם מח צו אויפשטיין און א וועקער זייגער?

Re: אפגעהאקט פון מיין גוטן חבר

געפאוסט: זונטאג מאי 04, 2025 12:02 am
דורך בודקע
@יוחנן כהן , דו האסט אינטערעסאנטע חברים 😉 טאקע צייט אפצוהאקן..

Re: אפגעהאקט פון מיין גוטע חבר!

געפאוסט: זונטאג מאי 04, 2025 12:03 am
דורך בודקע
שמח האט געשריבן: זונטאג יאנואר 05, 2025 9:07 pm
Yankel האט געשריבן: זונטאג יאנואר 05, 2025 1:08 am סטאפ צו ניצען א וועקער זייגער!
ווילאנג נעמט צו טרענירן דעם מח צו אויפשטיין און א וועקער זייגער?
כ'מיין אז זייער לאנג..
ס'קומט נישט ביי די 60 עידזש בערך??