מאי זאת חנוכה?

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 484
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 871

מאי זאת חנוכה?

פאוסט דורך צווייטער »

זאת חנוכה תשפ''ה! מ'האלט שוין דארטן אין אפאר שעה. וועל איך שרייבן וואס ליגט מיר אויפן געוויסן.

יום ז' חנוכה (ערב זאת חנוכה) תשפ''ט
זאג נאר, האסט שוין איינגעפאסט? פרעגט מיר מיין חבר.
איינגעפאסט? פארוואס?? פרעג איך צוריק.
וואס פארשטייסטו נישט? פרעגט ער צוריק מיט וואונדער. דו ווייסט נישט אז זאת חנוכה פאסט מען און מ'איז אין ביהמ''ד אגאנצן טאג?
***
היינט צופרי איך קום אן אין ביהמ''ד און איך זע די ווענט פון בימ''ד באהאנגן מיט צעטלעך ''סדר יום זאת חנוכה'', ווי עס ווערט געמאלדן די מנינים צו מסיים זיין תהלים. איין מנין תהלים וועט זיין ביי חצות הלילה, די נעקסטע אום פינעף אזייגער בקדרותא דצפרא, און נאכאיינס בשעת נעילת היום בשעה 3:30 אחה''צ.
ווער וויל דען פארפאסן די יום מסוגל לישועות, א טאג וואס דער הייליגער רוזינ'ער זי''ע האט געזאגט ''וואס דער כהן גדול קען אויפטון ביום הקדוש לפני ולפנים, קען יעדער איד אויס'פועל'ן ביום זאת חנוכה!!''
***
טייערע חשוב'ע לעכטיגע אידן! זאת חנוכה איז נישט קיין יום תפילה! זאת חנוכה איז די לעצטע טאג פון אכט וואס איז נתקן געווארן דורך חכמינו ז''ל הקדושים להודות ולהלל!! ביי צדיקים וחסידים האט מען די טאג געפראוועט מיט הלל והודאה מיט דערהויבענקייט און מיט סעודות רחבות לכבוד היום.

האלא, קאם אן.. וואס באדערט דיר אז אידן זאגן תהלים?
ס'באדערט מיר גארנישט, זאלן זיי זאגן תהלים און ס'זאל נתקבל ווערן לרחמים ולרצון און זיי זאלן געהאלפן ווערן מיט וואס זיי דארפן.

הערטס איס מורי ורבותי, שבת איז א דערהויבענע טאג, פסח איז א דערהויבענע טאג, ראש השנה איז א דערהויבענע טאג, און זאת חנוכה איז א דערהויבענע טאג.
אלעס זענען זייער דערהויבנע טעג, אבער יעדער טאג האט זיין באזונדערע ענין מיט וואס ער איז דערהויבן, און יעדער דערהויבענער טאג האט זיין עבודה וויאזוי אויסצוניצן זיין דערהויבענקייט.

שבת איז הייליג, שבת האט זיין אופן וויאזוי ער ווערט געפראוועט.
פסח איז הייליג און דערהויבן, פסח האט זיין אופן וויאזוי ער ווערט געפראוועט.
זאת חנוכה איז הייליג און אויף עפעס א בחינה זאגט דער הייליגער רוזינ'ער זי''ע פחדים'דיגע ווערטער אז א יעדער פשוט'ע איד קען פועל'ן ווי דער כהן גדול לפני ולפנים! א פחד אפילו נאכצוזאגן! לעילא לעילא מן כולא! אבער זאת חנוכה האט זיין אופן וויאזוי מ'פראוועט זיין דערהויבענקייט.

אויב פסח פראוועט מען א סדר מיט מצה ומרור ושאר מצוות היום צו פייערן חירות וגאולה, און ראש השנה בלאזט מען שופר צו אויפוועקן די הערצער און אויסצורופן מלוכת הקב''ה, און יום כיפור זיצט מען אין ביהמ''ד בצום ובתפילה אויף טהרה ומחילת עוונות, פראוועט מען זאת חנוכה מיט זיין עבודה. היינט וועט מען מיט מער כוונה צינדן די הייליגע לעכט, מער זיך מתבונן זיין אין תוקפו של נס, מער זיך מתבונן זיין אין אהבת וחביבות הקב''ה לעמו ישראל אויף וואס די גאנצע נס חנוכה ווייזט. מער אריינגיין ווייטער און ווייטער כל אחד לפום השגתו ותכונת נפשו.

זאת חנוכה וועט מען פראווענען מער דערהויבענע הלל והודאה, אביסל ארויסגיין פונעם 'מלומדה' אין אביסל אריינגיין אין די פסוקי ההלל.
זאת חנוכה וועט מען לויבן דעם אויבערשטען ווי גרויס ס'איז די מהולל שם ה', אביסל אריינברענגן דעם המשפילי לראות בשמים ובארץ ביי זיך אין הארץ.
זאת חנוכה וועט מען מער זיך אנכאפן אינם זכיה פון זיין ''היתה יהודה לקדשו ישראל ממשלותיו'', זיך דערמאנען אינעם התגלות אלקית פון מלפני אדון חולי ארץ, ווען ס'איז געווען אפן און זעהבאר די מלפני אלוק יעקב. און זיך צוריקבענקן צו די ליכטיגע צייטן ווען ס'וועט שוין זיין לא לנו ה' לא לנו כי לשמך תן כבוד. זיך אנכאפן אינעם ישראל בטח בה', ווייל עזרם ומגינם הוא, דער אויבערשטער איז אונזער העלפער און באשיצער אויף אייביג.
אונזער אייביגע נצחיות, אוי אוי אוי דלותי ולי יהושיע, אפילו איך בין דל איך האב גארנישט נאכאלס נאה להושיע, יסור יסרני קה, אפילו מיר זענען אזוי מיוסר מיט כל מיני יסורים יעצט אין גלות בין איך אבער פארזיכערט אז ולמוות לא נתנני, דער רבש''ע וועט מיר נישט איבערלאזן פאר אייביג, מיר וועלן אלע נאך זוכה זיין צום יום עשה ה' און נגילה ונשמחה בו.

פסח ביים סדר זענען אלע טויערן אפן, ס'וועט קיינעם נישט בייפאלן צו מאכן א מנין תהלים צו אויסניצן די געלעגנהייט אריינצוכאפן ישועות. ווייל די אופן אריינצוגיין אין די טויערן איז דורך די מצוות היום.

זאת חנוכה קען מען אלעס פועל'ן, אלע טויערן זענען אפן, אבער לאמיר נישט פארטוישן די יוצרות. לאמיר זיך מדבק זיין מיט די מצוות היום, לאמיר דאנקן און לויבן מיט א שמחה, נישט ווי אין א יום תפילה, לאמיר פראווענען ליכטיגע סעודות לכבוד היום און ארויסגיין מיט דערהויבנקייט אנגעזאפט מיט קדושה, און אודאי וועט דער אויבערשטער אראפשיקן ישועות בגשמיות וברוחניות בכלל ובפרט אמן.

אגב, לה' הישועה על עמך ברכתך סלה.
זאגט רש''י, עליו להושיע את עבדיו ואת עמו, ועל עמו מוטל לברך ולהודות לו סלה:


קרעדיט @שאול ידידיה אייוועלט
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4832
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14412

Re: מאי זאת חנוכה?

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

א גאר רעלעוואנטע נקודה.

דער היינטיגער דור... מ'ווייס שוין נישט ווי איין ווי אויס...

פורים זיצט ער מיטן תהילימ'ל און זיפצט ארויס עצבות'דיגע קרעכצן, ווייל מ'קען פועלן, העלאו?! פועל דורך שמחה! ניין, ס'איז דאך אן ערנסטער צייט...

שביעי של פסח ווען דער עולם טאנצט שירה, זיצט ער ווייטער מיטן תהילימ'ל, ר' אלימלך בידערמאן שליט"א האטעך געזאגט אז אויב מ'זאגט אויס צוויי מאל תהילים ווערט מען א חתן... יא יא, אבער דאס איז נאר אויב מ'זאגט עס אום שביעי של פסח, דו האסטעך קיין שביעי של פסח נישט ...

וכהנה וכהנה, אינטערסאנט איז נאר אז דער זעלבער יונגערמאן וואס ציט ארויף אין די שווערע הונדערטערס פאר די זאת חנוכה עליה, האט נישט אינזין געהאט די צווייטע האלב הלל, ווייל ער איז געווען ביזי קאנפירמען מיטן גבאי אז ער באקומט טאקע די עליה... פרעג אים צי ער ווייסט אז הלל האבן די רבנן מחייב געווען, און די עליה איז א סגולה וואס איז נתחדש געווארן אין אונזערע צייטן. קוקו.

שיין גענאגלט.
שרייב פאוסט