בלאט 1 פון 1

היינט געוואויר געווארן אז…

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:32 pm
דורך בן נביאים
דא זאל מען שרייבן זאכן וואס מ' האט קיינמאל געוויסט/געמיינט אנדערש, און יעצט אויסגעפינען

אדער זאכן וואס מ' האט אמאל נישט געוויסט/געמיינט אנדערש, אפילו מ' ווייסט שוין לאנג איז אינטערסאנט דא צו שרייבן

Re: קיינמאל געוויסט, יעצט געוואר געווארן

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:41 pm
דורך בן נביאים
וזה החלי

איך האב אייביג געמיינט אז דער ש"ך עה"ת און ש"ך אין ש"ע איז דער זעלבער מחבר

היינט בין איך געוואר געווארן, אז דער ש"ך עה"ת איז א פריערדיגער מתלמידי האר"י הק' זי"ע

נאכמער, גדולים וטובים ממנו האבן געמאכט די טעות

הגאון רבי מאיר הערש גרינבוים ז"ל (נפטר לאחרונה) בספרו צדיקים קרויין חיים, תורות ליארצייט, שרייבט א תורה פון ש"ך עה"ת ביי די יארצייט פון ש"ך על שו"ע

Re: קיינמאל געוויסט, יעצט געוואר געווארן

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 5:04 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
בן נביאים האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:41 pm וזה החלי

איך האב אייביג געמיינט אז דער ש"ך עה"ת און ש"ך אין ש"ע איז דער זעלבער מחבר

היינט בין איך געוואר געווארן, אז דער ש"ך עה"ת איז א פריערדיגער מתלמידי האר"י הק' זי"ע

נאכמער, גדולים וטובים ממנו האבן געמאכט די טעות

הגאון רבי מאיר הערש גרינבוים ז"ל (נפטר לאחרונה) בספרו צדיקים קרויין חיים, תורות ליארצייט, שרייבט א תורה פון ש"ך עה"ת ביי די יארצייט פון ש"ך על שו"ע
wow פאר מיר אויך א חידוש

Re: קיינמאל געוויסט, יעצט געוואר געווארן

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 6:04 pm
דורך נישט קיין בהלה
לעצטנס געוואר געווארן אז די רמ"א האט געלעבט סאך לענגער ווי 33 יאר, די מיינונג אז ער האט געלעבט בלויז אזויפיל איז נישט וואר, ער האט געלעבט איבער 40 יאר. עס איז באשריבן באריכות אין די נייע מהדורה פון שו"ת רמ"א מיט כמה הוכחות דערויף.

Re: קיינמאל געוויסט, יעצט געוואר געווארן

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 11:34 pm
דורך בן נביאים
אויפן ש"ך פון ש"ע זאגט מען אויך ער איז נפטר געווארן ביי די 36 יאר,און רוב שניו איז ער געווען נע ונד

איז דאס אמת?

Re: היינט געוואויר געווארן אז…

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 1:30 pm
דורך אמת ואמונה
איחוד הצלה און מד"א אין א"י, בעטן געלט צו טראגן א פאציענט אין שפיטאל אדער פאר אנדערע באהאנדלונגען...

Re: היינט געוואויר געווארן אז…

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 2:41 pm
דורך שוהם
אמת ואמונה האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 1:30 pm איחוד הצלה און מד"א אין א"י, בעטן געלט צו טראגן א פאציענט אין שפיטאל אדער פאר אנדערע באהאנדלונגען...
מד"א יא איחוד נישט.

למעשה איז עס בעיקר נוגע פאר געסט ווייל מד"י האט יוניווערסעל העלטקעיר.

Re: היינט געוואויר געווארן אז…

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 3:54 pm
דורך וויענער חסיד
אז לעיזער קרויס פון קול מבשר הייסט שעי איצקאוויטש

Re: היינט געוואויר געווארן אז…

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 4:00 pm
דורך ארבעט זאנע
וויענער חסיד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 3:54 pm אז לעיזער קרויס פון קול מבשר הייסט שעי איצקאוויטש
דאס אז ער הייסט נישט באמת אליעזר קרויס, דאס איז שוין א אלטע זאך
אבער זיין "אמתע" נאמען האלט איך אין איין הערן אנדערע נעמען

איינער האט אפשר א בילד פון אים?

Re: היינט געוואויר געווארן אז…

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 6:30 pm
דורך אמת ואמונה
ארבעט זאנע האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 4:00 pm
וויענער חסיד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 3:54 pm אז לעיזער קרויס פון קול מבשר הייסט שעי איצקאוויטש
דאס אז ער הייסט נישט באמת אליעזר קרויס, דאס איז שוין א אלטע זאך
אבער זיין "אמתע" נאמען האלט איך אין איין הערן אנדערע נעמען

איינער האט אפשר א בילד פון אים?

Re: היינט געוואויר געווארן אז…

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 6:33 pm
דורך אמת ואמונה
שוהם האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 2:41 pm
אמת ואמונה האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 1:30 pm איחוד הצלה און מד"א אין א"י, בעטן געלט צו טראגן א פאציענט אין שפיטאל אדער פאר אנדערע באהאנדלונגען...
מד"א יא איחוד נישט.

למעשה איז עס בעיקר נוגע פאר געסט ווייל מד"י האט יוניווערסעל העלטקעיר.
אה, למעשה הער איך אז איחוד איז עפ"ר נישט אויסגעשטעלט אריינצופירן אין שפיטאל, געווענליך געבן זיי נאר ערשטע הילף און מד"א טראגט אין שפיטאל פאר געלט.

Re: היינט געוואויר געווארן אז…

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 8:48 pm
דורך מהודר
ארבעט זאנע האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 4:00 pm
וויענער חסיד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 3:54 pm אז לעיזער קרויס פון קול מבשר הייסט שעי איצקאוויטש
דאס אז ער הייסט נישט באמת אליעזר קרויס, דאס איז שוין א אלטע זאך
אבער זיין "אמתע" נאמען האלט איך אין איין הערן אנדערע נעמען

איינער האט אפשר א בילד פון אים?
ער הייסט קלאר ישעיה איצקאוויטש.
זעה דא https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=69541
און דא https://yi.hamichlol.org.il/%D7%A8%D7%9 ... 7%99%D7%A1

Re: היינט געוואויר געווארן אז…

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 11:50 am
דורך ארבעט זאנע
אמת ואמונה האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 6:30 pm
ארבעט זאנע האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 4:00 pm
וויענער חסיד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 3:54 pm אז לעיזער קרויס פון קול מבשר הייסט שעי איצקאוויטש
דאס אז ער הייסט נישט באמת אליעזר קרויס, דאס איז שוין א אלטע זאך
אבער זיין "אמתע" נאמען האלט איך אין איין הערן אנדערע נעמען

איינער האט אפשר א בילד פון אים?
א דאנק פאר שיקן.

מיין פילטער לאזט עס אבער נישט דורך.

Re: היינט געוואויר געווארן אז…

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 2:23 pm
דורך זאנוויל ראזענבערג
אז נאך א שמעניא פון יארן וואס די וועלט פארמאגט א "דינאמישער אדמיניסטראטאר", האמער שוין אויך א "דינאמישער ראש ישיבה".

לעחאיעם.

Re: היינט געוואויר געווארן אז…

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:52 pm
דורך שאינו יודע לשאול
דינאמיש מיינט אז דער מענטש פארמאגט עטליכע שיכטן צו זיך, "דיינעמיקס" בלע"ז. א ר"י וואס טוט אין ביזנעס, בויט שטעטלעך, און נאך, איז דינאמיש. כנלע"ד.

Re: היינט געוואויר געווארן אז…

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:53 pm
דורך בודקע
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:52 pm דינאמיש מיינט אז דער מענטש פארמאגט עטליכע דינאמיקס צו זיך, "דיינעמיקס" בלע"ז. א ר"י וואס טוט אין ביזנעס, בויט שטעטלעך, און נאך, איז דינאמיש. כנלע"ד.
8-)

Re: היינט געוואויר געווארן אז…

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 6:20 pm
דורך שאינו יודע לשאול
סאררי, איך האב מיך פארמישט מיט זיין ברודער, מיינעך.

אדער געמאכט א קוגל פון אלע ברודער צוזאמען...

Re: היינט געוואויר געווארן אז…

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 8:31 pm
דורך מהודר
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 6:20 pm סאררי, איך האב מיך פארמישט מיט זיין ברודער, מיינעך.

אדער געמאכט א קוגל פון אלע ברודער צוזאמען...
ס'איז דא דריי ברודער שלום, יואלי, און משה

Re: קיינמאל געוויסט, יעצט געוואר געווארן

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 9:47 pm
דורך Think and Thank
בן נביאים האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 11:34 pm אויפן ש"ך פון ש"ע זאגט מען אויך ער איז נפטר געווארן ביי די 36 יאר,און רוב שניו איז ער געווען נע ונד

איז דאס אמת?

כמדומה לי אז דער ש"ך איז געווען 42 יאר ביי זיין פטירה.

רוב שניו לכאורה נישט, אבער ער האט היבש געליטן ביי די פאגראמען אין יאר תט"ו (א המשך פון ת"ח ת"ט) ווען ער האט געמוזט אנטלויפן פון ווילנא.

אגב, די באקאנטע מעשה מיט זיין טאכטער אסתר איז נישט געשען, נישט דעמאלס און נישט א צווייטע מאל.

Re: קיינמאל געוויסט, יעצט געוואר געווארן

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 9:49 pm
דורך Think and Thank
נישט קיין בהלה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 6:04 pm לעצטנס געוואר געווארן אז די רמ"א האט געלעבט סאך לענגער ווי 33 יאר, די מיינונג אז ער האט געלעבט בלויז אזויפיל איז נישט וואר, ער האט געלעבט איבער 40 יאר. עס איז באשריבן באריכות אין די נייע מהדורה פון שו"ת רמ"א מיט כמה הוכחות דערויף.

איך האב עס לעצטנס גרונטליך דורכגעטון. כ'מיין אז ס'נישטא קיין הוכחות אויף די פונקטליכע יארגאנג ווי אלט ער איז געווען, און לדעתי איז די מערסטע מסתבר אז ער איז געווען ארום 40 יאר ביי זיין פטירה (און לויט דעם איז ער געווען אינ'ם זעלבן יארגאנג ווי זיין רביצין, וואס איז אוועק אין יאר שי"ב אלט זייענדיג ארום 20 יאר אלט).

אגב, דאס אז ער איז אוועק בשנת של"ג איז אויך א גרויסע מבוכה צו ס'איז אמת אדער ער איז אוועק של"ד.

Re: היינט געוואויר געווארן אז…

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 10:00 pm
דורך וויענער חסיד
95 פראצענט מענטשען וואס פארלירען וואג באקומען עס צוריק דורעכן לעבן