בלאט 1 פון 1

קאמיקס סליידס

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 9:27 am
דורך גייזער
די קינדער אין שטוב געבן איבער אז נעכטן האט ר' שמעון יואל קליין געמאלדן אויף קול מבשר אז ער קומט ארויס מיט א נייע זאך
קאמיקס סליידס
וואו מ'וועט קענען האבן פאר ביליגע פרייזן שיינע נייע סליידס פון הויכע קוואליטעט
איינער האט מער פרטים? ס'גייט ארויסקומען יעדע חודש? וואו קען מען עס קויפן?
ביטע לאזן וויסן

Re: קאמיקס סליידס

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 2:07 pm
דורך יוחנן כהן
אזויווי קידסלייד פון ווקסברגר?

Re: קאמיקס סליידס

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 5:03 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
ער האט עס געמאלדן אויף א חנוכה שמועס מיט וועלוול שמעלצער. עס גייט זיין אזא פראפעשענאל פראדזשעקט "צו דינגען" מיט א אינסטראקטאר וואס קומט אראפ עס שפילן. ער זאגט אז פשוט מען האלט אים אין איין רופן אויף פעלצער און ער קען נישט אזויפיל ארומפארן, איז אים בייגעפאלן די געדאנק פון שיקן א צווייטן מיט א סלייד.. מיט א רעקארדינג ווי ער דערציילט א מעשה און מאכט א פארשטעלונג.

Re: קאמיקס סליידס

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 10:21 pm
דורך שמעון יואל
יישר כח ר' גייזער פאר'ן עפענען דעם טעמע.
פאזע נומער איינס פון די קאמיקסליידס איז טאקע צו פארדינגען, אבער בסייעתא דשמיא איז דא פיל א ברייטערע וויזיע ווי בלויז דאס.
עס איז נאך אביסל צו פרי צו רעדן דערפון יעצט. משיח זאל אוודאי פריער קומען.

דא קענט איר זען דעם פרישן לאגא בעזרת השם.