בלאט 1 פון 2
רציחה אויף ראבערט בּרוּקס דורך ניו יארקער קאָרעקשאָן פאליציי
געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 28, 2024 8:35 pm
דורך גרינגראז
פרייטאג האט נ.י. אטוירני דזשענעראל דזשעימס ארויסגעגעבן די ווידיאו פון די פאליציי'ס באדי קעמערעס, וואו מ' זעהט וואו די טונקל-הויטיגע ראבערט בּרוּקס ווערט גע'הרג'עט פארלאפענע מאנטאג וישלח דורך די פאליציי אין תפיסה, זייענדיג איין פארשוין קעגן 14 באוואפענטע פאליציאנטן.
Re: רציחה אויף ראבערט בּרוּקס דורך נ.י. קארעקשאָן פאליציי.
געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 28, 2024 8:38 pm
דורך גרינגראז
ברויך האבן א שטארקע הארץ צו קוקן די ווידיאו.
לינק צו די זייטל פון אטוירני דזשענעראל דזשעימס.
https://ag.ny.gov/osi/footage/robert-brooks
Re: רציחה אויף ראבערט בּרוּקס דורך נ.י. קארעקשאָן פאליציי.
געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 28, 2024 8:45 pm
דורך גרינגראז
לויט די נייעס קוועלער איז בּרוּקס געווען געקייטעלט בשעת די פאליציי האבן זיך אויפגעפירט צו אים גאר אגרעסיוו, וואו שלאגן מיט א שיך אויף זיין טשעסט, און נאך וואס מ' קען נישט שרייבן...
בּרוּקס איז אומגעקומען א טאג דערויף.
Re: רציחה אויף ראבערט בּרוּקס דורך נ.י. קארעקשאָן פאליציי.
געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 28, 2024 8:48 pm
דורך גרינגראז
נ.י. גובערנאטאר האוקעל האט גערופן אפצוזאגן די 14 פאליציאנטן.
Re: רציחה אויף ראבערט בּרוּקס דורך נ.י. קארעקשאָן פאליציי.
געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 28, 2024 10:35 pm
דורך וואוילער
גדר פילטער האלט אז כ'בין נישט ראוי צו זעהן די ווידיאוס
Re: רציחה אויף ראבערט בּרוּקס דורך נ.י. קארעקשאָן פאליציי.
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 29, 2024 12:22 am
דורך פופציגער
מהאט אים סתם במזיד אוועקגעלייגט? וואס איז די אנגעבליכע געשיכטע?
Re: רציחה אויף ראבערט בּרוּקס דורך נ.י. קארעקשאָן פאליציי.
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 29, 2024 1:00 pm
דורך Spa 42
וואוילער האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 28, 2024 10:35 pm
גדר פילטער האלט אז כ'בין נישט ראוי צו זעהן די ווידיאוס
נאַדיר א קליינע חלק פונעם ווידיאו וואו מ' זעהט ווי די פאליציי הייבן אויף בּרוקס ביים האלז, בשעת א צווייטער האקט אים מיט א שיך אויפן הארץ.
נישט פאר שוואכע הערצער.
בילד פון אינמיטן די רציחה.

- AP24362720780124-696x395.jpg (50.88 KiB) געזען געווארן 1390 מאל
Re: רציחה אויף ראבערט בּרוּקס דורך נ.י. קארעקשאָן פאליציי.
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 29, 2024 1:49 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 29, 2024 12:22 am
מהאט אים סתם במזיד אוועקגעלייגט? וואס איז די אנגעבליכע געשיכטע?
די רוצחים האב מסתמא געהאלטן אז ער מאכט זיך ווי ער האט נישט קיין כח כדי זיי זאלן זיך נישט קענען געהעריג באוועגן מיט אים. ממילא האבן זיי אים געשטויסן ער זאל אנהייבן קאאפערירן.
(עס איז א שווערע אבער מענטשליכע טעות וואס מאכט זיך ליידער ביי אידישע קינדער אויך, מיט אנדערע סארט רציחה. ירחם ה').
Re: רציחה אויף ראבערט בּרוּקס דורך נ.י. קארעקשאָן פאליציי.
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 29, 2024 3:54 pm
דורך חנן
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 29, 2024 1:49 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 29, 2024 12:22 am
מהאט אים סתם במזיד אוועקגעלייגט? וואס איז די אנגעבליכע געשיכטע?
די רוצחים האב מסתמא געהאלטן אז ער מאכט זיך ווי ער האט נישט קיין כח כדי זיי זאלן זיך נישט קענען געהעריג באוועגן מיט אים. ממילא האבן זיי אים געשטויסן ער זאל אנהייבן קאאפערירן.
(עס איז א שווערע אבער מענטשליכע טעות וואס מאכט זיך ליידער ביי אידישע קינדער אויך, מיט אנדערע סארט רציחה. ירחם ה').
אויף דעם ווידעא אויבן זעט מען ווי מ'שלאגט אים אויף אזא פארנעם אז ס'איז פשוט נישט מעגליך זיך צו רירן נאכדעם.
Re: רציחה אויף ראבערט בּרוּקס דורך נ.י. קארעקשאָן פאליציי.
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 29, 2024 6:30 pm
דורך פעיק ניוז
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 29, 2024 1:49 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 29, 2024 12:22 am
מהאט אים סתם במזיד אוועקגעלייגט? וואס איז די אנגעבליכע געשיכטע?
די רוצחים האב מסתמא געהאלטן אז ער מאכט זיך ווי ער האט נישט קיין כח כדי זיי זאלן זיך נישט קענען געהעריג באוועגן מיט אים. ממילא האבן זיי אים געשטויסן ער זאל אנהייבן קאאפערירן.
(עס איז א שווערע אבער מענטשליכע טעות וואס מאכט זיך ליידער ביי אידישע קינדער אויך, מיט אנדערע סארט רציחה. ירחם ה').
געמיינט, טעות... טו א טובה.
א כאפטע רוצחים.
Re: רציחה אויף ראבערט בּרוּקס דורך נ.י. קארעקשאָן פאליציי.
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 29, 2024 9:20 pm
דורך א געזונטער
וואס האט ער חוטא געווען?
Re: רציחה אויף ראבערט בּרוּקס דורך נ.י. קארעקשאָן פאליציי.
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 29, 2024 9:54 pm
דורך פשוט און גראד
שוין באזוכט עטליכע תפיסות און גערעדט מיט מערערע אידישע ארעסטאנטן און די לעצטע 10 יאר.
ברוטאליטעטן אין תפיסות (אין די גאנצע וועלט) איז ליידער זייער טיף איינגעווארצלט, מען טרענירט די וועכטערס צו זיין פסיכילאגיש העכער און שטערקער און רעדן צום ארעסטאנט מיט א שטרענגע און אטוריטעטיווע שפראך.
אויך ווערן זיי טרענירט צו ניצן מאכט ווי נאר עס דאכט זיך זיי אז מען פאלגט נישט (זיי דארפן אבער דאן אויספילן א ריפארט - א זאך וואס זיי גלייכן נישט צוליב עס האלט חשבון וויפיל מאל ער האט גענוצט די ידים).
ווען עס קומט א ווארט אקעגן א ווארט, איז דער וועכטער אייביג באגלייבט. און דארט איז נישט דא די בענעפיט פון ציווילע עדות ווייל אלע ארומיגע זענען דאך פארברעכערס וואס זייער ווארט איז שוואכער און מיט "נגיעות" אקעגן די וועכטערס.
בכלל האבן די ארעסטאנטן מורא פון זיין עדות פאר א צווייטען, וויסענדיג אז די וועכטערס וועלן, בלי ספק, זיך מיאוס נוקם זיין אין אים.
מה יעשה הבן שלא יחטא, דער וועכטער, טרענירט אין מארשל-ארט, אן קיין מורא פון קיינעם, האט זיך גענומן שמייסן און אפי' הרגענען וועם ער האט געוואלט.
די לעצטע 20 יאר האט מען גענומען אינסטאלירן קעמרעס אין אלע תפיסות. אבער די קעמרעס קענען דאך נישט קאווערן יעדע ווינקל, און די וועכטערס האבן גאנץ גוט געוויסט ווי די בליינד ספאטס זענען און אהינגעשלעפט זייערע קרבנות און דערנאך געפיילט א ריפארט פון "דער ארעסטאנט האט אנגעהויבן" און געוויסע פעלער פשוט אריינגעלייגט דעם ארעסטאנט אין "טראנסיט סטעטוס" דאן טאר ער נישט שיקן קיין בריוו פאר קיינעם און נישט נוצען דעם טעלעפאון און קיינער אין די משפחה וועט האבן די מינדעסטע אנונג ווי וואס ווען עס טוט זיך מיט אים. ביז די וואונדען וועלן גענוג היילן אז עס זאל נישט בלייבן קיין שטארקע סימנים.
בכלל ווייסן די וועכטער גאר גוט וויאזוי צו אנהאקן און פייניגען א קרבן אן לאזן סימנים.
נאך אומצאליגע קלאגעס און ארויסגעליקע עפיזאדן פון ברוטאליטעטן האט מען האט אנגעהויבן צווינגען וועכטערס צו טראגן באדי-קעמרעס. כהיום האבן אסאך סטעיטס אנגעהויבן איינפירן אז פאליציי און קארעקשן אפיצירן מוזן האבן באדי-קעמס.
אויך קענען די וועכטער גוט מסדר זיין איינעם דורך אסאך אנדערע אופנים.
איך ווייס פון איינעם וואס זיי האבן פשוט נישט געעפענט יענעם'ס צעל טיר פאר איבער א וואך. נאכן זיי פארהאלטן האבן זיי זיך פארענפערט "סארי, עס איז געווען א מיסטעיק, מ'האט פשוט פארגעסן..."
אין א צווייטע געלעגנהייט האבן זיי (פאלש) געמאלדן פאר איינע פון די תפיסה גענגס אז דער ארעסטאנט האט זיי גע'מוסר'ט פאר די אוטאריטעטן, און געלאזט די גענג חברה אויספירן די דזשאב...
מען קען שרייבן און שרייבן מעשיות און עפיזאדן ביז מארגן.
איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן אין וויזיטינג רום (דארט וועלן זיי אייביג עקטן אויסטערליש פרענדלי צוליב די אוועזענדע ציווילע וויזיטערס) ווי דער ווארדן בכבודו ובעצמו האט אדורך שפאצירט און זיך אפגעשטעלט ביי א 75'יעריגע ווייסע ארעסטאנט וואס איז געזיצן מיט זיין ווייב, "וויפיל נאך צו גיין?" האט ער געפרעגט מיט א ברייטע שמייכל, "12 יאר" איז געווען דער ענטפער. מיטן זעלבן שמייכל רופט ער זיך אן Good for you און ווייטער שפאצירט.
איך האב מיטגעהאלטן וויאזוי זיי האבן געצאפט דאס בלוט אויף אלע מיני וועגן פאר א היימישע יוד פארן חטא פון האבן צופיל טעג וויזיטערס, כאטש די פארשריפטן ערלויבן עס, האט עס זיי געקרענקט.
credit @חיים אלכסנדר
Re: רציחה אויף ראבערט בּרוּקס דורך נ.י. קארעקשאָן פאליציי.
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 1:02 am
דורך משה שפילמאן
געמיינע מערדער!!
פשוט און פראסט!!
Re: רציחה אויף ראבערט בּרוּקס דורך נ.י. קארעקשאָן פאליציי.
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 1:08 am
דורך אנדערער
גרינגראז האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 28, 2024 8:48 pm
נ.י. גובערנאטאר האוקעל האט גערופן אפצוזאגן די 14 פאליציאנטן.
נישט געטוויט אז די תפיסות זענען סעיף?
Re: רציחה אויף ראבערט בּרוּקס דורך נ.י. קארעקשאָן פאליציי.
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 1:10 am
דורך וואוילער
כ'טוה נישט פארענטפערן די חברה, ספעציעל ווען כ'ווייס נישט די מציאות.
כ'בין נאר נייגעריג, ווייסן זיי נישט אז מ'קוקט זיי נאך? ס'דא קעמערעס, די וועלט זוכט זיי צו כאפן ביי די מעשה!
אפשר גאר האבן זיי דארט מורא געהאט פונעם שחור?
היינט איז דאך א וועלט וואו די פארברעכער האט פרייהייט...
Re: רציחה אויף ראבערט בּרוּקס דורך נ.י. קארעקשאָן פאליציי.
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 1:16 am
דורך אנדערער
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 1:10 am
כ'טוה נישט פארענטפערן די חברה, ספעציעל ווען כ'ווייס נישט די מציאות.
כ'בין נאר נייגעריג, ווייסן זיי נישט אז מ'קוקט זיי נאך? ס'דא קעמערעס, די וועלט זוכט זיי צו כאפן ביי די מעשה!
אפשר גאר האבן זיי דארט מורא געהאט פונעם שחור?
היינט איז דאך א וועלט וואו די פארברעכער האט פרייהייט...
ביסט שוין אמאל געווען אין א תפיסה? גערעדט צו איינעם וואס איז געווען?
Re: רציחה אויף ראבערט בּרוּקס דורך נ.י. קארעקשאָן פאליציי.
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 1:21 am
דורך וואוילער
אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 1:16 am
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 1:10 am
כ'טוה נישט פארענטפערן די חברה, ספעציעל ווען כ'ווייס נישט די מציאות.
כ'בין נאר נייגעריג, ווייסן זיי נישט אז מ'קוקט זיי נאך? ס'דא קעמערעס, די וועלט זוכט זיי צו כאפן ביי די מעשה!
אפשר גאר האבן זיי דארט מורא געהאט פונעם שחור?
היינט איז דאך א וועלט וואו די פארברעכער האט פרייהייט...
ביסט שוין אמאל געווען אין א תפיסה? גערעדט צו איינעם וואס איז געווען?
ניין ב״ה.
אבער איך האב שיך. שוין גערעדט צו א שחור. געזעהן א פאליס מען. געאטעמט שווער.
Re: רציחה אויף ראבערט בּרוּקס דורך נ.י. קארעקשאָן פאליציי.
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 1:31 am
דורך אנדערער
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 1:21 am
אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 1:16 am
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 1:10 am
כ'טוה נישט פארענטפערן די חברה, ספעציעל ווען כ'ווייס נישט די מציאות.
כ'בין נאר נייגעריג, ווייסן זיי נישט אז מ'קוקט זיי נאך? ס'דא קעמערעס, די וועלט זוכט זיי צו כאפן ביי די מעשה!
אפשר גאר האבן זיי דארט מורא געהאט פונעם שחור?
היינט איז דאך א וועלט וואו די פארברעכער האט פרייהייט...
ביסט שוין אמאל געווען אין א תפיסה? גערעדט צו איינעם וואס איז געווען?
ניין ב״ה.
אבער איך האב שיך. שוין גערעדט צו א שחור. געזעהן א פאליס מען. געאטעמט שווער.
רעד צו מענטשן וואס קענען די נושא. די גארדס זענען פשוט'ע מערדער
Re: רציחה אויף ראבערט בּרוּקס דורך נ.י. קארעקשאָן פאליציי.
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 3:08 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
דאס איז א ארעסטאנט? די פאליציי זענען טורמע וועכטער?
Re: רציחה אויף ראבערט בּרוּקס דורך נ.י. קארעקשאָן פאליציי.
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 10:52 pm
דורך נויז מאשין
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 1:10 am
כ'טוה נישט פארענטפערן די חברה, ספעציעל ווען כ'ווייס נישט די מציאות.
כ'בין נאר נייגעריג, ווייסן זיי נישט אז מ'קוקט זיי נאך? ס'דא קעמערעס, די וועלט זוכט זיי צו כאפן ביי די מעשה!
אפשר גאר האבן זיי דארט מורא געהאט פונעם שחור?
היינט איז דאך א וועלט וואו די פארברעכער האט פרייהייט...
Lol מורא געהאט פון א קראנקע אלטע מענטש אויפן א.ג. שפיטאל בעטל, פערצן בריונים ארום אים.
די קעמרעס האבן זיי טאקע פארלאשן פארדעם הערט מען נישט קיין אדיאו אבער די היינטיגע קעמרעס רעקארדן ווידיא אפילו ווען זיי פארלעשן עס.
אין א תפיסה האבן געווענליך די פארברעכער נישט קיין פרייהייט, ס'דא די גענגס וואס ראנען ווי א מאפיא אבער זייער מאכט איז באגרענעצט כלפי די
קארעקשן תפיסה באאמטע
פאר מער הער אויס ווי רובאשקין שילדערט די קלעפ וואס ער האט געכאפט פארן נישט ווילן גיין אן א קאפל, אדער הער אויס הרה"צ ר' יואלי ווייזער וואס האלט מיט שוידערליכע מעשיות פון די תפיסות.
די חרבן איז אבער אז דא גייט מערסטנס ווערן א ראסע פייט, און מ'ערווארט נישט קיין באדייטענדע שניום.
Re: רציחה אויף ראבערט בּרוּקס דורך נ.י. קארעקשאָן פאליציי.
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 5:43 pm
דורך נישט קיין בהלה
משה שפילמאן האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 1:02 am
געמיינע מערדער!!
פשוט און פראסט!!
אזעלכע זאכן מאכן ליידער איד אידישע קינדער יושבי חושך וצלמות, און ליידער איז די וועלט - איך רעד אפילו פון די אידישע - נישט גענוג אויף מיט דעם אז מען מיז זיי עפעס טוהן צו העלפן.
וואס מען קען זיי העלפן? איך ווייס נישט, אבער קוק ווי סאך זאכן צדק האט דעליווערט בעזר השם, איז דאך זיכער אז מיט ווייטערדיגע שתדלנות און עסקנות קען מען בעזר השם אויפטוהן אסאך.
Re: רציחה אויף ראבערט בּרוּקס דורך נ.י. קארעקשאָן פאליציי.
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 10:22 pm
דורך Think and Thank
נויז מאשין האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 10:52 pm
די קעמרעס האבן זיי טאקע פארלאשן פארדעם הערט מען נישט קיין אדיאו אבער די היינטיגע קעמרעס רעקארדן ווידיא אפילו ווען זיי פארלעשן עס.
איך טענה שוין לאנג (זייט ביי יעדע אינצידענט זענען די באדיקעמס מיסטעריעז פונקט געווען פארלאשן) אז די איינציגסטע וועג צו האבן עכטע עקאונטעביליטי ביי די פאליציי איז אויב שטעלט מען איין א סיסטעם אז אויב איז די באדיקעם פארלאשן איז דער פאליציאנט אויטאמאטיש נישט גערעכט. פרובירטס עס אויס וועט עטס זעהן ווי פלוצלונג וועלן אלע באדיקעמס אנהייבן צוריק צו ארבעטן.
אמאל האט מען געמוזט גלייבן דעם פאליציאנט משום ישוב העולם, ווייל ווען נישט וואלט יעדער פארברעכער גע'טענה'ט אז די מעשה איז נישט אמת. היינט אבער מיט גוטע קעמערעס איז נישטא קיין שום סיבה אין די וועלט פארוואס די ווארט פון א פאליציאנט זאל טראגן מער געוויכט ווי די ווארט פונ'ם באשולדיגטן, און אויב די קאמערע איז 'פונקט' פארלאשן איז דאס נאר א ריעותא אינ'ם פאליציאנט'ס ווערסיע.
Re: רציחה אויף ראבערט בּרוּקס דורך נ.י. קארעקשאָן פאליציי.
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 11:39 am
דורך פרישטאג
היימישע אידן ווערן אזוי צושלאגן? כ'מיין אז נישט
Re: רציחה אויף ראבערט בּרוּקס דורך נ.י. קארעקשאָן פאליציי.
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 12:29 pm
דורך יוחנן כהן
פרישטאג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 01, 2025 11:39 am
היימישע אידן ווערן אזוי צושלאגן? כ'מיין אז נישט
קוק וואס ער שרייבט פריער
viewtopic.php?p=142883#p142883
Re: רציחה אויף ראבערט בּרוּקס דורך נ.י. קארעקשאָן פאליציי.
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 4:33 pm
דורך שינאווער
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 29, 2024 1:49 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 29, 2024 12:22 am
מהאט אים סתם במזיד אוועקגעלייגט? וואס איז די אנגעבליכע געשיכטע?
די רוצחים האב מסתמא געהאלטן אז ער מאכט זיך ווי ער האט נישט קיין כח כדי זיי זאלן זיך נישט קענען געהעריג באוועגן מיט אים. ממילא האבן זיי אים געשטויסן ער זאל אנהייבן קאאפערירן.
(עס איז א שווערע אבער מענטשליכע טעות וואס מאכט זיך ליידער ביי אידישע קינדער אויך, מיט אנדערע סארט רציחה. ירחם ה').
וואס מיינט דעי אינטערשטע איינגערינגעטע.