בלאט 1 פון 1

זמן פון צינדן נרות חנוכה (אנקעטע)

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2024 5:27 pm
דורך שינאווער
ב"ה

קומטס אריין קלאר.

Re: זמן פון צינדען נרות חנוכה.

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2024 5:13 pm
דורך שינאווער
ווייסט איינער אפשר די מקורות פון דעם האלבן שעה געצינדאכץ?

Re: זמן פון צינדען נרות חנוכה.

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2024 1:44 am
דורך Yankel
שינאווער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2024 5:13 pm ווייסט איינער אפשר די מקורות פון דעם האלבן שעה געצינדאכץ?
גמרא מסכת שבת

Re: זמן פון צינדען נרות חנוכה.

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2024 1:51 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
שינאווער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2024 5:13 pm ווייסט איינער אפשר די מקורות פון דעם האלבן שעה געצינדאכץ?
ודע דאפילו הנוהגין תמיד להדליק אחר תפלת ערבית מן הנכון שיכינו עכ"פ השמן בתוך הנרות קודם תפילת ערבית כדי שיהיה מוכן תיכף אחר תפלת ערבית להדליק דאם יעשה הכל אחר תפלת ערבית בודאי יש לחוש שיעבור עיקר זמן הדלקתו והוא חצי שעה מדינא דגמרא

משנה ברורה תרע"ב סק"א

Re: זמן פון צינדען נרות חנוכה.

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2024 1:56 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
בית יוסף שם:

מצותה מסוף שקיעת החמה עד חצי שעה מן הלילה וכו' בפרק ב"מ (כא:) תניא מצותה משתשקע החמה עד שתכלה רגל מן השוק וכתבו הרי"ף והרא"ש כשיעור שתכלה רגל מן השוק הוי כמו חצי שעה אחר שקיעת החמה ומפרש בגמרא דהיינו לענין דאי לא אדליק מדליק וא"נ לשיעורא וכתב הרי"ף והרא"ש אי נמי לשיעורא כלומר שצריך ליתן שמן לתוכו כדי שתהא דולקת והולכת עד השיעור הזה אם היתה דולקת והולכת עד השיעור הזה ורצה לכבותה או להשתמש לאורה הרשות בידו ואהא דאמרינן דאי לא אדליק מדליק כתב הרא"ש אבל מכאן ואילך עבר הזמן הלכך אע"פ שמתרץ תירוץ אחר ראוי להחמיר ולהדליק נ"ח בתחלת הלילה ומשמע מדבריו דהיינו לכתחלה אבל אם עבר ולא הדליק ידליק מספק וכן כתבו התוס' בשם ר"י פורת ולא היה לו לרבינו לכתוב ודלא כהרמב"ם שכתב עבר זה הזמן אינו מדליק מאחר שאף לדברי האומר מדליק אינו מדליק אלא מספק:

Re: זמן פון צינדען נרות חנוכה.

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 5:45 pm
דורך נישט קיין בהלה
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 27, 2024 1:51 pm
שינאווער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2024 5:13 pm ווייסט איינער אפשר די מקורות פון דעם האלבן שעה געצינדאכץ?
ודע דאפילו הנוהגין תמיד להדליק אחר תפלת ערבית מן הנכון שיכינו עכ"פ השמן בתוך הנרות קודם תפילת ערבית כדי שיהיה מוכן תיכף אחר תפלת ערבית להדליק דאם יעשה הכל אחר תפלת ערבית בודאי יש לחוש שיעבור עיקר זמן הדלקתו והוא חצי שעה מדינא דגמרא

משנה ברורה תרע"ב סק"א
איז נישט דא ביי דעם א מחלוקה צווישן די מחבר און די רמ"א? פון די רמ"א זעט אויס אז מען דארף נישט אזוי שטארק נזהר זיין אין די האלבע שעה "מדינא", נאר ער פירט אויס וטוב ליזהר גם בזמן הזה.

עס איז זיכער אז א וטוב ליזהר פון די רמ"א איז גענוג שטארק, אבער די שאלה איז צו די שטיקל משנה ברורה שטימט מיט די רמ"א.

Re: זמן פון צינדען נרות חנוכה.

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 07, 2025 10:52 am
דורך Azoi Tzi Zugen
נישט קיין בהלה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 5:45 pm

הגה: יש אומרים שבזמן הזה שמדליקין בפנים אין צריך ליזהר ולהדליק קודם שתכלה רגל מן השוק (דעת עצמו וטור בשם תוספות). ומכל מקום טוב ליזהר גם בזמן הזה.
ומיהו הני מילי לכתחילה; אבל אם עבר זה הזמן ולא הדליק, מדליק והולך כל הלילה. ואם עבר כל הלילה ולא הדליק, אין לו תשלומין.

Re: זמן פון צינדען נרות חנוכה.

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 07, 2025 11:12 am
דורך נקודות טובות
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 07, 2025 10:52 am

אט אזוי. אויב איז די פרסום הנס נאר לבני ביתו, דאן איז די האלבע שעה נאר טוב. אבער אויב צינדט מען ביים פענסטער אדער ביים טיר מבחוץ כתקנת חז"ל, איז די האלבע שעה מעיקר הדין.

די גמרא אין די ערשטע תירוץ דאי לא אדליק מדליק, איז פשט אז נאך די האלבע שעה איז מען שוין נישט יוצא בכלל. די לכתחילה איז משתשקע החמה ממש, און בדיעבד איז עד שתכלה רגל מן השוק. נאך די האלבע שעה איז עבר הזמן. מען קען שוין נישט צינדען! און אזוי פסק'ענט טאקע דער רמב"ם.

אנדערע ראשונים לערנען אז וויבאלד נר חנוכה איז א דרבנן, קען מען זיך פארלאזן בדיעבד אויך אויף די צווייטע תירוץ לשיעורה. דהיינו מען קען צינדען אויך נאך די האלבע שעה. אבער לכתחילה דארף מען אודאי מחמיר זיין אויך צו די ערשטע תירוץ און צינדען ממש משתשקע החמה. דער רמב"ם אבער לערנט אז עס איז נישטא דא קיין מחלוקה, ביידע תירוצים זענען אמת.

די רמ"א זאגט דאך נאר בזמן וואס מען צינדט מבפנים. ומקורו מתוס' ושאר ראשונים.

Re: זמן פון צינדען נרות חנוכה.

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 07, 2025 6:13 pm
דורך צווייטער
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 07, 2025 10:52 am
נישט קיין בהלה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 5:45 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 27, 2024 1:51 pm

ודע דאפילו הנוהגין תמיד להדליק אחר תפלת ערבית מן הנכון שיכינו עכ"פ השמן בתוך הנרות קודם תפילת ערבית כדי שיהיה מוכן תיכף אחר תפלת ערבית להדליק דאם יעשה הכל אחר תפלת ערבית בודאי יש לחוש שיעבור עיקר זמן הדלקתו והוא חצי שעה מדינא דגמרא

משנה ברורה תרע"ב סק"א
איז נישט דא ביי דעם א מחלוקה צווישן די מחבר און די רמ"א? פון די רמ"א זעט אויס אז מען דארף נישט אזוי שטארק נזהר זיין אין די האלבע שעה "מדינא", נאר ער פירט אויס וטוב ליזהר גם בזמן הזה.

עס איז זיכער אז א וטוב ליזהר פון די רמ"א איז גענוג שטארק, אבער די שאלה איז צו די שטיקל משנה ברורה שטימט מיט די רמ"א.

הגה: יש אומרים שבזמן הזה שמדליקין בפנים אין צריך ליזהר ולהדליק קודם שתכלה רגל מן השוק (דעת עצמו וטור בשם תוספות). ומכל מקום טוב ליזהר גם בזמן הזה.
ומיהו הני מילי לכתחילה; אבל אם עבר זה הזמן ולא הדליק, מדליק והולך כל הלילה. ואם עבר כל הלילה ולא הדליק, אין לו תשלומין.
די רמ''א וואס פירט אויס ומכל מקום טוב ליזהר גם בזמן הזה. לכאורה די מקור צו דעם רמ''א איז די ר''ן אין מס' שבת וואס זאגט בזה''ל: דאי לא אדליק מדליק: כלומר אבל לאחר שיעור זה אינו מדליק. וכתבו בתוס' דדוקא בדורות שלהן שהיו מדליקין מבחוץ אבל עכשיו שמדליקין בבית מבפנים בכל שעתא ושעתא זמניה הוא דהא איכא פרסומי ניסא לאותן העומדים בבית ומיהו לכתחלה מצוה להדליק משתשקע החמה משום דזריזין מקדימין למצות.

פון דעם ר''ן זעט מען קלאר אז די סיבה אז אפילו בזמן הזה שמדליקין בפנים זאל מען צינדן פריער איז וויבאלד זריזין מקדימין למצוות.

ממילא וועט אויסקומען אז אויב א איד וויל גיין אין מקוה אדער מאכן א אנדערע הכנה צום מצוה, אבער ער האט מורא אז ער וועט שפעטיגן דעם האלבע שעה, זאל ער יא מאכן הכנות ווייל די הכנה למצוה איז א חלק פון די זריזין מקדימין למצוות.