בלאט 1 פון 1

א צדיק א גיבור פונקט ווי יוסף!

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 10:45 pm
דורך יוחנן כהן
שטארקערהייט
יוסף שרייט

ניין!!
וימאן

די צד הקדושה
מיין ירושה

איך אויסוועל עס
דעריבער שטייט, וימָאֵן א שלשלת

איין מינוט! איך האב טאקע געשריבן גוטע גראמען
אבער וואס האט וימאן מיט שלשלת און קַאמֶען?

אה ס'איז פשוט די באדייט.
א שלשלת אראפ און ארויף גייט.

יעדער מיט נסיונות זיך מיטשען.
מען פראבירט און מען טוט גליטשען.

איין מאל און נאכאמאל פראבירן
אבער דער יצר הרע טוט פארפירן

צוקלאפט מען טוט שפירן
אז מען האט זיך געטוהן פארלירן

אָפס און דַאונס ס'איז שווערלעך
פאר געוויסע איז עס געפערלעך

פיל מאל מיט יואוש מען טראכט
זיך צו שלאגן מיטן יצר בין איך נישט געמאכט

לאזטס אונז דער תורה הערן
צו יוסף דו זאלסט זיך קָאמפֶּערן

וימאן גייט מיט ירידות און עליות.
אפילו ווען מען פאלט דורך זיך צירוק כאפן איך טו עס!

#וישב

Re: א צדיק א גיבור פינקט ווי יוסף!

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 20, 2024 12:51 am
דורך שאינו יודע לשאול
יוחנן כהן האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 10:45 pm #וישב
#יוחנן

#טאלאנט

Re: א צדיק א גיבור פינקט ווי יוסף!

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 20, 2024 2:05 am
דורך יוחנן כהן
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 20, 2024 12:51 am
יוחנן כהן האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 10:45 pm #וישב
#יוחנן

#טאלאנט
שכח ברודער