בלאט 1 פון 2

דראונס אנשיקעניש אין דעם טריי סטעיט ראיאן

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 5:40 pm
דורך שינאווער
ב"ה

אזויווי דער נושא איבער די דראונס ווערט מער און מער היציג און קאנטראווערסיאל,
לאמיר עפענען א טעמע ספעציעל פאר אלעס ארום דעם.

Re: דראונ'ס אנשיקעניש אין די טריי סטעיט ראיאן

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 5:43 pm
דורך שינאווער
קאנעטיקעט קאנגרעסמאן הימס רופט פון די וועלכע פארלאנגן פון די פעדעראלע רעגירונג ארויס צו געבן מער אינפארמאציע איבער די מיסטיריעזע דראונס

דער דעמאקראטישע קאנגרעסמאן זאגט אז ענטעפערן 'מיר ווייסן נישט' איז נישט גענוג, נאר די 'עף-עי-עי' און אנדערע דארף טון פיל מער ווי דעם. ער האט באצייכענט אלץ קאנספיראציע טעאריע די געדאנק ארויס געשטעלט דורך קאנגרעסמאן דזשעף ווען דרו אז עס רעדט זיך פון איראנער דראונס, זאגענדיג, אז אזעלכע קאנספיראציע טעאריעס קומען ארויס בלויז ווען די רעגירונג שטעלט נישט צו גענוג אינפארמאציע.

פעדעראלע באאמטע ווילן איינצושפאנען א היי-טעק דראון אויפכאפן סיסטעם אין ניו יארק אין ליכט פון די אנגייענדע אינצידענטן מיט מיסטיריעזע דראונס

גאווערנער האוקול זאגט אז די דראונס וועלן העלפן סטעיט און לאקאלא אגענטורן מיט זייער אויפסארשונג אויף די מיסטיריעזע דראונס. די גאווערנער זאגט אבער אז דאס איז נישט גענוג, נאר קאנגרעס מוז זען צו באשטעטיגן א ביל אויפ'ן טיש אויסצוברייטערן די מעגליכקייטן צו אדרעסירן אזעלכע פאסירונגן.

ניו דזשורסי סטעיט סענעטאר ברעמניק באשולדיגט די רעגירונג אויף פארהוילן די ווארהייט ארום די מיסטיריעזע דראונס וועלכע פליען ארום די לעצטע פאר וואכן

ברעמניק זאגט אז די פעדעראלע רעגירונג ווייסט מער, אבער האט מורא עס צו דערציילן, וויבאלד די רעגירונג שרעקט זיך וויאזוי מענטשען וועלן רעאגירן דערצו. עטליכע טעג צוריק איז דער ריפובליקאנער סטעיט סענעטאר ארויס געקומען מיט א רוף אז די סטעיט זאל איינשטעלן א צייטווייליגע סטעיט אוו אמערדזשענסי ביז באאמטע קענען צושטעלן קלארע ענטפערס דערוועגן.

Re: דראונ'ס אנשיקעניש אין די טריי סטעיט ראיאן

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 5:44 pm
דורך שינאווער
שמעון ראלניצקי איבער דעם נושא
די דראונס קומען! די דראונס קומען! א מאסן היסטעריע האט ארומגענומען אמעריקע, און ס'איז כמעט זיכער איין גרויסער דמיון. דער עולם קוקט ארויף צום הימל און זעט א דראון אין יעדן פויגל.

Re: דראונ'ס אנשיקעניש אין די טריי סטעיט ראיאן

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 5:49 pm
דורך שינאווער
ap24348774722376.jpg
ap24348774722376.jpg (56.18 KiB) געזען געווארן 950 מאל

Re: דראונ'ס אנשיקעניש אין די טריי סטעיט ראיאן

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 5:55 pm
דורך ניקל
געוועזענע ניו דזשערסי גאווענער קריסטי זאגט אז ער האט געזען די דראונס העכער זיין הויז

Re: דראונ'ס אנשיקעניש אין די טריי סטעיט ראיאן

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 6:00 pm
דורך שינאווער
מעיאר עדעדמס זאגט אז די דראונס זעהן נישט אויס צו זיין קיין פאבליק סעיפטי טרעד

Re: דראונ'ס אנשיקעניש אין די טריי סטעיט ראיאן

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 6:01 pm
דורך שינאווער
04a59297d491d62f0aa5efe35576da79.jpg
04a59297d491d62f0aa5efe35576da79.jpg (28.65 KiB) געזען געווארן 927 מאל

Re: דראונ'ס אנשיקעניש אין די טריי סטעיט ראיאן

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 6:22 pm
דורך שינאווער
ניו דזשורסי קאנגרעסמאן סמיט ארבייט אויף א געזעץ צו געבן מער מאכט פאר סטעיט און לאקאלא באאמטע צו קענען נאכפאלגן און מעגליך אראפ שיסן דראונס

קאנגרעסמאן סמיט זאגט אז דאס וואס שפילט זיך יעצט אפ איז א רוף פאר שריט צו זיין גרייט אין פאל פון פיינטליכע דראונס. ניו יארק האט גאווערנער האוקול אויך אפאלירט צו קאנגרעס מיטגלידער זיי זאלן שטיצן צוויי געזעץ פאשרלאגן וועלכע גייען שטארקער מאכן די 'עף-עי-עי' איבערזיכט אויף דראונס און געבן מער אויטאריטעט פאר סטעיט און לאקאלא לאו אינפארסמענט אגענטורן אויסצופארשן דראון אקטיוויטעטן.

Re: דראונ'ס אנשיקעניש אין די טריי סטעיט ראיאן

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 6:22 pm
דורך שינאווער
download.jpg
download.jpg (6.27 KiB) געזען געווארן 915 מאל

Re: דראונ'ס אנשיקעניש אין די טריי סטעיט ראיאן

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 6:34 pm
דורך פעיק ניוז
שינאווער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 5:44 pm שמעון ראלניצקי איבער דעם נושא
די דראונס קומען! די דראונס קומען! א מאסן היסטעריע האט ארומגענומען אמעריקע, און ס'איז כמעט זיכער איין גרויסער דמיון. דער עולם קוקט ארויף צום הימל און זעט א דראון אין יעדן פויגל.
אה סאו מען גייט זיך יעצט ארויפכאפן אויף די פאר וואס האבן גע'דמיונ'ט צו פראוון אז ס'איז שטותים די גאנצע זאך. כ'הער.

Re: דראונ'ס אנשיקעניש אין די טריי סטעיט ראיאן

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 6:54 pm
דורך ניקל
סענעטאר שומער
IMG_20241215_185416_186.jpg
IMG_20241215_185416_186.jpg (91.25 KiB) געזען געווארן 885 מאל

Re: דראונ'ס אנשיקעניש אין די טריי סטעיט ראיאן

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 7:20 pm
דורך פופציגער
שינאווער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 6:01 pm 04a59297d491d62f0aa5efe35576da79.jpg
די סארט דראונס קענען דען געזען ווערן אזוי שטארק?

Re: דראונ'ס אנשיקעניש אין די טריי סטעיט ראיאן

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 10:07 pm
דורך שינאווער
טראמפ'ס נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער זאגט אז מיסטעריעזע דראונס צייגן לעכער אין לאנד'ס זיכערהייט סיסטעמען‎

דאָס האָט מען געהערט פון מייק וואַלטז, וועמען טראָמפּ האָט אויפגענומען צו דינען אַלס ווייסער הויז נאַציאָנאַלע זיכערהייט ראַטגעבער, און וואַלטז זאָגט אַז די דראָונס ברענגען אויף זאָרגן אַז אַמעריקע איז נישט גענוג גוט באַשיצט. וואַלטז זאָגט אַז עס איז אויך צום באַדויערן די שוואַכע רעאַקציע און פּובליק קאָמענטאַרן וואָס מען הערט פון די אַדמיניסטראַציע פונעם אַרויסגייענדיגן פּרעזידענט ביידען איבער די דראָונס.

Re: דראונ'ס אנשיקעניש אין די טריי סטעיט ראיאן

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 10:08 pm
דורך שינאווער
הויכראנגיקער קאנגרעסמאן זאגט אז מיסטעריעזע דראונס זענען נישט פון איראן און נישט פון כינע און נישט פון עליענס‎

קאָנגרעסמאַן דזשים היימס זאָגט, אַז די פעדעראַלע רעגירונג האָט זעראָ אינפאָרמאַציע אָדער באַווייזן אַז די דראָונס זענען איראַנער אָדער כינעזער דראָונס, און אויך נישט אַז עס קומט פון עליען באַשעפענישן. אָבער קאָנגרעסמאַן היימס דרוקט אין די זעלבע צייט אויס שטאַרקע אויפברויז, פאַרוואָס די פעדעראַלע אַוויאַציע אַדמיניסטראַציע קומט נישט אַרויס שטאַרקער און קלאָרער אָפּצושלאָגן די פאַרשידענע קאָנספּיראַציע טעאָריעס.

Re: דראונ'ס אנשיקעניש אין די טריי סטעיט ראיאן

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 11:10 pm
דורך שאינו יודע לשאול
1734304738614.jpg
1734304738614.jpg (94.31 KiB) געזען געווארן 787 מאל

Re: דראונ'ס אנשיקעניש אין די טריי סטעיט ראיאן

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 11:10 pm
דורך שאינו יודע לשאול
Batchfeed-7340b08c1a68cad7fec06d2186c4fab-1726657-1.jpg
Batchfeed-7340b08c1a68cad7fec06d2186c4fab-1726657-1.jpg (120.95 KiB) געזען געווארן 787 מאל

Re: דראונ'ס אנשיקעניש אין די טריי סטעיט ראיאן

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 11:12 pm
דורך שאינו יודע לשאול
סענאטאר שומער שטעלט זיך צו צו די רופן אז דער פעדעראלער רעגירונג זאל איינשטעלן א דראון אויפכאפער סיסטעם אין ניו יארק און ניו דזשערסי.

Re: דראונ'ס אנשיקעניש אין די טריי סטעיט ראיאן

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 1:01 am
דורך never say never
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 11:12 pm סענאטאר שומער שטעלט זיך צו צו די רופן אז דער פעדעראלער רעגירונג זאל איינשטעלן א דראון אויפכאפער סיסטעם אין ניו יארק און ניו דזשערסי.
Screenshot_20241216-010005_Ivelt.jpg
Screenshot_20241216-010005_Ivelt.jpg (99.86 KiB) געזען געווארן 751 מאל

Re: דראונ'ס אנשיקעניש אין די טריי סטעיט ראיאן

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:01 am
דורך שאינו יודע לשאול
די מיסטעריעזע דראון אנשיקעניש האט געצווינגען עטליכע ראנוועיס אין סטוארט לופטפעלד צו פארשפארט ווערן דעם פארגאנגענעם פרייטאג.

Re: דראונ'ס אנשיקעניש אין די טריי סטעיט ראיאן

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:07 pm
דורך שינאווער
ניו דזשערסי סענאטאר ענדי קים באשטעטיגט אז ער האט געזען מיסטעריעזע שטראלן און מעגליכע דראונס

סענאַטאָר קים זאָגט אַז ער האָט געזען מיסטעריעזע זאַכן, אָבער פון זיין אייגענע ערפאַרונג איז ער געקומען צום אויספיר אַז דאָס זענען קאָמערשל פליגערס וואָס פליען אַריבער אין די הימלען. אָבער סענאַטאָר קים זאָגט אַז עס פאָדערט זיך נאָכאַלץ מער פעדעראַלע אויספאָרשונג און די איינוואוינער ווילן הערן מער פון די נויטיגע אויטאָריטעטן, צו קענען זיין רואיגער.

Re: דראונ'ס אנשיקעניש אין די טריי סטעיט ראיאן

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:42 pm
דורך שינאווער
ראדיאקטיווע נוקלעארע מאטעריאל פארלוירן אין ניו דזשערסי און פילע זאגן אז דראונס האבן שייכות דערמיט‎.
די רעדע איז פון א מעדיצינישע מאשינקע וואס ווערט גענוצט פאר סקענס, און עס איז געשיקט געווארן פון די נאזשא צענטער אין ניופיעלד, ניו דזשערסי צו ווערן אוועקגעווארפן, אבער ווען די מאשין איז אנגעקומען האט געפעלט די ראדיאקטיווע מאטעריאל דערפון. די פעדעראלע נוקלעארע רעגולעטערי קאמיסיע האט ארויסגעשטעלט אן אלערט וועגן די פארלוירענע נוקלעארע מאטעריאל, און פילע באשולדיגן אז די דראונס העכער ניו דזשערסי איז טייל פון א רעגירונג מיסיע צו זוכן די מאטעריאל.

Re: דראונ'ס אנשיקעניש אין די טריי סטעיט ראיאן

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:43 pm
דורך שינאווער
ווייסע הויז זאגט אז פארוויילונג דראונס, קאמערשל פליגערס און הימל-שטערנס זענען די מיסטעריעזע דראונס‎.
די ביידען אדמיניסטראציע זאגט, אז די דראונס וואס מענטשן באריכטן אז זיי זעען, איז א געמיש פון קליינע דראונס וואס דראון ליבהאבער פליען ארום דערמיט, און אויך פון סתם קאמערשל פליגערס, אדער שטערנס וואס מענטשן טוישן אויס אלס דראונס. די רעאקציע און ערקלערונג פונעם ווייסן הויז האט איבערגעלאזט פילע לאקאלע פאליטישאנס אין ניו דזשערסי מיט מער פראגעס, און זיי פאדערן צו הערן קלארערע ענטפערס פון די פעדעראלע רעגירונג.

3232.png
3232.png (730.45 KiB) געזען געווארן 635 מאל

Re: דראונ'ס אנשיקעניש אין די טריי סטעיט ראיאן

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 5:50 pm
דורך שינאווער
סענעטאר פאול האט בלאקירט א פארזיך דורך סענאט צו געבן מער מאכט און מעגליכקייטן פאר סטעיטס און לאקאלא אגענטור נאכצופאלגן דראונס. סענעטאר פאול זאגט אז דערווייל זעט מען נישט קיין שום זארג איבער די אנגעבליכע דראונס, און ער וויל נישט אז די סענאט זאל געיאגטערהייט געבן ברייטע סורוועיליענס מאכט אן עס גוט איבערקלערן. ער זאגט אז די פעדעראלע רעגירונג האט שוין דעם אויטאריטעט אויסצופארשן און אפשטעלן דראונס, און ווייזט אן אז די עף-בי-איי און אנדערע אגענטורן זענען ביים מיינונג אז די דראונס שטעלן נישט קיין שום נאציאנאלא זיכערהייט ריזיקע.

Re: דראונ'ס אנשיקעניש אין די טריי סטעיט ראיאן

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 10:40 pm
דורך שינאווער
די 'עף-עי-עי' האט איינגעשטעלט א פארבאט אויף אפארירן דראונס אין א צאל ניו דזשורסי געגענטער.
די אגענטור זאגט אז ביז יאנואר 17 למס' וועלן מענטשען נישט מעגן ארויס שיקן דראונס אין יענע געגענטער אן ערלויבענש פון פאראויס. מערערע געגענטער זענען אריין גערעכענט אין די פארבאט, אריין גערעכענט דזשורסי סיטי, בעיאן, עליזיבעט, קליפטאן און קעמדען.

images_57_241219123845.jpeg
images_57_241219123845.jpeg (11.95 KiB) געזען געווארן 447 מאל

Re: דראונ'ס אנשיקעניש אין די טריי סטעיט ראיאן

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 2:20 pm
דורך שינאווער
למעשה שטעלט זיך ארויס אז דער גאנצער היסטעריע איז געווען נישט מער ווי א אויפגעבלאזענער דמיון פון איינער וואס וואוינט ערגעץ נעבן א מיליטערישער באזע אין ניו דזשערסי און ער האט איין טאג געזען עפעס פליען אין די הימלען און פון דארט איז עס ווייטער געפארן...

דזשאסט פאר דע רעקארדס...