בלאט 1 פון 1

וויאזוי מַל'עט מען אפ א שטאט?.....@שץ מאץ

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 13, 2024 12:41 am
דורך פשוט און גראד
@שץ מאץ

אן קיין הקדמות.....

ס'איז מיר אלץ קשה געוועהן, דער אנגעפאשעטע אפגעריסענע פאר'תאוה'טע גוי, דער וועלטס שוטה דער שכם בן חמור, האט זיך אריין גענומען א משוגעת אין קאפ אריין, און זיך פארגלוסט צו באקומען די סאמע הייליגסטע אויף די וועלט, די בת יחידה פונעם מובחר שבאבות יעקב אבינו, און די גאנצע שטאט שכם עולם גולם טאנצט מיט?, יעדער לאזט זיך שניידן שטיקער פלייש, ווייל, שכם וויל חתונה האבן..., ס'מאכט עפעס נישט קיין סענס,

האט זיך טאקע די גאנצע שטאט געלאזט ווי נערנים?
איז יעדער געשטאנען אין רייע צו ווערן פארשניטן?
יעדער לאזט זיך שניידן אן אייגענע בענעפיטן?

איך זעה אבער וויאזוי די וועלט ארבעט, ווערט מיר צוביסלעך קלארער דעם בילד, ס'איז געוועהן דשולוועי, עמוועי, מאלעלוקע, שעקלי, און איצטערט מיט גאטשי....

לויט אזא מהלך האט פרשת שכם געארבעט אזוי, מ'האט יעדן איינוואוינער פון שכם געגעבן א עקסטערע זמן, ווען ער זאל ארויף קומען אין שטאטישן אפיס צו מאכן גאר גוטע ביזנעס....

דער ערשטער קומט ארויף, נא? לאמיר זעהן די ביזנעס?, פאר וואס ווען ווי, כאפן אים אן אפאר איינגעשטעלטע און.... מ'מל'ט אים אפ....

ער קומט ארויס, ער לויפט אראפ די סטעפס, ער טרעפט אן דעם צווייטן וואס איז יעצט אויף וועג ארויף צום שטאטישן אפיס צו זיין צייט מאכן ביזנעס, דער צווייטער פרעגט דעם ערשטן, זאג נאר ס'איז טאקע גוטע ביזנעס?, ס'לוינט זיך?....

דער ערשטער טראכט ביי זיך, זאל איך אים זאגן אז מ'האט מיר סתם אפגע'מל'ט, ניין, כ'וועל דאך אויסזעהן סתם ווי א לאוזער, זאגט ער פארן צווייטן, יא!!!!, ס'איז א גוטע ביזנעס, כ'זאג דיר גיין אריין ס'לוינט זיך, איינס און א גוטס....

דער צווייטער קומט אריין, נא?, כ'הער ס'איז א גוטע ביזנעס, לאמיר הערן תכלית, די אפיס איינגעשטעלטע לאזן זיך צו מיט א אימפעט, וצונו על המילה, א מל'ע אפ און ארויס....

דער צווייטער גייט ארויס אינגאנצן צומישט, ס'מוז זיין אז נאר מיר האט מען אפגע'מל'ט, איך בין דאס אייציגסטע, ווייל ווען נישט וואלט מיר דער ערשטער געווארנט נישט ארייין צו גיין אהין ווייל מ'מל'ט אפ דעם עולם...,

דער צווייטער טרעפט אויפן סטעפס דעם דריטן, דער דריטער פרעגט דעם צווייטן, זאג נאר, ס'איז טאקע אזאנע גוטע ביזנעס?, דער צווייטער ענפערט מיט א זיכערקייט, שאאאר זיכער, גיי נאר אריין אהין כ'מיין אז ס'לוינט זיך, און טראכט ביי זיך אויב שוין יא אפגע'מל'ט, זאל כאטש קיינער נישט וויסן,

דער דריטער קומט אריין עודך, ווי איז ביזנעס, נאדיר א ביזנעס, א מל'ע אפ, א שטופ ארויס, דער דריטע זאגט פאר פערדן אז ס'איז גוט, דער פערדער זאגט פארן פיפטן ס'לוינט זיך די ביזנעס, און זוי ווייטער.

סך הכל האט מען אפגע'מל'ט די גאנצע שטאט שכם, און יעדער האלט עס ביי זיך פאר א סוד, און מיינט אז ער איז די אייציגסטע אפגע'מל'עטער....,

ראי' לזה, די גאנצע שטאט שכם ווערט קראנק אויפאמאל, וואלט דאך געדארפט ווערן א שטורעם, אפשר דרייט זיך ארום א מחלה, מ'דארף דאך דאס אויספארשטן, פארוואס זיצן די שטאט באמטע מיט ליידיגע הענט?, די קראנקע מענטש האבן דאך משפחות, זיי וואלטן געדארפט מאכן א שטורעם אז עפעס א עפעדעמיע דרייט זיך אין שכם,
אלא מאי, יעדע אפגעמל'טע האט גאנץ גוט געוויסט די סיבה פון זיין קרענק, ווייל אז מ'מל'ט זיך אפ ווערט מען שוואך, נאר, יעדער האט נעבאך געמיינט אז ער איז דאס איינציגסטע אפגע'מל'טע...., האט ער דאס געהאלטן פאר א סוד, איי דער שכן איז אויך קראנק, דער שכן האט דאך אויך נישט פארציילט פאר קיינעם אז עפעס איז מיט אים, בקיצור יעדער איז אפגע'מל'ט און מ'מיינט אז מ'איז די איינציגסטע אפגע'מל'טע.....

יעצט וואס, מ'ווייס מיר שוין וויאזוי מ'מל'ט אפ א שטאט,
פונקט אזוי געשעהט טאג טעגליך, מ'רופט צוזאמען א אסיפה פון 20 אינגעלייט, מ'לייגט פאָר די געוואלדיגע ביזנעס, ווער ס'לייגט איין נאר 1500$, קען ווערן א מעמבער, און איין מעמבער ברענגט דאס צווייטע ווי א בוים, און אזוי נאך 3 חדשים ווערט ער א עושר איבערנאכט, עולם גולם לייגט איין געלט, מ'לאזט זיך אפ'מל'ען און מ'גייט ארויס....

מ'גייט ארויס אין די גאס מ'וויל דאך נישט פארציילן אז מ'איז געווארן אפגע'מל'עט, דרייט מען זיך ארום פון מעכל צו רעכל, וואס רעדסטע כ'זאג דיר ס'לוינט זיך, מ'מאכט שיין, מ'פארדינט גוט, גיי אריין דערון וועסטו זעהן ס'האט זיך געלוינט,

דער צווייטער נער לייגט איין 1500$, מ'זאגט הויעך וצונו על המילה, אפגע'מל'עט און ארויס, דער צווייטער טראכט איך זעה דאך מיין חבר שיינט פון גליק, מסתמא מאכט ער טאקע געלט, נאר איך בין די איינציגסטע נער וואס מ'האט סתם אפגע'מלט'עט, זאל איך מיין נערנות פארקויפן אין די גאס, אָהנאָה, דרייט ער זיך ארום מיט א שמייכל און זאגט די זעלבע ווי זיין חבר, הע ס'איז איינס און א גוט'ס נו כ'ווייס וואס איך רעד, ס'לוינט זיך אריין צו גיין, מ'מאכט ממש עפרות תבל אזוי כלאחר יד, און אזוי קומט אריין דער דריטער, דער פערדער, דער פיפיטער, און זוי ווייטער,

סך הכל, יעדער ווערט אפגע'מל'ט, נאר מ'האלט דאם סוד ביי זיך, און מ'פארציילט נישט פאר קיינעם אז מ'איז געווארן אפגע'מל'עט,

אט אזוי מל'ט מן אפ א שטאט......

Re: וויאזוי מַל'עט מען אפ א שטאט?.....@שץ מאץ

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 13, 2024 12:47 pm
דורך פופציגער
הוהא...

זייער ריכטיגע רייד! און נאכאלץ רעלעוואנט