בלאט 1 פון 1

פרעזידענט ביידען

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 2:30 pm
דורך נחום
דער אלטער קייליכיגער זקן (האנטער'לס טאטע) זיצט ביים רעדל אין אמעריטשקע.

באריכטן און אפדעיטס פון ווען ער גליטשט זיך אויס און סתם אזוי ווען אמעריקע גליטשט זיך אויס פון אים.

Re: פרעזידענט ביידען

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 3:47 pm
דורך קיינמאל
פרעזידענט ביידן איז אויפגעכאפט געווארן אויף קאמארא ביי זיין באזוך אין יורופ זיך אויפפירונדיג זייער אומאעטיש צו א קליין קינד

Re: פרעזידענט ביידען

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 4:33 pm
דורך נחום
פרעזידענט ביידען'ס ווידערוויילונג קאמפיין האט אויפגעטריבן העכער 72 מיליאן דאלער זינט אפריל ביז די ענדע פון די צווייטע קווארטער.

ער זיצט מיט 77 מיליאן דאלער אין באנק.

דאס איז די גרעסטע נאמבער פון סיי וועלכע דעמאקראט אין היסטאריע.

Re: פרעזידענט ביידען

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 2:29 pm
דורך דער פאטעטע מייסטער
א פרישע FBI דאקומענט ארויסגעגעבן דורך רעפובליקאנער סענאטאר טשאק גרעסלי באשולדיגט אז פרעזידענט דזשאו ביידען און זיין זון האנטער האבן ארויסגעצווינגען מיליאנען דאלארן פון דער באריסמע CEO אין אויסטויש פאר זייער הילף צו אפזאגן אן אוקריינישער פראקוראר וועלכע האט געפארשט די פירמע.

לויט די פרישע דאקומענט האט דער באריסמע פירער געזאגט אז ער האט מערערע טעקסט מעסעדזשעס און רעקארדירונגען וועלכע צייגן אזדי ביידענ'ס האבן אים ארויסגעצווינגען געלט.

Re: פרעזידענט ביידען

געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 5:06 pm
דורך גליק
President Biden Job Approval
CBS News

Approve 40
Disapprove 60


Disapprove +20

Re: פרעזידענט ביידען

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:56 am
דורך ניקל
ביידן האט באשלאסן צו האלטן ספעיס קאמענד אין קאלאראדא, איבערדרייענדיג פרעזידענט טראמפ׳ס באשלוס צו אריבערפירן ספעיס קאמענד קיין אלאבאמע.

Re: פרעזידענט ביידען

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 8:55 pm
דורך ניקל
די קאנגראס אווערסייט קאמיטע האט שוין אידענטיפיצירט איבער 20 מיליאן דאלער אין באצאלונגען פון אויסלענדישע קוועלער צו די ביידן משפחה און זייער אסאוסיעטס.

Re: פרעזידענט ביידען

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 4:50 pm
דורך ניקל
ווייסע הויז פרעסע סעקרעטאר קערין דזשיען פּיער, האט בטעות ארויסגעשיקט א טוויט וואס האט געזאלט ווערן ארויסגעשיקט אויף פרעזידענט ביידענ'ס אקאונט.
:lol:
IMG_20230815_164958_842.jpg
IMG_20230815_164958_842.jpg (47.58 KiB) געזען געווארן 375 מאל

Re: פרעזידענט ביידען

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 1:32 am
דורך ווירקליך
ניקל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 4:50 pm ווייסע הויז פרעסע סעקרעטאר קערין דזשיען פּיער, האט בטעות ארויסגעשיקט א טוויט וואס האט געזאלט ווערן ארויסגעשיקט אויף פרעזידענט ביידענ'ס אקאונט.
:lol:

IMG_20230815_164958_842.jpg
די חברה זענען נאך שוואכער ווי אונזערע לאקאלע קול קורא שרייבער...

שטעל זיך פאר סקומט ארויס א קול קורא אונטערגעשריבן דורך די עכטע שרייבער אנשטאט די געפלאנטע חתימות..

Re: פרעזידענט ביידען

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 6:07 pm
דורך טובי' שרייבער
איינער ווייסט אפשר צו מ'גייט מאכן א אימפיטשמענט אינקווערי מיט ביידן?

כ'האב געהערט עפעס האלבע שמועות...

Re: פרעזידענט ביידען

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 6:31 pm
דורך צפנת פענח
טובי' שרייבער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 6:07 pm איינער ווייסט אפשר צו מ'גייט מאכן א אימפיטשמענט אינקווערי מיט ביידן?

כ'האב געהערט עפעס האלבע שמועות...
מעקארטי האט דאכזיך געמאלדן אז עפעס אזא סארט זאך איז אויף די אגענדע פאר נעקסטע חודש.

Re: פרעזידענט ביידען

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 6:51 pm
דורך העלדיש
איך געדענק שוין נישט וועלכע אמענדמענט עס איז אבער א פרעזידענט וואס איז נישט ביים דעת איז ביידען

Re: פרעזידענט ביידען

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 6:57 pm
דורך צפנת פענח
העלדיש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 6:51 pm איך געדענק שוין נישט וועלכע אמענדמענט עס איז אבער א פרעזידענט וואס איז נישט ביים דעת איז ביידען
כמעט זיכער די 25 אמענדמענט.

טאקע פאר די וואס זענען נאך אונטער 25 יאר אלט איז וויכטיג זיך עס יעצט איינצוחזרן ווייל אויב ראמאסוואמי ווערט עלעקטעד גייען זיי דאס דארפן וויסן צו קענען וואוטן...