בלאט 1 פון 1

יעצט קומסטע אן?

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 8:05 pm
דורך שוואכער
כ'האב שוין היפש דא לאנג נישט אריינגעבליקט
חדשים זענען אריבער, די זייגער ווייטער טיקט
די נאמען 'אידטיש' כסדר מיר אין פנים עס קוקט
און צייגט פאר מיר אז די וועלט ווייטער זיך רוקט

זיך געהעריג באקוועם מאכן דא האב איך געוואלט
איך האב געהאט גענוג צייט און איך האב געזאלט
אבער אויף למעשה איז עס קיינמאל נישט געשען
גלייב מיר, איך האב חרטה אויף וואס ס'איז געווען

אבער שרייבנדיג אצינד טו איך היפש מאדנע שפירן
בשעת איך טו מיינע פינגער איבער די אותיות פירן
האסט זיך שוין אזוי לאנג בכלל נישט דא געדרייט
פונקט יעצט קומסטו אן ווי אן אורח קאמפס-גרייט?

און איך האב עכט נישט וואס צו ענטפערן אויף דעם
עס איז פאר מיר פערזענליך א שטיקל פראבלעם
ווייל איך טו באמת גלוסטן דא אפצוזיצן אסאך מער
אבער במציאות איז עס פאר מיר ביטער שווער

אלזא... וועל איך זיך כאטש דארפן באגנוגן מיטן
אריינטרעטן דאהי אביסל אפטער - עטליכע טריטן
כאטש מיטהאלטן עטוואס די אוויר ארום דעם טיש
און מיט דעם די אלטע געפילן געבן אזא פארוויש.

Re: יעצט קומסטע אן?

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 8:07 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
איך האב אייביג גע'טענה'ט אז דו בוסט א אונגארישער... אפילו אנקומען נעמט דיך לאנג...

Re: יעצט קומסטע אן?

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 8:08 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
וועלקאם הרב שוואכער
מאך זיך נישט אזא קליינע מאכער
דו זעט אויס גוט און פיין
דיין פענע לאזט ארויס ווערטער זייער שיין

Re: יעצט קומסטע אן?

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2024 2:19 am
דורך יוחנן כהן
העלא @שוואכער