בלאט 1 פון 1

א איד אונטער'ן טיש

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 11:47 am
דורך ניק
געווען איז דאס ווען איך וועק זיך אויף אינמיטן נאכט אין איך שפיר מיך ליגן אינטערן טיש

יעצט איז די שאלה וויאזוי בין איך דא אנגעקומען???

באלט דערנאך כאפ איז זיך אז נעכטן איידער איך בין אריין אין בעט האט מיר אנגעכאפט א שרעקליכע הינגער וואס איז בפשטות געקומען נאך א הינגער סרייט וואס איך האב מיר פארגענימען לכבוד מיין טאכטערס בת מצוה לעצטע חודש וואס דאס איז א פרשה פאר זיך אז ביי אינז האט מען פון דעם נישט געמאכט קיין עסק אבער ביי מיין טאכטער האט מען דוקה יא געמאכט א גרויסע עסק פון די בת מצוה

מען דארף פארשטיין אז מיט מיין טאכטער קען איך מיר נישט ציפיל קריגן זי איז דאך נאך קוים 2 יאר אלט אין ווען זי ווארפט זיך אראפ אויפן פלאר גייט די גאנצע שטוב אריין אין א געיעג איר צו באראיגען איינער ברענגט שנעל א באטי איינער וויל פארציילן א מעשה איינער ברעכט אין איינער גייט שלאפן (דאס בין איך)

אזוי צי אזוי איז אנגעקומען די גרויסע טאג אין עס האט נישט געהאלטן דערביי צו ווערן נאכט די טאג האט זיך געצויגן און געצויגן אן א אויפהער ביז צום סוף האב איך געמאכט א פשרה אז האלב וועל איך ברענגען אין די אנדערע האלב וועט מען גיין זוכן די שליסל פון מיין קאר

נאך די גאנצע זאך האט זיך ענדליך זיך דערוועקט אלטע זכרונות פון אלץ בחור אבער איך האב עס גלייך צרוק געלייגט שלאפן אזוי אז יעדער שלאפט שוין קען איך גלייך אנהייבן מיין טאג און אריינצאנצן אין די נאהאפטיגע שמוס מיט אלע באקאנטע אייטעמס און גראסערי

די איבריגע חלק איז פארלוירן געגאנגען ביים צונזוז ווער עס האט עס געטראפן זאל ביטע עס צרוק ברענגען
די סימנים זענען קאווע בערג לאקשן

Re: א איד אינטערן טיש

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 12:06 pm
דורך טיפע טאשן
מיין קאפ דרייט זיך נאך...

Re: א איד אינטערן טיש

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 12:30 pm
דורך אני-הק'
איך ווייס נישט ווי דיין אונטערן טיש מעשה קומט, אבער איך ווייס נישט אויב אין די לייכטע שמועסן סעריע, ס'איז נישט אזוי לייכט צו האלטן קאפ...

Re: א איד אינטערן טיש

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 12:34 pm
דורך היימישער
🤯🤯🤯

כקען נישט קוקן גראד... אלעס דריידט זיך...

Re: א איד אינטערן טיש

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 12:52 pm
דורך וועלגערערס צום טיש
דער מאכט אזא אינטערמישן ווי א פוקס.... וועלכע? אבנר

Re: א איד אינטערן טיש

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 1:01 pm
דורך בעקיטשע
שיינע מעשה/געפלוידעראכץ. אסאך ארויסגענימען דערפון. עצה טובה קענסט זוכן דיין איבריגע חלק מעשה אין די השבת אבידה באקס אין סאטמערע אינגל קעמפ נעפענעק איך פלעג דארט אייביג טרעפן מיינע פאלוירנע חפיצים..!

Re: א איד אינטערן טיש

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 2:28 pm
דורך שעפטל נחום
פונקט יעצט גערעדט צו מיין חבר וואס האט א זון אין די שידוכים יארן, ער זאגט מיר אז ס'איז נישט דא קיין איין שידוך אויפן טיש פאלט מיר יעצט ביי אז ער קען נעמען דיין טאכטער פון אונטער'ן טיש...

סימן טוב ומזל טוב יא היי לאני כי לעולם חסדו

Re: א איד אינטערן טיש

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:59 pm
דורך יודעלע
און יעצט זאג עס איבער פון אינעווייניג

Re: א איד אונטער'ן טיש

געפאוסט: פרייטאג יולי 21, 2023 11:21 am
דורך ניק
שבת לייגט מען א טישטעך אויפן טיש

ערגעץ ווי איינער פון די קינדער לויפן אריין אין עירי מקלט אינטער די טיש
ער פרייד זיך אז איך וועל אים שוין גארנישט הייסן (שרייען) איך פריי מיך אז יעצט וועט די סעודה ווערן ראיג
אזוי ביז איך פיל א שטאך אין מיין פוס . יעצט הייבט זיך עס ערשט אן ........ נחום דעי רגע קום ארויס ...... וכו וכו

Re: א איד אונטער'ן טיש

געפאוסט: זונטאג יולי 23, 2023 11:04 pm
דורך מיילעך
דיייייזזזזזזזזזזזזזזזיייייייייייייייי....

Re: א איד אונטער'ן טיש

געפאוסט: דינסטאג יולי 25, 2023 1:45 pm
דורך שוואכע הערצער
זייער גוט.

אבער, וואס ווילסטו?

Re: א איד אונטער'ן טיש

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 22, 2023 11:09 pm
דורך בערל דער פייפער
סימן... בער...

Re: א איד אונטער'ן טיש

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 12:23 am
דורך ווירקליך
בערל דער פייפער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 11:09 pm סימן... בער...
נאך א סימן: קראמפאמפיל

Re: א איד אונטער'ן טיש

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 9:47 am
דורך וואוילער
איינער גייט איין טאג מפנח זיין די סימנים?