צייטונגען טעראריסטן
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 12:35 pm
דיסקלעימער כשרייב אינטערן איינפלוס פון טעראר, זאל דאס דינען אלץ התנצלות.
עס איז דאך באקאנט וואס האט פאסירט אין אוסטראליע. וואנדאלן, ככל הנראה גויים, האבן געגאסן בענזין אויף די קארפעט פונעם צענטראלן קהילה ביהמ”ד עדת ישראל און עס דערנאך אינטערגעצינדן, עס האט געקאסט גרויסע שאדנס פאר די ביהמ”ד. יעצט, די מעשה איז שרעקליך, ספעציעל פאר מיר האט דאס א ספעציעלע באדייט היות מיין באבע איז א יליד אוסטראליע.
אבער מיר האט דא געטריגערט עפעס מער און גרעסער פון דעם. יתכן כהאב נישט רעכט מיט מיין ווערן געטריגערט, אדרבה זאגט מיר.
די צייטונגען ווי פאקס נייעס און יעשיווע וואורלד נאז באריכטן די דאזיגע נייעס מיטן טיטל ’טעראר אטאקע’. די רעבעצין רופט מיר אן פרעגן צו כהאלט מיט וואס גייט פאר אין אוסטראליע, עפעס הערט זי אז עס איז פארגעקומען א טעראר אטאקע... עס האט גענומען ביז כבין אנגעקומען צו די מקור פון וואו די ’טעראר אטאקע’ באריכטן קומען.
העלאו! א טעראר אטאקע איז א טעראר אטאקע! אן ארסאן-וואנדעליזם אטאקע איז אן ארסאן-וואנדאליזם אטאקע! און פשוטע הערסמענט איז פשוטע הערעסמענט!
געהעריג מהאט פארלוירן דא דעם משקל צו קענען רעדן ווי נארמאלע מענטשן און אויסטוישן אינפארמאציע ריכטיג! דעי טעבלויד סטייל פון באריכטן נייעס איז גרויליג, עקלדיג! געהעריג עס קוואליפיצירט פאר די דיאגנאז ’היסטריאניק פערסאנעליטי דיסארדער’. ער וועט טון אלעס צו סטימיולירן די אדרענעלין-ראש און הארץ באכעניש. טעראריסט איינער!!
כווייס אז דו מאכסט קליק בעיטס ווייל דו ווילסט כזאל דיר ליינען, כווייס... אבער דו קענסט נישט זיין קיין בור ברשות הרבים! עס גייט נישט אזוי. מקען נישט הערעסן דאס מענטשהייט ווייל דו זוכסט דא צו אקאמפלישן עפעס. די ’יאור פעין מיי געין’ עטיטוד איז ממש רשעות’דיג און עקלדיג.
כוויל דיר פרעגן, אויב דאס איז קוואליפיצירט א טעראר אטאקע דאן וואס האט פאסירט אין מומביי פאר 16 יאר צוריק? א פיקניק? דו כאפסט אז דו שפילסט דא אראפ די באדייט פון א טעראר אטאקע? העלאו!! עניבאדי האום??? דו ביסט פלעין קעיר’לעסס...
אפשר גאר זאל מען געבן סאמע טויט שטראף פאר די ארסאניסטן וועלכע האבן דאס אנגעצינדן??? מרעד מיר דאך דא פון טעראריסטן... ניין???
כאפסט וואו מיר טרעטן דא? אויב קען מען נישט רעדן פון געשעענישן כמו שהוא, דאן איז אויס וועלט!! סיי אויף צום רעכטס און סיי אויף צום לינקס!! אלעס פארלירט די באדייט און גארנישט מיינט נישט גארנישט!!! עס ארבייט נישט אזוי!!!
- א טעראר אטאקע רופט מען ווען מקומט על עסקי נפשות, געווענטליך מיטן ציל צו אריינלייגן אין אנגסט א גאנצע קאמיוניטי.
- אן ארסאן וואנדאליזם אטאקע רופט מען ווען מען קומט על עסקי ממון. לדוגמה טאקע אט דאס וואס האט יעצט פאסירט אין אוסטראליע.
- הערעסמענט באדייט נאכשרייען א צווייטן.
מארגן וועט הערעסמענט אויכעט הייסן א טעראר אטאקע?...
דאס איז טאקע אמת אז טון סיי וועלכע פעולות בכדי צו אריינלייגן יענעם אין אנגסט הייסט טעראר.... דעריבער רוף איך אויס צו ענק אלע נייעס באריכטער וכל שם וחניכא דאית לכם, עטס זענטס א באנדע טעראריסטן!
אויב פאליטיקל קארעקטנעס מאכט חרוב א לאנד ווייל מקען נישט רעדן, אדרעסירן, אפוועגן, קובע זיין, זאכן כמו שהוא. דאן איז ענקער ’היסטריאניק’ מהלך פון רעפארטן גארנישט בעסער, נאר אסאך ערגער! מקען דאך אזוי פריי לאזן עכטע טעראריסטן און נאך הארגענען אומשולדיגע מענטשן! חותמו של הקב”ה אמת! נאר מיטן אמת!