וואס לייגט מען אינעם רענצל (פון @רוממה)

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2308
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 4531

וואס לייגט מען אינעם רענצל (פון @רוממה)

פאוסט דורך פשוט און גראד »

אן קיין לאנגע הקדמות.
איך וויל דא ארויפשטעלן א ליסטע פון זאכן וועלכע איך נוץ ביים טרעוולען בכלל און ביים פליען אויף אן עראפלאן בפרט. יעצט אין די טעג פון בלעק פריידעי\סייבער מאנדעי, איז דער עולם פארנומען צו איינקויפן פארשידנס, זעה איך עס אלס א פאסיגע צייט ארויפצושטעלן דעם ליסטע.

איך בין אפשר נישט די גרעסטע טרעוולער, און אויך נישט די וועלטס-עקספערט אין טרעוול, ס'זענען דא אויפן וועלטל גרויסע לייבן ווען ס'קומט צו די זאכן. אבער איך האב יא א שיין ביסל עקספעריענס און כ'האב זיך ב"ה געלערנט דורך די יארן אסאך טיפס און טריקס זיך צו פארגרינגערן דאס פארן.
דעריבער טייל איך מיט א ליסטע פון אייטעמס וואס איך נוץ פאר מיר צו באקוועמער מאכן מיינע נסיעות, און איך גלייב אז ס'וועלן זיין אסאך וואס קענען אויך הנאה האבן דערפון.
איך וויל מדגיש זיין, אז איך בין נישט סתם א בלאגגער וואס מוז ארויסלייגן א ליסטע פון פראדוקטן צו קויפן סתם כדי זיין בלאג זאל זיין פריש, און ער זאל מאכן געלט פון די רעקאמענדאציעס. איך לייג דא בלויז זאכן וואס איך נוץ פאקטיש און האב הנאה פאר מיר אליין, נישט סתם געסוירטשט אויף עמעזאן און געקאפיעט די לינק.
דעריבער קען זיין אז איר וועט טרעפן עפעס ענליכס צו דאס וואס איך לינק דא אריין, און איר וועט זיך וואונדערן פארוואס איך האב נישט געלייגט יענץ. די תירוץ איז, ווייל איך טויש נישט די רעקאמענדאציעס לטב אדער למוטב, נאר איך לייג בלויז די פאקטישע פראדוקטן מיט וואס איך באנוץ מיך און קען באשטיין אז איר זאלט אויך הנאה האבן.

ווי ס'איז באקאנט דא אויפן וועלטל, האב איך ליב מיטצוטיילן אלעס ארום אוויאציע פאר די וואס האבן ליב די נושא. איך טוה עס שלא ע"מ לקבל פרס, אבער אז ס'איז דא א געלעגנהייט אז ס'זאל זיין זה נהנה וזה לא חסר איז א שאד עס נישט אויסצונוצן.
דעריבער זייט וויסן, אז מיטן קויפן דורך דעם לינק, שטיצט איר די אומאפהענגיגע דזשורנאליזם פון די אייוועלט קערפערשאפט, און די הנאה פון הונדערטע אידן וועט זיין אייער קרעדיט.
איך אפעליר אז מ'זאל נישט אויסנוצן דעם אשכול אריינצולייגן לינקס וואס גייען נישט דורך מיין פעידזש, עס זענען דא גענוג און נאך אשכולות אין אלע אפטיילונגען וואו מ'קען עס אריינלייגן.

סקראולט און האט הנאה!
פיילס
00_Header.jpg
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2308
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 4531

Re: וואס לייגט מען אינעם רענצל - @רוממה

פאוסט דורך פשוט און גראד »

איידער מיר יאגן זיך צו עמעזאן צו איינהאנדלען די געצייגן, דארף מען זיך אויפסיינען פאר א מעמבערשיפ צו קענען כאפן אלע מציאות בשלימות און האבן די שנעלסטע דעליווערי מעגליך.
עמעזאן אפפערט פאר אלע אייוועלט ליינער (ששש… אויך פאר אלע אנדערע אידן. און גוים. און גרים שמלו ולא טבלו) א 30 טאגיגע פראבע צו געניסן פון אלע סערוויסעס. א שנעלע בליק אויף מיין קאלענדער זאגט מיר אז סייבער מאנדעי איז נאך בתוך שלשים יום און ס'בלייבט נאך גענוג צייט צו ריטוירנען אויב מ'דארף…

דרוקט דא זיך אויפצוסיינען אויף עמעזאן
https://amzn.to/3VbJsYh
שוין, זיך איינגעהאנדלט דעם "פריים" מעמבערשיפ, אזוי קען מען אנהייבן זעהן וואס צו קויפן!


As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2308
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 4531

Re: וואס לייגט מען אינעם רענצל - @רוממה

פאוסט דורך פשוט און גראד »

אבער איידער מיר רעדן וואס צו לייגן אינעם רענצל, לאמיר רעדן פונעם רענצל גופא…
איך נוץ שוין לאנג מיט גרויס הנאה די Travel Pro Maxlite 5, פאר מיין טשעק-אין סייז רענצל.
ס'איז נישט די ביליגסטע רענצל וואס איז דא צו באקומען, אבער פאר איינער וואס ווייסט צו אפרישיעיטן א גוטן רענצל איז עס ווערד יעדע פעני.
ס'טראגט זיך גרינג, פארט אויף די רעדער מיט א שטארקע סטאביליטעט. ס'האט א באזונדערע מורא'דיגע מעלה ביים פליען, אז די רענצל זעלבסט וועגט ווייניגער ווי כמעט אלע אנדערע רענצלעך פון די סייז. די מעלה דערפון איז, אז ס'נעמט נישט אוועק פון די 50 פונט וואס א רענצל מעג וועגן אלס א טשעק-אין.
איך האב עס אנגעהויבן נוצן אין די יונגע יארן ווען איך פלעג נאך פארן אויף שבתים צו מיינע עלטערן מחוץ לעיר, און זינט דאן איז ער שוין געווען אריין און ארויס פון באסעס, טעקסיס, קארס און עראפלאנען, ועדיין הוא עומד בצדקו אן קיין פראבלעמען!
צו דעם אלעם, קומט עס מיט א לעבנסלענגליכע ווארענטי על כל צרה שלא תבוא.
איך לייג דא א לינק צו די גרויסע סייז רענצל ווייל דאס האב איך, אבער ס'זענען דא צו באקומען אלע סייזעס אין דעם סעריע. טשעקט עס אויס.
מיט א צוואנציג פראצענטיגן דיסקאונט, שניידט מען אראפ 50 טאלער פונעם מקח, און האנדלט זיך עס איין פאר בלויז 99.$199
פיילס
01_Luggage.jpg
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2308
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 4531

Re: וואס לייגט מען אינעם רענצל - @רוממה

פאוסט דורך פשוט און גראד »

ביי מיר אין קלאזעט ליגט גאר א גוטע "בעקפעק" וואס באצירט מיין רוקן יעדעס מאל איך פאר ערגעץ אויף א טאג-צוויי.
איידער איך האב געהייערט דעם בעקפעק אלס מיין פערזענליכע באגלייטער האב איך געוואוסט נאר פון צוויי אפציעס פאר א carry-on, א hand-bag אדער א קליינע רענצל.
א האנד-באגאזש קען געווענליך נישט אריינעמען אלעס וואס איך דארף פאר א טאג-צוויי אויף א נסיעה, און א קערי-אן רענצעלע איז נישט אייביג אומזינסט.
דער בעקפעק טוט א געוואלדיגן ארבעט מיך צו טראגן אויפן דרך הממוצע, איך קען דארט רואיג אריינלייגן מיין טלית ותפילין, א לעפטאפ, די נויטיגע ספרים, צוויי חליפות שמלות, עסן צו זאט ווערן, עסן צו גראב ווערן, דעם איינגעקנייטשטן רעקל, א זוג של קראקס, און ס'בלייבט נאך פלאץ פאר די געשאנקען וואס מ'ברענגט אהיים! אבער אין די זעלבע צייט איז ער גענוג קליין צו זיצן וואוילערהייט אונטער די סיעט פארנט פון מיר, דארט וואו ס'פארלאנגט זיך לויטן עירליין.
ס'מיר באמת אינטערעסאנט ווען איך פיל עס אן אז נאך יעדע זאך וואס איך לייג אריין טראכט איך "דאס איז עס" אבער ניין! ס'מאכט זיך נאכאלץ צו מיטן געהעריגן זיפער! פראביר עס אליינס אויס וועסטו פארשטיין וואס איך רעד.
פארשטייט זיך אז אויב נעמט מען א גמרא פון די חתן-ש"ס אדער דעם דיקן חת"ת, וועט מען שנעלער אויסלויפן פון פלאץ, אבער פאר די געווענליכע צוויי-טאגיגע געברויכן פאר א נארמאלע מאנספערזאן איז עס איבערגענוג.
אויך האב איך באמערקט מיט דעם א אינטערעסאנטע טריק. איך האב שוין געהאט מער ווי איין מאל אז איך האב עס אנגעשטאפט כדבעי און איך האב געדארפט עפענען די עקסטערע זיפער וואס expand די פלאץ, דעמאלטס האט עס טאקע נישט געפיט אונטערן זיץ פארנט, אבער די מאנשאפט ביים געיט האט גארנישט באמערקט, ווייל די צורה מיט וואס ס'טראגט זיך איז קליין און compact!

פאלגנד זענען עטליכע מעלות:
- ווייכע אבער שטארקע מאטריאל
- האט עטליכע פראקטישע טעשעלעך פאר פאספארט, טאבלעט, ווייערס וכדו'
- האט א זיפער וואס פארברייטערט די capacity
- טראגט זיך גרינג און פראקטיש
- האט א port וואו מ'קען קאנעקטן א power bank אינעווייניג, און איינשטעקן א ווייער פונדרויסן
און נאך…

די געווענליכע פרייז איז $39.98, אבער יעצט איז דא 20% קיופאן און ס'איז בלויז $31.98!


https://amzn.to/490rldy
פיילס
02_Backpack.jpg
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2308
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 4531

Re: וואס לייגט מען אינעם רענצל - @רוממה

פאוסט דורך פשוט און גראד »

ווי געשריבן, קען מען אינעם בעקפעק מחבר זיין א power bank צו שפייזן די דעווייסעס וואס מ'ברויך אויפן וועג. אבער רבוש"ע! פון וואו נעמט מען אזא אייטעם?
אה, זארגט אייך נישט, פון עמעזאן!
א power bank, אדער ווי די בחורים רופן עס, א בעטערי פעק, איז א זאך וואס איז נוצבאר פאר אסאך מענטשן טאג-טעגליך, אבער בפרט ווען מ'פארט אוועק פונדערהיים, און מ'ווייסט נישט אויב אין פליגער\עירפארט וועט זיין א פלאג אוועילעבל צו איבערפרישן די דעווייסעס וואס מ'דארף אזוי קריטיש.
דאס איז איינע פון די פראדוקטן פון וועלכע ס'זענען דא הונדערטע אפציעס, אבער ס'איז וויכטיג צו קויפן דייקא פון א בדוק ומנוסה'דיגע ליסטינג, ווייל אסאך טעכנעלאגישע פראדוקטן ווערן פאבריצירט אויף א junky אופן אין כינע, דערנאך האט מען עגמת נפש אז ס'ארבעט נישט ווי ס'ברויך צו זיין. (גראדע קען איך נישט גאראנטירן אז די וואס איך האב קומט נישט פון אונטער זשימפינג'ס רעזשים, אבער איך קען מעיד זיין ס'ארבעט פיין און ס'איז פון גוטע קוואליטעט).
די רעקאמנדירטע פראדוקט איז א סעט פון צוויי, וואס איטליכס פארקערפערט אין זיך 10,000 mAh פון בעטערי-קראפט. ס'איז לייכט אין וואג, אבער איז גלייכצייטיג אויך שטארק און דויערהאפטיג. 10 אלפים פון mAh איז גענוג פאר וויפיל דער געווענליכער טרעוועלער דארף, אבער מ'האט דעם צווייטן פאר א גרעסערע געברויך.
אין יעדעס קען מען אריינשטעקן צוויי USB ווייערס וואס "געבן" טשארדזשינג, ווי אויך האט עס סיי א type B און סיי א type C צו טשארדזשן דעם באנק.
נאך א דעטאל פארוואס איך גלייך דעם פראדוקט, יעדע bank עקסטער קומט מיט צוויי קורצשטרעקיגע ווייערס וואס מ'קען נוצן פאר טשארדזשינג, א type B און א type C. ד.ה. אז פאר דעם פרייז באקומט איר אויך 4 cables וואס זענען - פונקט ווי די באנק גופא - דויערהאפטיג, און צורייסן זיך נישט אזויווי אסאך אנדערע (איך האב עס שוין א לאנגע צייט).

די געווענליכע פרייז איז $21.99, אבער יעצט איז דא 22% דיסקאונט און ס'איז בלויז $17.09!

https://amzn.to/3CPwkBI
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2308
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 4531

Re: וואס לייגט מען אינעם רענצל - @רוממה

פאוסט דורך פשוט און גראד »

נאך אן item אין די טשארדזשינג קאטעגאריע וועלכע איך נוץ און טוה רעקאמענדירן, איז די פירפאכיגע קאר טשארדזשער וואס קומט מיר גאר שטארק צוניץ ווען איך פאר מיט א גרופע פון מענטשן אין די מרחקים.
די adapter ווערט אריינגעשטעקט אין די געווענליכע טשארדזשינג port וואס יעדע קאר האט, וארבעה ראשים יוצאים ממנה, און מ'קען דורך דעם טשארדזשן 4 באזונדערע דעווייסעס.
אזוי אז ווען די חברים פארן אויף מקומות, קען מעכל אריינשטעקן זיין מהדרין GPS (וואס ארבעט נישט אין אייראפע סייווי), חיים דוד קען איינפלאגן זיין נסיעה-טעלעפאן (וועלכע ער האט דערווייל נישט געפיגערט וויאזוי ארויסצוקאלן אבער געטשארדזשט דארף עס זיין), גרשי נעמט איין פלאץ פאר זיין טעבלעט (וואס ער האלט אין איין ריפרעשן, אבער נישטא גענוג נייעס אנצופילן זיין ליידיג צייט), און איינס בלייבט ליידיג פאר עניוואן וואס דארף עס עכט!
די פראדוקט איז נוצליך אויך סתם אזוי פאר איינעם וואס וויל האבן א עכטע גוטע שלום בית און אפילו נישט אנקומען צו קיין ספק פון א נידון ווער ס'באקומט די איינציגסטע טשארדזשער אין קאר. אבער ווי געזאגט, ביי א נסיעה איז די נוצליכקייט סך לעכטיגער.

די פרייז איז אן איידעלער $7.99
https://amzn.to/49iCA0V
פיילס
04_12V_Port.jpg
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2308
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 4531

Re: וואס לייגט מען אינעם רענצל - @רוממה

פאוסט דורך פשוט און גראד »

ווידער וועלן מיר דא רעקאמענדירן א פראדוקט אין די power אפטיילונג פונעם געשעפט. דאס איז א ספעציעלע פראדוקט וועלכע מ'שטעקט אריין אינעם געווענליכן קאר port, אבער מ'קען פון דעם ממציא זיין חיונה פאר סיי וועלכע זאך וואס נוצט א געווענליכע plug.
איך האב עס געקויפט אינדערצייט וואס די ב"ב האט געהאט א קעמערא וואס האט געפאדערט א טשארדזשער וועלכע מ'מוז איינשטעקן אין א געווענליכע outlet, און איך האב עס געדארפט האבן אין קאר לעת הצורך. היינט האט זי שוין א קעמערא וואס מ'קען טשארדזשן מיט א געווענליכע USB (אויך האב איך מיך שוין ערלויבט די באקוועמליכקייט פון אינסטאלירן אין מיין קאר א געווענליכע outlet, אבער ששש… ס'קען זיין גילוי…)
אבער די עיקר נוצליכקייט דערפון האב איך איינגעקעשט ביים אוועקפארן, ווען איך האב געוואלט קענען נוצן פארשידענע געצייגן אינדערצייט וואס מ'פארט אין קאר אבער מ'קען עס נישט טשארדזשן פון די קאר'ס outlet. למשל א לעפטאפ, א קליינע וואסער קעסל א.א.וו.

ווידער באקומען מיר דא א גוטן פרייז פאר סייבער מאנדעי, $15.99 (אנשטאט די געווענליכע $24.99)


https://amzn.to/418rARZ
פיילס
05_Car_Adapter.jpg
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2308
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 4531

Re: וואס לייגט מען אינעם רענצל - @רוממה

פאוסט דורך פשוט און גראד »

אצינד האבן מיר א פראדוקט פון וועלכע מ'האט שוין מאריך געווען בשבחו דא אויפן וועלטל, אבער וויפיל מ'רעדט איז נישט גענוג! דאס איז די קליינע אבער געוואלדיגע "ווארעמער" וואס באגלייט מיך אויף אלע מיינע טריפס.
די זעקל-אויסזעהענדע הייס-פלאטע איז א חידוש פון א פראדוקט, וואס איז דווקא נוצבאר פאר אונז היימישע אידן וועלכע זענען זיך נישט משקץ דעם גוף מיט נבילות וטריפות, און דארפן אליינס מיטנעמען עסן סיי וואו מען גייט נאר.
רעדנדיג אמאל מיט א גרופע היימישע טרעוולער, איז ארויסגעקומען א קלארקייט, אז די נאמבער איינס פעינינדענעק ביים טרעוולן איז די דאגה פון האבן די מאכלים וואס מ'ברויך.
נישט בלויז דער גוי וואס האט רעסטוראנטן אין עירפארט, עסן ביי יעדע געז סטאנציע, פרישטאג צוגעשטעלט אינעם האטעל א.א.וו. מאכט א גרינגע דזשאב מיטן זיך האלטן זאט ווייט פונדערהיים, נאר אפילו א איד מיט אביסל קלענערע השגות אין כשרות, וועלכער האט א ברייטערע אויסוואל פון הכשרים וואס זענען פאסיג אריינצוגיין אין זיין מאגן, האט פיל א גרינגערע דזשאב זיך צו האלטן זאט אויף א נסיעה.
אבער מיר היימישע אידן, דארפן זיין קריעיטיוו ווען ס'קומט צו באזארגן מזון וצידה אין דער פרעמד.
דעריבער איז עס אויטאמאטיש אזוי, אז ווען מ'פארפראקטישט זיך דאס האבן געשמאקע ווארימע מאכלים אויף די וועגן און שטעגן, איז מען קרוב יותר צו זיין ענטוזיאסטיש אונטערצונעמען נאך א רייזע, און הייבן די איכות פון הנאה אויפן טריפ.
דער פראדוקט קומט מיט א טאפלטן שטעקער, אזוי אז מ'קען עס נוצן סיי אין א געווענליכן outlet און סיי אין די קאר'ס. אויף איינע פון מיינע רייזעס האב איך עס גענוצט אויפן פליגער איבערצואווארימען די בייליג און קארטאפל וואס די רביצין האט זארגפעליג אריינגעשטעלט אין א סטארעדזש-סייז בעקעלע, ס'האט געהאט אלע טעמים!
אין א צווייטע געלעגנהייט האב איך זיך באנוצט דערמיט אין קאר, אינדערצייט וואס איך האב מיך אנגעזעטיגט מיט נפלאות הבורא אויף א לענגערע sceinic דרייוו, האט זיך א מיעל-מארט טעצעלע געווארימט אויפן הונטערשטן זיץ, און געווען קאכעדיג הייס און פריש ביים אנקומען אינעם AirBnB.
א קרוב משפחה מיינער האט זיך רעגלמעסיג באנוצט דערמיט אינדערצייט וואס זיי זענען סטאק געווען אין שפיטאל ל"ע מיט א פאמיליע מיטגליד, די פשוט'ע טאשקע דעזיין ציהט נישט קיין פרעמדע בליקן פון שטאב און רייניגער וועלכע וואלטן נישט געווען פרייליך צו זעהן איינגעשטעקט א געהעריגע פלאטע אינעם שפיטאל\האטעל.

סייבער מאנדעי שענקט אונז א דיסקאונטעד פרייז פון $27.96 (רעג. $34.95)



https://amzn.to/3Vg1EzS
פיילס
Warmer.jpg
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2308
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 4531

Re: וואס לייגט מען אינעם רענצל - @רוממה

פאוסט דורך פשוט און גראד »

אז מ'זענען מיר שוין אריין דא אינעם מאכלים קאטעגאריע, לאמיר שוין רעדן פון די ספעציעלע באטעלעך וועלכע איך נעם מיט צו האבן חלב ישראל פאר קאווע.
ווי מ'ווייסט, טוט די TSA קאנפיסקירן סיי וועלכע דבר לח וואס מ'וויל ארויפטראגן אויפן פליגער, אן אויסנאם זענען קליינע מאס באטעלעך פון 3.4 אונסעס אדער ווייניגער, וואס ליגן אין א resealable דורכזיכטיגע בעג.
דעריבער נוץ איך די ספעציעלע קליינע באטעלעך וואס נעמען אריין ווייניגער ווי די לימיט, און איך פיל זיי יעדעס מאל אן מיט חלב ישראל פאר געשמאקע קאוועס על אם הדרך. די מעלה מיט די באטעלעך זענען אז ס'איז גאר גוט sealed אז גארנישט זאל ארויסטראפן, ווייל אסאך אנדערע אפציעס וואס זענען דא צו קויפן זענען נאר גענוג גוט פאר זאכן מיט אביסל א דיקערן texture, ווי למשל קריעם, gel אדער שאמפו.
די באטעלעך קענען אנגעפילט ווערן מיט סיי וואס, איך האב נאר געשריבן מילך ווייל אויף דעם נוץ איך עס. אבער אויב "מוזט" איר האבן דוקא דבש מאראנצן זאפט יעדע פאר שעה, זענט איר מער ווי וועלקאם עס צו נוצן אויף דעם.
דאס איז אויך פון די פראדוקטן וואס זענען דא צענדליגע, און אויב נישט הונדערטע, אפציעס, אבער פאר א גוטע פארמאכטע באטל וואס נעמט אריין די מאקסימום, ועל כולם ס'איז שוין tested and proven, קויפט מען דאס די פעקל וואס איז רעקאמענדירט אינעם לינק.
שפארט צוויי דאללער, אצינד איז עס $7.99 אנשטאט די געווענליכע $9.99




https://amzn.to/3ODtjHe
פיילס
06_Bottles.jpg
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2308
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 4531

Re: וואס לייגט מען אינעם רענצל - @רוממה

פאוסט דורך פשוט און גראד »

די לעצטע פראדוקט אויף די יעצטיגע ליסטע איז ספעציעל פאר ווען מ'פארט אויף מקומות הקדושים אדער א פלאץ וואו מ'איז ביינאכט אין די outdoors.
דאס איז גאר א גוטע, לייכטע אבער מאכטפולע headlamp, וועלכע שיינט שטארק און באלייכט דעם גאנצן ארום וואו מ'גייט.
טראץ די קליינע סייז, איז די אור דערפון זייער שטארק, עד כדי כך, אז זייענדיג אויף מקומות פאר אפאר חדשים צוריק, האב איך אומוועלנדיג ארויפגעשיינט אויף א הויכע בוים צענדליגע פיס אוועק און א מחנה פון פייגלעך וואס האבן דארט גענעסטעוועט האבן זיך דערוועקט און גענומען מאכן קולות וברקים אויף די מיט-נאכטיגע שיינעריי…
ס'איז גאר גוט צוניץ געקומען ביי מיין פאריגן נסיעה, גייענדיג אויף אזעלכע מקומות ווי לובלין און נאך, וואס האבן נאכנישט געזעהן די שיין פון א לייט זייט די צווייטע וועלט מלחמה און ס'איז קרוב לגעפארפול צו קריכן דארט באישון לילה.
איך לייג ספעציעל דעם ליסטינג, ווייל ס'קומט מיט טשארדזשער, אנדערע קען מען נישט ריטשארדזשען, און מ'דארף קויפן נייע בעטעריס ווען זיי לויפן אויס.

א פעקל פון צוויי איז אצינד $15.18 אין קעגנזאץ צו די רעגולארע $22.99

https://amzn.to/4fN4Tam
פיילס
07_Lights.jpg
שרייב פאוסט