בלאט 1 פון 1

פופציגער'ס ברילן: כשם שאני רוקד כנגדיך ווי א וואנזיניגער

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 2:50 pm
דורך פופציגער
א גוט יאר מיינע פריינט.

האמיר שוין לאנג נישט אפירגענומען די ברילן, לאמיר געבן אזא וויש אפ דעם גלאז, נא... ער ווישט זיך נישט... הההכהההההאא הההכהכהאאא...!!! אה, פיין פארהויכט, יעצט ווישט זיך עס א מחי'.

היינט לאמיר באטראכטן אונזער טענצל אינעם קידוש לבנה רינג וועלכע דרייט זיך צום טאקט פון קנאקעדיגע מוזיק, דער באקאנטער "קוטשמע טאנץ" וועלכע ווערט מיט סיסטעמאטישע פרייד און הארטע שטומפיגע שמייכלען אויף די געזיכטער, אפגעראכטן ביי היימישע חתונות.

מיר וועלן נישט רעדן פון א ספעציפישע חתונה, נאר פון א דזשענעראל בילד, וואס אט דאס ברענגט אונז צו צו דעם ארטיקל, אז מען דארף נישט רעדן פון א ספעציפישע חתונה, נאר ס'אלעמאל די זעלבע זאך... אזא מסורה און טראדיציע וואס גייט צוריק שוין דורי דורות ביז די פריערדיגע פוילע פעטערס און צעלאזטע שוואגערס.

אקעי, כ'גיי נישט יעצט זיין טיפיקל און רעדן פון די קוטשמע טאנץ. נע, דאס איז שוין צופיל אויסגעדראשן געווארן, אזש ביי יעדע חתונה קענט איר באמערקן ווי די יונגלייטלעך, ספעציעל די דאָאָדס, די קילע - געווענליך די ערשטע קוזינס - וועמען עס פאסט נישט עכט צו טאנצן אינעם רינג, אבער מוזן ווייל אַ-ניש העט זיידי נאך אויסזאגן באבי'ן און דאן וועט דער וועלט קומען צו אן ענדע, קען מען זען ווי זיי זענען מקפיד צו לאכן ווי קעלבערנע זיבעלעך, אזוי זיך אנכאפנדיג אינעם גראבן פעטער האנט ביי האנט, און לאכן צום קוזין פון די אנדערע זייט רינג, כלומר: חחח... די קוטשמע טאנץ...

אורח פורח דו, לאך נישט פונעם פעטער מיט די הויפענעס פעטנס, לאמיר זען וואס דו קענסט, נעם זיך טאנצן לעבעדיג! נו! געב א טאנץ!

ווילסטו נישט, הע? ביסטעך דער זעלבער קוטשמעניאק ווי דעם פעטער.

דער איינציגסטער וואס טאנצט יא לעבעדיג אין דעם רינג, איז דער קליינער נעפיו פון די כלה, ער איז 5 יאר אלט, זיין מאמע האט אים געגלאנצט און געפּאַלישט די פאה'לעך פאר'ן קומען, און ער טרייט צו טאנצן לעבעדיג, בשעת ווען יעדע מינוט רוקט זיך נאך איינער ארויס פון די רינג... פונקט וועמענ'ס גורל ס'געפאלט אנצוכאפן די הענטעלעך פון דעם צעלאזטן אינגעלע, וויל פונקט גיין טרונקען ווארימע לעמאן סאדע.

עניוועי, וואו זעמיר פארפארן?... אה, האמיר זיך בטעות מיטגעדרייט אינעם רינג... סארי...

איז אזוי, וואס מיר שטערט איז דער צווייזייטיגער טאנץ וואס פאסירט אין צענטער פונעם רינג, און איז גראדע געווענליך עווענטועל דער אויפלעזער פונעם רינג.

דער חתן קומט אריין, ביזנעס עז יוזשועל, צוויי ברידערס, א פעטער, און דער געשמאקער קוזין, הייבן אים אויף, ווען דער נייער שוואגער, דער 13 יעריג בחור'ל טרייט אויך אנצוכאפן מיט'ן שפיץ פינגער דעם מטה - - סארי, דעם בענקל... מ'מאכט אביסל פאן מיט'ן חתן, און דאן טראסקעט מען אים אראפ נעבן זיין עמאציאנאלער פאטער וועלכע כאפט אים אן און פארגייט אין א פייערליכן טאנץ.

דאן הייבט זיך עס אן...

ווי א שטורעם ווינט אויף טרוקענע זאמד, נעמען זיך אריינשטורעמען קינדער, איידימער, ברידער, שוואגערס, פעטערס, קוזינס, און די פאר "בעסט פרענדס" פונעם מחותן, און פארמירן שורות איינס קעגן ס'אנדערן, און ס'הייבן זיך אן פראסקעדיגע געטענץ.

אקעי, די שורות פאר זיך פאדערן א שטיקל אפהאנדלונג...

די שורות זענען ווי די באקאנטע סדום בעטלעך, אלעמאל וועסטו זען אז דער קליינער נעפיו וועט פונקט אנכאפן דעם גרעסטן פעטער, און פרובירן לייגן זיינע הענטעלעך אויף יענעמ'ס ריזיגע ארכי פלייצעס, און די גאנצע טאנצן וועט מען זיין ביזי ארומרוקן פאזיציעס, לייג דיינט הענט אויף מיינס... אקעי ניין, פארקערט... אקעי, ווייסטע וואס? לאמיר זיך אנכאפן געהעריג און שוין... אראפ פון די פלייצעס...

נ'עניוועי... וואס מיר באדערט איז אזוי.

מילא ווען דער אבי הבן טאנצט מיט'ן חתן, און די גאנצע משפחה שווימט אריין אין שורות, קען איך עס נאך אראפשלינגען (נישט פיזיקלי אראפשלינגען אלע מענטשן, אקעי, וואטעווער)... ווען דער זיידע פונעם חתן טאנצט גלייך דערנאך, איז נאך אויך א האלבע צרה.

ווי נישט ווי האט זיך הערשט יעצט פארמירט דער גרויסער רינג, און ס'ווערט נאכנישט צושטערט.

וואס פאסירט אבער ווען מ'מאכט דעם סוויטש, און די כלה'ס משפחה דארף אריינקומען טאנצן אין שורות, דאס איז ממש קאטאסטראפאל... ממש ווי א נוקלעארע צונאמי...

אויפאמאל זעט מען ווי אלע בני משפחה פונעם חתן, זקנים עם נארנים, יאגן ארויס פונעם רינג מיט אימפעט און קראפט, די פלעינע וועלן זיך אריינשטעלן אין די גרויסע רינג, די אויבער חכמים וועלן דאן אריינשלעפן עפעס א גרינעם עלטער פעטער טאנצן מיט'ן מחותן אזוי האלב מחוץ למחנה'דיג ביים עק פונעם רינג, און די געשמאקע וועלן דאן פונקט האבן א פאון קאל אינדרויסן ווילנדיג אויסמיידן דעם קוטשמערישן טאנץ.

אצינד איז די זאך אפיציעל פארביי.

נאך דא אפאר צדקה גייער וועלכע ווארטן אויף די מינוט צו קענען צוגיין צום רייכן מחותן, און געציילטע עלטער פעטערס וואס דארפן "יוצא זיין" די חתונה, און אפשר אפאר צווייטע קוזינס, וואס טאנצן נאך אינעם גרויסן רינג, אבער חוץ פון דעם איז די זאך געשלאסן.

די משפחה פונעם חתן וועלן געווענליך גאנץ שנעל פארמירן זייער אייגענעם רינג דארט נעבן די מוזיק, און ביז אפאר מינוט בלייבט איבער צו זען אפאר אידן מיט ארויפגעדרייטע בערד און פלאכע שיך וואס טאנצן נאך אינעם רוטין פונעם געוועזענעם רינג, זיי וועלן געווענליך האלטן ביידע הענט אויסגעשפרייט אבער נישט אנכאפן קיינעם, ביז ווען זיי ווערן אויך מיד, און די גאנצע זאל ווערט איין שטיק צעפארעניש.

דער זיידע פון די כלה וועט שוין געווענליך ברויזן זיך טרעפנדיג טאנצן איינער אליינס ווי א זיידע אויפ'ן מארק.

פרעג איך אייך... קען מען אזאנס לאזן אנגיין? איז דען נישט צייט צו אויפלעזן דעם "אני רוקד כנגדיך" טאנץ?

הא? וואס?

זאל מען זיך טרעפן אויף שמחות. א פרייליכן זונטאג.

Re: פופציגער'ס ברילן: כשם שאני רוקד כנגדיך ווי א וואנזיניגער

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 3:12 pm
דורך אויסגעשארפטע בליי
@פופציגער 🤣🤣🤣🤣😂😂😂😂
דו ביסט נישט נארמאל 🤣😂😂
איך האלט נאך אנפאנג.
גיימער ווייטער ליינען.

Re: פופציגער'ס ברילן: כשם שאני רוקד כנגדיך ווי א וואנזיניגער

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 3:17 pm
דורך אויסגעשארפטע בליי
יעצט געענדיגט.
@פופצי ביזט קעש!! זיך צו באלעקן.
שוין לאנג נישט געלאכט אזוי אויף א זונטאג.
האקט. ממש פאריגע וואך געלאכט וועגן די טישו סיטואַציע.

Re: פופציגער'ס ברילן: כשם שאני רוקד כנגדיך ווי א וואנזיניגער

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 3:19 pm
דורך אויסגעשארפטע בליי
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 3:17 pm יעצט געענדיגט.
@פופצי ביזט קעש!! זיך צו באלעקן.
שוין לאנג נישט געלאכט אזוי אויף א זונטאג.
האקט. ממש פאריגע וואך געלאכט וועגן די טישו סיטואַציע.
לרבים השואלים.
כאב מיר אליינס אריינגעהאקט. וק"ל.

Re: פופציגער'ס ברילן: כשם שאני רוקד כנגדיך ווי א וואנזיניגער

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 3:56 pm
דורך א קלער
א פופציגער כדבעי!

זעה איך יעצט אז איך האב פארפעלט אפאר פופציגערס

Re: פופציגער'ס ברילן: כשם שאני רוקד כנגדיך ווי א וואנזיניגער

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 4:05 pm
דורך יוחנן כהן
פופציגער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 2:50 pm
מילא ווען דער אבי הבן טאנצט מיט'ן חתן, און די גאנצע משפחה שווימט אריין אין שורות, קען איך עס נאך אראפשלינגען (נישט פיזיקלי אראפשלינגען אלע מענטשן, אקעי, וואטעווער...)
:lol: :lol: :lol:

Re: פופציגער'ס ברילן: כשם שאני רוקד כנגדיך ווי א וואנזיניגער

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 7:58 pm
דורך ידידי הנגיד
פופציגער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 2:50 pm און ביז אפאר מינוט בלייבט איבער צו זען אפאר אידן מיט ארויפגעדרייטע בערד און פלאכע שיך וואס טאנצן נאך אינעם רוטין פונעם געוועזענעם רינג, זיי וועלן געווענליך האלטן ביידע הענט אויסגעשפרייט אבער נישט אנכאפן קיינעם,
זיי זענען מקיים די סוף פון די פסוק ואיני יכול לנגוע בך...

יויש האסטו דערלאנגט א פארציע אין מיינע מילצן אריין... ס'טוט מיר נאך יעצט וויי..

Re: פופציגער'ס ברילן: כשם שאני רוקד כנגדיך ווי א וואנזיניגער

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2024 1:07 pm
דורך שבת קודש
@פופציגער פיין פיין

און וואס טוט זיך מיט די צוריקוועגעס שורה וואס פאלן ארויף אויף די קינדער וואס שטייען אונטער זיי די שטריימלך פליען די קינדער הייבן אן צו קאכן
אדער די זעצעס וואס די אומשולדיגע מענטשען וואס וואקן מיט א רואיגקייט אין די גרויסע רינג כאפן פון די צוריקוועגעס שורה וואס קומען צו פליען מיט א שנעלקייט

סתם לידיעה די טאנץ איז נישט דורי דורות ס'איז בערך 20 יאר אלט אמאל פלעגן די זיידעס טאנצען איינער אליין