גיי צו די הויכע פענסטערס! (#שלפים 5)

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
יש משהו
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:15 am
x 118

גיי צו די הויכע פענסטערס! (#שלפים 5)

פאוסט דורך יש משהו »

Off Topic

מיטן דריקן דא וועט איר גלייך אנקומען צום הערליכע דיזיינטע פי די עף געמאכט דורך הרב ידידי החשוב @זיידענע העמדל.
שלפים חיי שרה. סופי.-1.pdf
(321.94 KiB) דאונלאודעד 18 מאל
עס איז דא דארט עפעס וואס צוליב סיבות האב איך נישט געקענט ברענגען דא
פרינט עס ארויס צו האבן וואס צו ליינען אויף שבת! עס איז 7 זייטן!
גיי צו די הויעכע פענסטער!


גבריאל, איז געווען די עושר פון שטאט, ער האט געהאט א ריזיגע פאלאץ, ער איז אוודאי אויך געווען די ראש הקהל מיט די פושקע טאביק, און פארשטייט זיך האט ער געהאט א בת יחידה, איין איינציג טאכטער.

און יענער דערפל איז אויך געווען, די אלמנה מיט 7 יתומים וואס האט געוואוינט אין א כאטקע 'ביים עק פון שטאט', מעכל בעל עגלה, זאנוויל די וואסער טרעגער, און די אלע פיגורן וואס מיר קענען פון אלע אמאליגע מעשיות, און אוודאי אויך האט געוואוינט דארט אונזער מאשקע וואס די פריץ האט אים זייער ליב געהאט, און אין זיין קרעטשמע פלעגט איוואן זיך אנשיכורן און ארויסגיין אן באצאלן.

אויך נעבן די דערפל איז פארהאן א ריזיגע וואלד, וואס יעדער וואס גייט עס אריבער בלאנדזשעט דארט בדרך כלל, און טאמער ווייסט ער נישט ווי צו גיין און ער וועט קוקן זייער שטארק וועט ער זען פונדערווייטנס א שיין, און ער וועט אנקומען צו א ליידיגע הויז, און פון דא און ווייטער קען שוין יעדער די מעשה.

און אזויווי אלע אנדערע דערפלעך אין יענע תקופה, איז אויך געווען אין אונזער דערפל, א ריזיגע בארטן, דארט ווי די שיפן פלעגן אנקומען. און ווער רעדט נאך פון א טייך וואס אין די ווינטער האט מען געדארפט צוברעכן די אייז כדאי זיך צו קענען טובל'ען דארטן, - דעיס דארף מען אפילו נישט דערמאנען...

לאמיר צוריקגיין צו אונזער גבריאל, די ראש הקהל, ער האט פארמאגט א ריזיגע הויז, (גלייב מיר איז אין יענע צייטן האט אפילו די רייכסטע מענטש נישט געהאט א בית הכבוד אינדעהיים...) מיט הערליכע אויסגעשניצטע טירן, קריסטאלענע הויעכע פענסטער, און שיינע ספרים שאפעס און זילבער שאנקן.

ויהי היום, עס איז געווארן ווינטער, און אינדרויסן האט געהערשט א פראסט, יענע צייטן איז נאך געווען פאר די גאנצע גלאבאלע ווארמונג, און קאלט האט געמיינט קאלט! פריזינג!

די ארעמע יודן טאקע, האבן נעבעך כמעט נישט געהאט קיין וועגן וויאזוי זיך אנצוווארעמען און קוים וואס זיי האבן זיך דערהאלטן ביים לעבן, דא און דארט - ווען די פרעסט האט מממש איבערגעוואויגען און מ'האט געשפירט אז דאס איז עס, האבן זיי בלית ברירה ארויסגענומען א קליינע האלץ וואס זיי האבן אוועקגעלייגט נאך אין די זומער, און דאס אנגעצונדן, און זיך דערווארעמט אביסל זייער פארפרוירענע ביינער.

אבער אונזער ר' גבריאל, פלעגט זיך שטענדיג אן עצה געבן, געלט איז נישט געווען קיין פראבלעם, ווען ער האט געוואלט האט ער געקויפט גוטע טייערע העלצער צו אנווארעמען זיין אויוון, אבער נישט סתם א אויוון, א קאלעך-אויוון!! די גאנצע הויז איז געווארן הייס! און זייענדיג א בעל חסד פלעגן טאקע אסאך יודן קומען דארט פשוט אויף זיך אנציווארעמען און שפעטער ווייטער גיין זייער וועג.

אבער דאס אלעס - ביז יענע יאר!!
איין יאר איז געשען, די קעלט איז געקומען, די פראסט האט אנגעהויבן אריינדרינגען אין די ביינער, אויווענעס האבן אנגעהויבן צו ברענען. אבער פאר ר' גבריאל איז קאלט. פריזינג. פארפרוירן.

גארנישט האט געהאלפן, די אויוון זיינע האט געפלאקערט אויפן העכסטן, אבער עס איז נאכאלס קאלט. מ'האט גערופן די משרת זאל גיין קויפן נאך העלצער, אפשר איז דאס יאר מער קאלט ווי יעדעס יאר און מ'דארף מער העלצער און א גרעסערע פייער. אבער ס'האט געהאלפן א פייג. ס'איז נאכאלס פארפרוירן, און ר' גבריאל שיבערט פאר קעלט.

מ'האט געשיקט זיין משרת צו עפעס א ווייטע פלאץ צו גיין קויפן גאר גאר טייערע העלצער וואס ווען עס ברענט ווערט די פייער גאר שטארק הייס, און עס האט נאכאלס נישט געהאלפן.

ר' גבריאל האט נישט געהאט קיין ברירה נאר אויסגערופן און אויפגעהאנגען ריזיגע פלאקאטן אין שטאט, אז דער וואס וועט אויפקומען מיט א עצה פאר זיין קעלט, וועט ער אים באלוינען מיט גאר א גוטע באלוינונג, טויזנט רובל! איר ווייסט דאך וויפיל טויזנט רובל אין יענער צייטן, עפעס א אויסטערלישע אסטראנאמישע סומע, וואס איז נישט דא זיינס גלייכן. (א סומע וואס אויב האט די פריץ פארלאנגט 1000 רובל צו קענען אויסלייזן מאשקע פון גרוב - האט די גאנצע שטאט נישט געקענט צאמשטעלן אפילו האלב פון אזא סכום!)

און תיכף האט די עולם אנגעהויבן שטראמען צו זיין הויז מיט עצות ותושיות. איינער האט גע'טענה'עט אז ער מיז עסן בעסער, א צווייטע האט גע'טענ'הט אז ער מוז שלאפן לענגער אריינגעטינקן אין 3 דיקע דאכענעס, א אנדערע איז אויפגעקומען אז ער מוז מאכן עקסערסייז, אבער דאס אלעס איז געווען פאר ר' גבריאל שטותים והבלים, און ער האט פארטריבן די אלע אויבער-חכמים. קיין איין יאר האט ער נישט געדארפט טון די זאכן, און עס איז געווען פיין ווארעם, וואס איז געשען דיע יאר? מה נשתנה?

מ'האט אפילו געלאזט רופן א דעלעגאציע פון אויסגערופענע כעלם'ער חכמים, אבער זיי האבן אויך נישט געקענט אויסטרעפן וואס איז די סוד פון דאס היי-יאריגער איבערגעטריבענער קעלט.

ביז פישל איז זיך אנגעקומען.... יעדער ווייסט פונקטליך ווער פישל איז (יא יא, דע פון גדי פאללאק), די שנארער, די אורח, די לאך, די שלימזל און נאך אזעלכע סארט טיטלען. אלע האבן אים געקענט אלס די נעבעך פונעם דארף, שטאטס-נאר.

דאס האט גורם געווען אז ווען מ'האט באמערקט פישל'ן ווענד זיינע טריטן צום גרויסן שיינעם ראש הקהל'ישן הויז, האט עס ארויפגעברענגט א געלעכטער אויף די פנים'ער פון די ארומיגע.... פישל? די גייסט געבן עצות?? ביסט דאך א טיפש ושוטה, ניטאמאל קענסטו א' ב', ניטאמאל האסטו שכל וויאזוי צו לייזן אפאר רובל... די?

אבער פישל האט זיך גארנישט דערשראקן, ער שפאנט מיט זיכערע טריט אריין צום ראש הקהל'ס אויפנאמע צימער, און ווארט אינעם ווארטזאל ביז עס קומט זיין רייע.

ר' גבריאל, ווען ער האט געזען פישל מיט זיין אפגעריסענע קליידער, האט גוט געוויסט מיט וועם מ'האנדלט דא, אבער פארט האט ער רחמנות געהאט אויף אים און אים אויסגעהערט.

פישל הייבט אן מיט א פחד'יגע שטימע.

אדוני ראש הקהל, אזויווי יעדע איינער איז שוין געקומען מיט זיין מהלך, שיטה, דעה, געדאנק, חכמה, פיקחות, אבער ביזדערווייל האט גארנישט געהאלפן, מיין איך אז די איינציגסטע וועג וואס וועט ארבעטן איז, פשוט.

גיי צו די הויעכע פענסטערס!!!

און פארמאך עס.
כ'מיין אז די גרינגסטע צו רופן די סייט איז אי-טיש, עלעקטראנישע טישל... (אזויווי איי-וועלט)
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4057
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11241

Re: גיי צו די הויעכע פענסטער! (#שלפים_5)

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

גוט! א מוירעדיגע מאנסע, מיט א געוואלטיגע מיסער האסקעל!

--
אגב, ס'איז נישט קיין שום פראבלעם צו ארויפלייגן דא א שמועס מיט אן אייוועלט ניק. לידיעה בעלמא.
שרייב פאוסט