בלאט 1 פון 2

א יוד אין דער וועסט - A Yid in the West - יצחק גראסמאן

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 11:29 pm
דורך אלע צוזאמען
שמועסן און דיסקוסיעס איבער ארויסמופן צו פריש געשאפענע געגנטער, אין חכם כבעל הנסיון, ר' יצחק גראסמאן טיילט מיט און שמועסט זיך אויס איבער ארויסמופן צו נייע געגנטער.

https://chat.whatsapp.com/Ids06BzzxR5ILA7nFZ2cIX

Re: א יוד אין דער וועסט - A Yid in the West - יצחק גראסמאן

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 11:30 pm
דורך אלע צוזאמען
ערשטע עפיסאוד.

אינטרודאקשען, וואס איז דער ציל פונעם גרופע?

Re: א יוד אין דער וועסט - A Yid in the West - יצחק גראסמאן

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 11:31 pm
דורך אלע צוזאמען
צווייטע עפיסאוד.

פארוואס און ווער זענען די מענטשן וואס מופן ארויס?

Re: א יוד אין דער וועסט - A Yid in the West - יצחק גראסמאן

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 11:32 pm
דורך אלע צוזאמען
דריטע עפיסאוד.

וויאזוי ווערן מיר אויפגענומען דורך די שכנים פונעם געגנט?

Re: א יוד אין דער וועסט - A Yid in the West - יצחק גראסמאן

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 6:12 pm
דורך אלע צוזאמען
פערטע עפיסאוד.

וואס האט אנגעצינדן א פייער אין מיר צו זיך נעמען אין די הענט אריין און מופן?

Re: א יוד אין דער וועסט - A Yid in the West - יצחק גראסמאן

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 11:55 pm
דורך אלע צוזאמען
אלע צוזאמען האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 11:29 pm שמועסן און דיסקוסיעס איבער ארויסמופן צו פריש געשאפענע געגנטער, אין חכם כבעל הנסיון, ר' יצחק גראסמאן טיילט מיט און שמועסט זיך אויס איבער ארויסמופן צו נייע געגנטער.

https://chat.whatsapp.com/Ids06BzzxR5ILA7nFZ2cIX
פאר די אידן וואס האבן יא לינקד-אין אבער נישט וואטסאפ, האמיר דא א לינק צו א גרופע אויף לינקד-אין, וואס אזוי וועט איר אויך קענען דיירעקט קאנטאקטן ר' יצחק צו הערן מער.

https://www.linkedin.com/groups/12867748

Re: א יוד אין דער וועסט - A Yid in the West - יצחק גראסמאן

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 11:55 pm
דורך אלע צוזאמען
עפיסאוד נומבער פונעף.

וואס איז מיט די משפחה ארום?

Re: א יוד אין דער וועסט - A Yid in the West - יצחק גראסמאן

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 02, 2024 3:46 am
דורך וכן נוהגין
אלע צוזאמען האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 11:55 pm עפיסאוד נומבער פונעף.

וואס איז מיט די משפחה ארום?

קענסט אפשר אויך ברענגן פון הרב יצחק גרין? ער האט גוטע סחורה, מלא תוכן.

Re: א יוד אין דער וועסט - A Yid in the West - יצחק גראסמאן

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 02, 2024 10:23 pm
דורך אלע צוזאמען
זעקסטע עפיסאוד.

ספעציעלע עפיסאוד, א שמועס מיט נחמן לעפקאוויטש, פארוואס האט ער ארויסגעמופט פון ניו יארק.

Re: א יוד אין דער וועסט - A Yid in the West - יצחק גראסמאן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 10:40 pm
דורך אלע צוזאמען
זיבעטע עפיסאוד.

וואס טוט מען ווען נאר איין צד פון די משפחה וויל מופן, געדאנקן און עצות וויאזוי אריינצוברענגען דער מאן/ווייב אין די געשמאק פון מופן צו א נייע געגנט?

Re: א יוד אין דער וועסט - A Yid in the West - יצחק גראסמאן

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 1:51 pm
דורך Yankel
וועלכע קהילה פארטרעט ער?

Re: א יוד אין דער וועסט - A Yid in the West - יצחק גראסמאן

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 7:49 pm
דורך אלע צוזאמען
Yankel האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 1:51 pm וועלכע קהילה פארטרעט ער?
ווי איר קענט הערן אינעם ערשטן עפיסאוד, דער ציל פונעם (פאדקעסט) גרופע איז צו אויסשמועסן און ארומרעדן איבער דעם ענין פון ארויסמופן צו פרישע ישובים איבער גאנץ אמעריקע, ווי איך פארשטיי פון די אידן וואס זענען אויפן גרופע (איך האב ב"ה נישט קיין וואטסאפ) איז דא דארט אידן וואס שטעלן פאר כמעט אלע נייע ישובים ביים היימישן ציבור, ר' יצחק וויל דיירעקט נישט פאמפען אדער שטיפן איין ספעציפישע געגנט היות עס איז פארשטענדליך אז יעדער געגנט האט זיך זיינע מעלות און חסרונות, פאר איינעם איז איין געגנט גוט, און פאר אן אנדערע איז א צווייטער געגנט בעסער.

איך האף אז דאס פארענטפערט אייער שאלה.

Re: א יוד אין דער וועסט - A Yid in the West - יצחק גראסמאן

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 9:57 pm
דורך Yankel
אלע צוזאמען האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 7:49 pm

מיין שאלה איז געווען וועלכע קהילה אין קאסע גראנדע?

Re: א יוד אין דער וועסט - A Yid in the West - יצחק גראסמאן

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 10:07 pm
דורך וכן נוהגין
Yankel האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 9:57 pm
אלע צוזאמען האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 7:49 pm
Yankel האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 1:51 pm וועלכע קהילה פארטרעט ער?
ווי איר קענט הערן אינעם ערשטן עפיסאוד, דער ציל פונעם (פאדקעסט) גרופע איז צו אויסשמועסן און ארומרעדן איבער דעם ענין פון ארויסמופן צו פרישע ישובים איבער גאנץ אמעריקע, ווי איך פארשטיי פון די אידן וואס זענען אויפן גרופע (איך האב ב"ה נישט קיין וואטסאפ) איז דא דארט אידן וואס שטעלן פאר כמעט אלע נייע ישובים ביים היימישן ציבור, ר' יצחק וויל דיירעקט נישט פאמפען אדער שטיפן איין ספעציפישע געגנט היות עס איז פארשטענדליך אז יעדער געגנט האט זיך זיינע מעלות און חסרונות, פאר איינעם איז איין געגנט גוט, און פאר אן אנדערע איז א צווייטער געגנט בעסער.

איך האף אז דאס פארענטפערט אייער שאלה.
מיין שאלה איז געווען וועלכע קהילה אין קאסע גראנדע?
ער ארבייט נישט אינטער קהל'ס דירעקציעס.

Re: א יוד אין דער וועסט - A Yid in the West - יצחק גראסמאן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 14, 2024 9:58 pm
דורך אלע צוזאמען
עפיסאוד אכט.

ביי וועלכע סטעידזש אין לעבן איז דער בעסטע צייט צו מופן? זאל מען שוין מופן אין שנה ראשונה אדער אפשר גאר ווען מען איז שוין אין די פערציגער?

Re: א יוד אין דער וועסט - A Yid in the West - יצחק גראסמאן

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 12:31 am
דורך אלע צוזאמען
עפיסאוד ניין.

וואס טוט זיך מיט מוסדות?

די מעלות פון א קליינע מוסד (חדר און סקול) אין די נייע ישובים, און פארוואס עלטערן דארפן זיין מער פארמישט אין די קינדער'ס חינוך.

צו פאלאוען א יוד אין דער וועסט אויף אלע פלאטפארמעס קענט איר גיין צו Ayidinthewest.com

Re: א יוד אין דער וועסט - A Yid in the West - יצחק גראסמאן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 28, 2024 10:23 pm
דורך אלע צוזאמען
צענטע עפיסאוד.

און וואס טוט זיך מיט פרנסה?

דער מיליאן דאלער'דיגע שאלה איבער ארויסמופן צו נייע געגנטער ארויס פונעם טריי סטעיט אידישע מארקעט, ר' יצחק שמועסט אויס וואס קען מען טאן צו טרעפן א גוטע פרנסה אויך אין די פלעצער ארויס פונעם היימישן פרנסה מארקעט.

(דער ווידיאו איז ארויסגעקומען ערב חנוכה, איך בין פשוט נישט אנגעקומען דאס צו ארויפלייגן היות עס האט געפאדערט אביסעלע צו באדעקן בילדער אויף די ווענט).

Re: א יוד אין דער וועסט - A Yid in the West - יצחק גראסמאן

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 12:49 am
דורך אלע צוזאמען
ס'איז שוין טאקע מיטוואך אבער איך האב עס ערשט יעצט ערהאלטן.

א יוד אין דער וועסט - ווארט אויף די פרשה - פרשת מקץ.

'גיב נישט אויף אויף דיין חלום - די ריכטיגע צייט וועט איין טאג אנקומען'.

(דאכזיך אז דער סעריע האט זיך שוין אנגעהויבן פרשת וישב, וועלמיר פרובירן דאס צו באקומען).

Re: א יוד אין דער וועסט - A Yid in the West - יצחק גראסמאן

געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 04, 2025 10:17 pm
דורך אלע צוזאמען
עפיסאוד נומבער עלף.

המשך איבער די נושא פון דזשאבס און א שמועס מיט א אינגערמאן וואס האט געעפענט זיין אייגענע ביזנעס אין א 'אוט אוו טאון' געגנט.

ר' הלל ליכטענשטיין הי"ו פארציילט איבער די שוועריקייטן און אפערטונעטיס וואס זענען דא אין די נייע געגנטער צו עפענען פרישע ביזנעסער.

YITW Episode 11.jpg
YITW Episode 11.jpg (166.75 KiB) געזען געווארן 1265 מאל

Re: א יוד אין דער וועסט - A Yid in the West - יצחק גראסמאן

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 06, 2025 5:46 pm
דורך אלע צוזאמען
א יוד אין דער וועסט - ווארט אויף די פרשה - פרשת ויגש.

עס איז נישט יעצט די צייט חרטה צו האבן אז דו האסט נישט געמופט פריער אין לעבן.

לאז נישט די ניין זאגערס דיקטעטירן דיין לעבן.

Re: א יוד אין דער וועסט - A Yid in the West - יצחק גראסמאן

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 1:20 pm
דורך אלע צוזאמען
עפיסאוד צוועלף.

א קורצע חזרה, וואס איז די מטרה פון דעם פאדקעסט.

עס איז טאקע באקוועם צו ווארטן אויף אנדערע צו מופן, אבער ביז ווען וועסטו ווארטן?

Re: א יוד אין דער וועסט - A Yid in the West - יצחק גראסמאן

געפאוסט: זונטאג יאנואר 19, 2025 3:29 pm
דורך אלע צוזאמען
די רעזולטאטן פון ׳א יוד אין דער וועסט׳ קומען כסדר אריין, ווען אידן מאכן פארבינדונגען מיט אידן אין דרויסענדיגע געגנטער ארויסצומופן.

א מעסעדזש פון א איד וואס גרייט זיך צו באזוכן קליוולאנד אהייאו (לכאורה מער פון די ליטווישע קרייזן) צו אויסטשעקן אויב דאס איז די ריכטיגע פלאץ פאר אים צו ארויסמופן.

Ayiw ohio.jpg
Ayiw ohio.jpg (135.74 KiB) געזען געווארן 1102 מאל

Re: א יוד אין דער וועסט - A Yid in the West - יצחק גראסמאן

געפאוסט: זונטאג יאנואר 19, 2025 3:31 pm
דורך אלע צוזאמען
עפיסאוד דרייצן.

א שמועס מיטן פיאנער ר׳ משה וויגדער, איינוואוינער אין הילסייד ניו דזשערסי.

פארוואס האט ער באשלאסן זיך אויפצוהייבן און ארויסמופן פון ברוקלין ניו יארק צו א נייע געגנט?

(די ווידיאו איז נישט זייער קלאר, זאל איך ארויפלייגן אודיאו אנלי?)

Ayiw episode 13.jpg
Ayiw episode 13.jpg (121.61 KiB) געזען געווארן 1099 מאל

Re: א יוד אין דער וועסט - A Yid in the West - יצחק גראסמאן

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 04, 2025 1:42 pm
דורך אלע צוזאמען
עפיסאוד פערצן.

די מעלות פון וואוינען אין א קליינע קהילה.

מחשבות נאך א סוקסעספולע שבת התאחדות אין קאסא גראנדע אריזאנע.

Re: א יוד אין דער וועסט - A Yid in the West - יצחק גראסמאן

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 10, 2025 1:58 pm
דורך אלע צוזאמען
עפיסאוד פופצן.

אביסל א לענגערע (לייו רעקארדעד) שמועס, ח"ב מיט ר' משה וויגדער דער פיאנער פון הילסייד ניו דזשערסי.

אלעס ארום ארויסמופן, וויאזוי קען מען דאס למעשה טוהן, וואס דארף זיין די ריכטיגע מיינדסעט איבער מופן, וואס טוט מען וועגן משפחה? דזשאב?

איך לייג ארויס א לינק צו Yiddish Videos היות איך האב נישט א לינק צו גוגל דרייוו, אויב איז דא עטליכע וואס קענען עס נישט עפענען, ביטע לאזן וויסן וועל איך פרובירן צו באקומען א גוגל דרייוו לינק.

https://www.yiddishvideos.com/post/epis ... illside-nj