בלאט 1 פון 2
ילקוט מליצות
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 11:38 am
דורך להגדיל הטראסק
בס"ד
א שיינע חלק פון רעדן ברבים, שרייבן א בריוו, שרייבן א נייעס וכדו' איז די מליצות וואס מען ווארפט אריין דרך אגב, דאס איז א געוואלדיגע ספייס און העכערט דעם אינטערעסע און די השפעה וואס די דרשה/געשריבענע ווערטער האט.
דערמיט עפענען מיר דעם אשכול, און מעגליך אז מען וועט דארפן צוטיילן צווישן הלצות לאמירה און לכתיבה, אבער לאמיר קודם אנפאנגען.
Re: ילקוט מליצות
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 11:39 am
דורך להגדיל הטראסק
1. ווען דער אינגל האט דערציילט א מעשה וואס איז געווען געבאקן "הייב אויף דיין קאפל, וועט קומען רויעך..."
2. ווען דער מנהל האט געוואלט אויסדרוקן ווי ווייניג שכל דער בחור האט "ווען שכל מאכט ווען קליין וואלסטו זיך געקענט באדן אין א דעקל פון א ביר פלעשל"
3. "ווען שכל מאכט ווען קליין וואלסטו געקענט זיצן אויף א סעסעמי סיד און שאקלען מיט די פיס" און דער אינגער מחוצפ'ל האט צוריקגענטפערט: "און דער מנהל וואלט געקענט אונטערלויפן..."
Re: ילקוט מליצות
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 11:39 am
דורך להגדיל הטראסק
וועלן מיר דא רעדן אביסל מענינא דיונה
Re: ילקוט מליצות
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 11:41 am
דורך להגדיל הטראסק
זיין פרנסה איז אין דער ערד!
(ער איז א מקוה איד, טוט לענסקעיפינג, צעמענט, פלאמער, וכדו')
Re: ילקוט מליצות
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 1:05 pm
דורך להגדיל הטראסק
דער רבי אין חדר זאגט ביים מקיים זיין רב הרודה "לשם מכות מצוה"
Re: ילקוט מליצות
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 2:09 pm
דורך להגדיל הטראסק
ר'@פופציגער!
עכט העט מען ווען געקענט אהערלייגן אלע דיינע זונטאגס...
Re: ילקוט מליצות
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 2:09 pm
דורך להגדיל הטראסק
דעם ספר שער המלך איז אויך א שטיק מליצה
Re: ילקוט מליצות
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 8:06 pm
דורך אנדערער
דרומית מערכית
Re: ילקוט מליצות
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 10:57 pm
דורך שמח
אנדערער האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 8:06 pm
דרומית מערכית
קרעדיט
@ווירקליך...
צפונית מערכית...
דרומית...
Re: ילקוט מליצות
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 12:47 am
דורך להגדיל הטראסק
נאכן ארויסקומען פון גיין נאך געלט ביי א מנין און נישט געמאכט קיין געלט:
מען דארף זאגן תהלים! א מנין ארעמעלייט!
Re: ילקוט מליצות
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 8:31 am
דורך אנדערער
טענו בחיטין והודו לזכר קדשו
Re: ילקוט מליצות
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 11:30 am
דורך להגדיל הטראסק
4. ווען די ווייב קאלט און מען דארף אוועקגיין – "איך האב יעצט אן אסיפת הורים..."
קרעדיט: משה שווארטץ
Re: ילקוט מליצות
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2024 8:38 am
דורך להגדיל הטראסק
1. הערשל פרידמאן בא למקוה והכריז "ווער וויל הערן קול מבשר?" קפץ לתוך המקוה ושאל עוד הפעם "ווער האט געהערט קול מוואסער...?
Re: ילקוט מליצות
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 9:28 am
דורך להגדיל הטראסק
1. ראיתי א' הולך נאך געלט עם ענוועלאופ וכתוב עליו "הכנסה קלה"...
Re: ילקוט מליצות
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 7:09 pm
דורך פנחס דוד לעבאוויטש
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 9:28 am
1. ראיתי א' הולך נאך געלט עם ענוועלאופ וכתוב עליו "הכנסה קלה"...

Re: ילקוט מליצות
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 7:11 pm
דורך הויזן זאקן
רבי אחד ניגש לברך את החתן והכלה, והכלה בירכה בחזרה את הרבי.
ואמרו על זה: אל תהי ברכת כלה הדיוט בעיניך...
Re: ילקוט מליצות
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 7:12 pm
דורך פנחס דוד לעבאוויטש
הויזן זאקן האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 01, 2025 7:11 pm
רבי אחד ניגש לברך את החתן והכלה, והכלה בירכה בחזרה את הרבי.
ואמרו על זה: אל תהי ברכת כלה הדיוט בעיניך...
עס ווערט בעסער און בעסער...
Re: ילקוט מליצות
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 7:15 pm
דורך הויזן זאקן
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 27, 2024 8:38 am
1. הערשל פרידמאן בא למקוה והכריז "ווער וויל הערן קול מבשר?" קפץ לתוך המקוה ושאל עוד הפעם "ווער האט געהערט קול מוואסער...?
ר' אליהו הגיע למקוה ונכנס למים, ואמר אחד היושבים: אליהו בא לוואסער...
Re: ילקוט מליצות
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 7:17 pm
דורך להגדיל הטראסק
הויזן זאקן האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 01, 2025 7:11 pm
רבי אחד ניגש לברך את החתן והכלה, והכלה בירכה בחזרה את הרבי.
ואמרו על זה: אל תהי ברכת כלה הדיוט בעיניך...
מען זאגט דאס אויף איינער פון די צדיקים, דאכצעך אויפן ייטב לב ווען ער האט אנגעוואונטשן א בחור אז ער זאל באקומען א כלה, און יענער איז געווען א חסידיש בחור און עס האט אים נישט געפאסט, האט ער אים געזאגט די מליצה.
Re: ילקוט מליצות
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 7:18 pm
דורך הויזן זאקן
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 01, 2025 7:17 pm
הויזן זאקן האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 01, 2025 7:11 pm
רבי אחד ניגש לברך את החתן והכלה, והכלה בירכה בחזרה את הרבי.
ואמרו על זה: אל תהי ברכת כלה הדיוט בעיניך...
מען זאגט דאס אויף איינער פון די צדיקים, דאכצעך אויפן ייטב לב ווען ער האט אנגעוואונטשן א בחור אז ער זאל באקומען א כלה, און יענער איז געווען א חסידיש בחור און עס האט אים נישט געפאסט, האט ער אים געזאגט די מליצה.
טאקע געווען אזא מעשה, אבער טאקע מיט א כלה וואס געוואונטשן דעם רבי'ן.
קען זיין אז מטעמי 'חסידות' זאגט מען אז ס'איז געווען מיט א בחור...
Re: ילקוט מליצות
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 7:23 pm
דורך להגדיל הטראסק
דער הייליגער צאנזער רב אויפ'ן חיי אדם וואס אסר'ט קארטאפל אין פסח אלס קטניות.
"דער חיי אדם לאזט נישט קיין חיי אדם"
Re: ילקוט מליצות
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 7:29 pm
דורך להגדיל הטראסק
איך גיי גנב'ענען פון מיין טייערע צייט צו שרייבן
אקח עטי ועתי אתי לאטי
Re: ילקוט מליצות
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 9:15 pm
דורך שמח
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 01, 2025 7:29 pm
איך גיי גנב'ענען פון מיין טייערע צייט צו שרייבן
אקח עטי ועתי אתי לאטי
שטארק!
מקור?
Re: ילקוט מליצות
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 12:09 am
דורך להגדיל הטראסק
שמח האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 01, 2025 9:15 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 01, 2025 7:29 pm
איך גיי גנב'ענען פון מיין טייערע צייט צו שרייבן
אקח עטי ועתי אתי לאטי
שטארק!
מקור?
געזען אין א תשובה פון א פורים רב
Re: ילקוט מליצות
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 12:21 am
דורך להגדיל הטראסק
אן אויסדרוק זיך נישט צו קריגן מיטן רב
שלא לריב ריב רב עם הרב