בלאט 1 פון 1
לאמיר בויען אידטיש אינאיינעם
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm
דורך אויסגעשארפטע בליי
אידטיש.
פון א חלום געווארן א פאקט.
כאטש איך בין נישט פון די הנהלה, מיין איך אז אנפאנג איז עס בלויז געווען א חלום.
נעמליך יעדע מוצלחדיג'ע זאך, איז אין אנפאנג נאר א חלום, וואס קוקט נישט אויס ווי עס קען צושטאנד קומען.
נישט נאר וואס איך בין נישט פון די הנהלה, נאר איך בין בכלל נישט פון די סעניארן, וואס דרייען זיך שוין דא פון ווען די סייט האט געעפנט אירע טויערן.
גאנץ לאנג האט גענומען פון ווען איך האב מיר איינגעשריבן דא אלס א מעמבער, ביזן ארויסקוועטשן גענוג פאוסט'ס צו ווערן א לעגיטימע אידטיש פערזאן.
אנגעהויבן מיין קאריערע דא, האב איך מיט באשרייבונגען און פאעזיע.
איך האב גענומען אן אפשטעל פאר עטליכע חדשים, און איצטערט זעמיר דא צוריק ביתר שאת וביתר עוז.
פארוואס שרייב איך דאס אלעס?!
הערט מיר אויס מיינע מחשבות.
אידטיש האט גאר אסאך מעלות, וואס אנדערע חפץ חיים וועבזייטלעך האבן נישט.
דא אין אידטיש קען מען שרייבן אויך וואס מען שמועסט אין קאווע שטיבל, און נישט נאר וואס מען הענגט אין בית מדרש אויפ'ן וואנט.
נישט חס ושלום אז מען קען דא שרייבן שלא כדרך רבותינו, אדער זאכן וואס אין רוח חכמים נוחה מהם.
נאר מען קען דא שרייבן זאכן וואס ווערט אויסגעשמועסט אין כולל דורך חסידישע פרומע אינגעלייט.
איך מיין נישט צו זאגן ח"ו זאכן וואס יושבי קרנות זענען פארנומען דערמיט.
די צווייטע מעלה איז:
וויבאלד אידטיש איז א רעלאטיוו קליינע סייט מיט א קליינע צאל מעמבערס, קען זיך יעדער איינער טרעפן א פלאץ, זיך שפירן ווי א מענטש צווישן מענטשן, און נישט פארלוירן ווערן פון צווישן די עליטע אדער ריזיגע עולם.
אונז האבן א דריטע מעלה:
די הנהלה דא אין אידטיש, איז א חלק פון די אלגעמיינע באפעלקערונג, א זאך וואס דארף א תיקון, קען מען צו זיי רעדן ווי גוטע פריינט, און אזויווי די ערשטע מעלה, קען מען דאס אויסשמועסן אין איינע פון די אפענע טעמעס לעיני כל, אן ווערן פארמעקט אדער אפילו אויסגעשלאסן וד"ל.
אידטיש צאלט מיר בכלל נישט פאר קיין אדווערטייזמענט, נאר איך וויל דא צוקומען צו עפעס.
קיינער באהאלט נישט די פאקט, אז אונז זענען קליין.
דיינע זאפטיגע ארטיקלען באקומען נישט אזויפיל דעקונג ווי ערגעץ אנדערש.
דיין תוכןדיגע פאוסט, האט ווייט נישט באקומען אזויפיל לייקס ווי דו האסט דיר גערישט, און אסאך מאל פונקט ווען דו ווילסט דיר אביסל אויסלופטערן, איז נישט דא קיין נייע אינטערעסאנטע חומר.
קום איך צו אייך מיט א בקשה.
ביטע העלפט ארויס דעם כלל!!
ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט, מיט די אידטיש איינוואוינער.
אפילו דו מיינסט אז פאר אונז וועט עס נישט אינטערעסאנט זיין.. עס וועט יא.
ווען דו טראכסט צו עפענען א נייע טעמע טוה עס. נישט טראכט: נעה, קיינער איז מסתמה נישט אינטערעסירט.
ווען דו שמועסט מיט דיין חבר, און אידטיש קומט אריין אינעם שמועס ווארף אריין א גוט ווארט איבער אונז, און שטופ אים צו עפענען א ניק.
ווען די הנהלה בעט עפעס, פרוביר צו טוהן דאס בעסטע וואס דו קענסט דאס צו ערפולן.
ווען דו זעהסט אן אינטערעסאנטע ארטיקל, אדער א פאוסט ברענגט דיר ארויף א שמייכל, ווארף אים צו א לייק, אדער אויב קענסטו א קאמפלימענט.
אזוי וועט ער נעקסטע וואך דאס טוהן נאכאמאל.
זיי אן עסקן.
לאמיר בויען אידטיש אינאיינעם.
Re: לאמיר בויען אידטיש אינאיינעם.
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:38 pm
דורך ווירקליך
גוט געשריבן!
Re: לאמיר בויען אידטיש אינאיינעם.
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:56 pm
דורך פעינטיג
@אויסגעשארפטע בליי
האסט מיר געגעבן א בוסט פון ענערגיע.
דיין אפענע שפראך... האסט זייער א לופטיגע פעדער!
מיין דא זיין איז טאקע פאר די קליינע זייטל סיבה, היימיש און קליין.
גראדע מיין ניק האב איך געעפענט נאכן שמעוסן מיט א חבר איבער די אנדערע חפץ חיים זייטל, ער האט מיר פארציילט אז ער האט דא א ניק און כזאל עס אויסטשעקן, למעשה בין איך דא געבליבן סטאק.
Re: לאמיר בויען אידטיש אינאיינעם.
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 6:51 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
@אויסגעשארפטע בליי איך בין מיט דיר. נישט עס זאל ווערן צו ביזי דא דאן וועט נישט טויגן אבער ווען איינער האט עפעס גוט צו זאגן זאל ער זיך אודאי נישט צוריקהאלטן. איך טראכט אפשר אז מען דארף זען צו בעטן אלע ליינער וואס שרייבן נישט, זיי זאלן עטליעסט זיין אלעמאל אריינגעסיינט, כדי צו קענען געבן א לייק פאר א שרייבער און געבן די גוטע געפיל. נאך איין זאך, דו שרייבסט אז דא לאזט מען מער רעדן מער מיני זאכן ווי דארט איך מיין אז עס איז אביסל אנדערש. דארט לאזט מען נאר העצן דא לאזט מען אויך אויסקלארן. אזוי זע איך עס כאטש איך גיי שוין כמעט נישט אהין.
Re: לאמיר בויען אידטיש אינאיינעם.
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 7:09 pm
דורך אויסגעשארפטע בליי
יישר כח @ווירקליך
@Azoi Tzi Zugen
איך האב גערעדט פון מיין עקספיריענס וואס איך האב געהאט דארט און דא. אמת איך האב געשפירט די נעגאטיווע לופט דארט אבער נישט דאס האט מיר אזוי געבאדערט.
@פעינטיג
אויב גלייכסטו מיין שריפט טשעק אויס מיינע באשרייבונגען און יישר כח פארן קאמפלימענט.
Re: לאמיר בויען אידטיש אינאיינעם.
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 9:19 pm
דורך זיבן פעטע קוען
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm
אידטיש.
פון א חלום געווארן א פאקט.
כאטש איך בין נישט פון די הנהלה, מיין איך אז אנפאנג איז עס בלויז געווען א חלום.
נעמליך יעדע מוצלחדיג'ע זאך, איז אין אנפאנג נאר א חלום, וואס קוקט נישט אויס ווי עס קען צושטאנד קומען.
נישט נאר וואס איך בין נישט פון די הנהלה, נאר איך בין בכלל נישט פון די סעניארן, וואס דרייען זיך שוין דא פון ווען די סייט האט געעפנט אירע טויערן.
גאנץ לאנג האט גענומען פון ווען איך האב מיר איינגעשריבן דא אלס א מעמבער, ביזן ארויסקוועטשן גענוג פאוסט'ס צו ווערן א לעגיטימע אידטיש פערזאן.
אנגעהויבן מיין קאריערע דא, האב איך מיט באשרייבונגען און פאעזיע.
איך האב גענומען אן אפשטעל פאר עטליכע חדשים, און איצטערט זעמיר דא צוריק ביתר שאת וביתר עוז.
פארוואס שרייב איך דאס אלעס?!
הערט מיר אויס מיינע מחשבות.
אידטיש האט גאר אסאך מעלות, וואס אנדערע חפץ חיים וועבזייטלעך האבן נישט.
דא אין אידטיש קען מען שרייבן אויך וואס מען שמועסט אין קאווע שטיבל, און נישט נאר וואס מען הענגט אין בית מדרש אויפ'ן וואנט.
נישט חס ושלום אז מען קען דא שרייבן שלא כדרך רבותינו, אדער זאכן וואס אין רוח חכמים נוחה מהם.
נאר מען קען דא שרייבן זאכן וואס ווערט אויסגעשמועסט אין כולל דורך חסידישע פרומע אינגעלייט.
איך מיין נישט צו זאגן ח"ו זאכן וואס יושבי קרנות זענען פארנומען דערמיט.
די צווייטע מעלה איז:
וויבאלד אידטיש איז א רעלאטיוו קליינע סייט מיט א קליינע צאל מעמבערס, קען זיך יעדער איינער טרעפן א פלאץ, זיך שפירן ווי א מענטש צווישן מענטשן, און נישט פארלוירן ווערן פון צווישן די עליטע אדער ריזיגע עולם.
אונז האבן א דריטע מעלה:
די הנהלה דא אין אידטיש, איז א חלק פון די אלגעמיינע באפעלקערונג, א זאך וואס דארף א תיקון, קען מען צו זיי רעדן ווי גוטע פריינט, און אזויווי די ערשטע מעלה, קען מען דאס אויסשמועסן אין איינע פון די אפענע טעמעס לעיני כל, אן ווערן פארמעקט אדער אפילו אויסגעשלאסן וד"ל.
אידטיש צאלט מיר בכלל נישט פאר קיין אדווערטייזמענט, נאר איך וויל דא צוקומען צו עפעס.
קיינער באהאלט נישט די פאקט, אז אונז זענען קליין.
דיינע זאפטיגע ארטיקלען באקומען נישט אזויפיל דעקונג ווי ערגעץ אנדערש.
דיין תוכןדיגע פאוסט, האט ווייט נישט באקומען אזויפיל לייקס ווי דו האסט דיר גערישט, און אסאך מאל פונקט ווען דו ווילסט דיר אביסל אויסלופטערן, איז נישט דא קיין נייע אינטערעסאנטע חומר.
קום איך צו אייך מיט א בקשה.
ביטע העלפט ארויס דעם כלל!!
ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט, מיט די אידטיש איינוואוינער.
אפילו דו מיינסט אז פאר אונז וועט עס נישט אינטערעסאנט זיין.. עס וועט יא.
ווען דו טראכסט צו עפענען א נייע טעמע טוה עס. נישט טראכט: נעה, קיינער איז מסתמה נישט אינטערעסירט.
ווען דו שמועסט מיט דיין חבר, און אידטיש קומט אריין אינעם שמועס ווארף אריין א גוט ווארט איבער אונז, און שטופ אים צו עפענען א ניק.
ווען די הנהלה בעט עפעס, פרוביר צו טוהן דאס בעסטע וואס דו קענסט דאס צו ערפולן.
ווען דו זעהסט אן אינטערעסאנטע ארטיקל, אדער א פאוסט ברענגט דיר ארויף א שמייכל, ווארף אים צו א לייק, אדער אויב קענסטו א קאמפלימענט.
אזוי וועט ער נעקסטע וואך דאס טוהן נאכאמאל.
זיי אן עסקן.
לאמיר בויען אידטיש אינאיינעם.
איך מיין איך לייג עס פאר מיין אונטערשריפט...
לאמיר בויען אידטיש אינאיינעם.
Re: לאמיר בויען אידטיש אינאיינעם.
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 9:35 pm
דורך אויסגעשארפטע בליי
זיבן פעטע קוען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 9:19 pm
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm
לאמיר בויען אידטיש אינאיינעם.
איך מיין איך לייג עס פאר מיין אונטערשריפט...
לאמיר בויען אידטיש אינאיינעם.
געזונטערהייט.
Re: לאמיר בויען אידטיש אינאיינעם.
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 12:03 am
דורך שאינו יודע לשאול
Re: לאמיר בויען אידטיש אינאיינעם.
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 12:33 am
דורך באחדות
אונז זענען דא צו העלפען בויען אידטיש איניינעם
שכח @אויסגעשארפטע בליי פאר די געשמאקליכע רייד!
Re: לאמיר בויען אידטיש אינאיינעם.
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 1:16 am
דורך אויסגעשארפטע בליי
באחדות האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 17, 2024 12:33 am
אונז זענען דא צו העלפען בויען
אידטיש איניינעם
שכח @אויסגעשארפטע בליי פאר די געשמאקליכע רייד!
אבער לאמיר עס נעמען אויף למעשה..
Re: לאמיר בויען אידטיש אינאיינעם.
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 2:16 am
דורך באחדות
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 17, 2024 1:16 am
באחדות האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 17, 2024 12:33 am
אונז זענען דא צו העלפען בויען
אידטיש איניינעם
שכח @אויסגעשארפטע בליי פאר די געשמאקליכע רייד!
אבער לאמיר עס נעמען אויף למעשה..
מען טרייט די בעסטע וואס איז שייך
Re: לאמיר בויען אידטיש אינאיינעם.
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 6:45 am
דורך יוחנן כהן
Re: לאמיר בויען אידטיש אינאיינעם.
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 1:32 pm
דורך וואוילער
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm
דא אין אידטיש קען מען שרייבן אויך וואס מען שמועסט אין קאווע שטיבל, און נישט נאר וואס מען הענגט אין בית מדרש אויפ'ן וואנט.
איך גלייך די ליין
Re: לאמיר בויען אידטיש אינאיינעם.
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 3:37 pm
דורך פליט
Re: לאמיר בויען אידטיש אינאיינעם.
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 3:43 pm
דורך אויסגעשארפטע בליי
יישר כח
@פליט
און Keep yidtish great
Re: לאמיר בויען אידטיש אינאיינעם.
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 1:17 pm
דורך שבת קודש
וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 17, 2024 1:32 pm
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm
דא אין אידטיש קען מען שרייבן אויך וואס מען שמועסט אין קאווע שטיבל, און נישט נאר וואס מען הענגט אין בית מדרש אויפ'ן וואנט.
איך גלייך די ליין
גראדע זעה איך אז דא איז נישט ערלויבט צו שרייבן דאס וואס מען שמועסט אין די קאווע שטיבלעך די לעצטע טעג...
Re: לאמיר בויען אידטיש אינאיינעם.
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 1:35 pm
דורך יוחנן כהן
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 1:17 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 17, 2024 1:32 pm
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm
דא אין אידטיש קען מען שרייבן אויך וואס מען שמועסט אין קאווע שטיבל, און נישט נאר וואס מען הענגט אין בית מדרש אויפ'ן וואנט.
איך גלייך די ליין
גראדע זעה איך אז דא איז נישט ערלויבט צו שרייבן דאס וואס מען שמועסט אין די קאווע שטיבלעך די לעצטע טעג...
די פאקט בלייבט פאקט. אבער עפעס האט זיך געטוישט. נישט מיט אידטיש, נאר מיט די קאווע שטיבלעך. און דאס אז עס איז נישט ערלויבט איז נישט אידטיש'ס פראבלעם, ס'איז די קאווע שטיבלעך'ס פראבלעם.
צו טיף? אקעי ליין עס איבער
Re: לאמיר בויען אידטיש אינאיינעם.
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 1:36 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
יוחנן כהן האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 1:35 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 1:17 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 17, 2024 1:32 pm
איך גלייך די ליין
גראדע זעה איך אז דא איז נישט ערלויבט צו שרייבן דאס וואס מען שמועסט אין די קאווע שטיבלעך די לעצטע טעג...
די פאקט בלייבט פאקט. אבער עפעס האט זיך געטוישט. נישט מיט אידטיש, נאר מיט די קאווע שטיבלעך. און דאס אז עס איז נישט ערלויבט איז נישט אידטיש'ס פראבלעם, ס'איז די קאווע שטיבלעך'ס פראבלעם.
צו טיף? אקעי ליין עס איבער
אוי ווי גוט איר זאגט.
Re: לאמיר בויען אידטיש אינאיינעם.
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 1:52 pm
דורך שבת קודש
יוחנן כהן האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 1:35 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 1:17 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 17, 2024 1:32 pm
איך גלייך די ליין
גראדע זעה איך אז דא איז נישט ערלויבט צו שרייבן דאס וואס מען שמועסט אין די קאווע שטיבלעך די לעצטע טעג...
די פאקט בלייבט פאקט. אבער עפעס האט זיך געטוישט. נישט מיט אידטיש, נאר מיט די קאווע שטיבלעך. און דאס אז עס איז נישט ערלויבט איז נישט אידטיש'ס פראבלעם, ס'איז די קאווע שטיבלעך'ס פראבלעם.
צו טיף? אקעי ליין עס איבער
נעע אייביג איז אזוי געווען, פאר 200 יאר צוריק ווען ס'איז פארגעקומען אזאלכע סארט פרשיות האט מען אויך געשמוסעט דערפון אין מארק.
Re: לאמיר בויען אידטיש אינאיינעם.
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 2:32 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 1:52 pm
יוחנן כהן האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 1:35 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 1:17 pm
גראדע זעה איך אז דא איז נישט ערלויבט צו שרייבן דאס וואס מען שמועסט אין די קאווע שטיבלעך די לעצטע טעג...
די פאקט בלייבט פאקט. אבער עפעס האט זיך געטוישט. נישט מיט אידטיש, נאר מיט די קאווע שטיבלעך. און דאס אז עס איז נישט ערלויבט איז נישט אידטיש'ס פראבלעם, ס'איז די קאווע שטיבלעך'ס פראבלעם.
צו טיף? אקעי ליין עס איבער
נעע אייביג איז אזוי געווען, פאר 200 יאר צוריק ווען ס'איז פארגעקומען אזאלכע סארט פרשיות האט מען אויך געשמוסעט דערפון אין מארק.
איך האלט אז דעי קארטל איז בכלל נישט רעלעוואנט. 200 יאר צוריק האבן מענטשן עובר געווען אויף לשה"ר, הוצאת ש"ר, ביטול זמן וכו'. איז וואס?
Re: לאמיר בויען אידטיש אינאיינעם.
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 3:27 pm
דורך וואוילער
עכ"פ, די נקודה איז אז מ'מעג רעדן וואס די תורה לאזט, וויאזוי די תורה לאזט, און אויב איינער איז עובר חלילה אויף די תורה אין ביהמ"ד, וועט עס נישט ווערן מותר דא.
נאר וואס דען, א זאך וואס מ'מעג יא רעדן, נאר ס'איז נישט "אפעציעל", קהל וואלט נישט ארויסגעשטעלט א צעטל וועגן דעם, אבער א שמועס וואלט יא געוועהן, וועט מען עס קענען אויסשמועסן דא.
Re: לאמיר בויען אידטיש אינאיינעם.
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 3:44 pm
דורך אויסגעשארפטע בליי
וואס דא איז אנדערש ווי איבעראל ווייסן אלע וואס דרייען זיך דא.
עס וואלט געווען א עוולה פון די הנהלה צו לאזן רעדן דא איבער פרשיות ביים כלל.
נישט אש פילטערס וואלטן פארבאטן אידטיש און נישט אז מענטשן וואלטן זיך באקלאגט...
""נאר"" יעדע איינציגסטע פלאץ אויף די וועלט, "יעדע" אפילו אויף די אינטערנעט!! אויב האט מען נישט געמאכט קיין גדרים האט עס געפונען זיין לעכל אין קבר נעכטן אדער א טאג פארדעם.
האט נישט געפעלט קיין פסולע צייטונגען/פארום'ס/בתי מדרשים/פארטייען... וויפיל האבן אריכות ימים?!
א דור קומט און א דור גייט.. נאר 5 זאך מיט גדרים האלט זיך.
איך רעד נישט פון די חלק האיסור.. איך רעד פון פאקטן וואס עס לוינט זיך ביזנעסווייז פארן הנהלה אז די פלאץ זאל האבן א קיום...