בלאט 1 פון 1

דו טוסט גוט! לאז זיך נישט שטערן!

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 8:24 pm
דורך מיינע פאעזיעס
שוואך און קראנק
זיצט אויפן באנק
ביי זיין טיר

דאך אפילו
שליש למילה
שווער יעדע ריר

ווארט אויף אורחים
וואס גייען דורך אים
כאטש די מצב דעם קראנקן

מיט עסן מהנה זיין
זייער גוסטע משנה זיין
זיי זאלן גאט באדאנקען

די באשעפער קוקט
גלייך די זין ער שיקט
ארויס פון האלטער

אברהם זיך ברעכט נישט
זיין פלאן ער שעכט נישט
פארן נסיון נישט פאלט ער

הקב"ה קוקט נאך אים
שיקט אראפ מלאכים
זאלן קומען צו אים באזוכן

זיין געזונט טאקע איך שוין עס
אבער ער פאלט נישט פאר נסיונות
וועל איך אים העלפן אינגיכן

-----

דיין תמימות גוט איז
מהודר לויט אלע שיטות
אפילו פון נסיונות דו שוויצט

לאז דיך נישט שטערן
וועסטו זעהן און הערן
אז דער באשעפער דיר שטיצט


#וירא

Re: דו טוסט גוט! לאז דיך נישט שטערן!!

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 9:24 pm
דורך פעינטיג
הערליך! שכח פאר די שיינע ארבעט, מיט א גוטע פאנטש ליין.

Re: דו טוסט גוט! לאז דיך נישט שטערן!!

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 11:19 pm
דורך אויסגעשארפטע בליי
זייער שיין.
עס בענקט מיר די ווארעמע וועלט פון גראמען און געפיהל.