בלאט 1 פון 8

זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 4:30 pm
דורך פישפיקלאדיין
עס איז איבריג יעדן ווארט צו מאריך זיין איבער די בלוטיגע נושא פון חתונה הוצאות, די טראגעדיע וועכע האט צוגרינד געלייגט בגוף, בנפש ובממון די מערסטע היימישע משפחות אין לעצטע צענדליגע יארן, און די פראצענטן וואקסן ליידער!

בלויז די פשוטע פאקטן וואס איך גלייב אז כמעט יעדער ווייסט און וועט שנעל אגריען.
איך וועל נעמען יעצט פורניטשור פאר א ציל כאטש דאס איז נאר איין טייל פונעם בראך אבער איז באדייטנדע חלק.

פאר 80% פראצענט מענטשן גייט מען ארום שאפן גרויס געלט פאר די חתונה, אמווייניגסטנס צווישן די בני המשפחה.

א גרויסע פראצענט קאפלעך קענען נישט באקומען דעליווערד זייער פורניטשור בשלימות צו די חתונה ווייל עס פיט נישט.

א ריזן פראצענט אינגעלייט זוכן צו פארקויפן די פורניטשור אדער א טייל פון זיי אין די 5-10 יאר פון די חתונה צוליב פארשידענע סיבות (פיט נישט אין נייע דירה, באורד דערפון, האט נישט גענוג בענקלעך, נייע דירה האט מער געבויטע קלאזעט ספעיס וכו'.

בשעת די פורניטשור שטייען שוין צו פארקויפן, (אן א געהעריגע קונה דערויף) צאלן נאך די עלטערן בלוטיגע גמ"ח'ן וואס זיי האבן געבארגט צו קענען באצאלן די פורניטשור.

אסאך אינגעלייט נוצן פאקטיש אין די ערשטע תקופה ביליגע פורניטשור צוליב טעכנישע סיבות, אדער האט מען בכלל נישט קיין דיינונג רום פורניטשור און מען עסט סעודות שבת ביים קאך טיש, צוליב וואס מען האט נישט קיין געהעריגע דיינינג רום, אדער פלאץ פארן עווענטועלן דיינונג רום טיש, און עס פעלט זיי גארנישט!

Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 4:33 pm
דורך אסמכתא בעלמא
איך פלאן צו מופן בקרוב, און ווער עס וויל אפקויפן מיינע פוריטשור קען זיך מעלדן... ווייל עס גייט אין מיסט.

Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 4:35 pm
דורך לחידודא
פורניטשער איז בלויז איינער פון די פראבלעמען פון די זינלאזע חתונה סטאנדארטן וואס מאכן חרוב כלל ישראל.
און אודאי דארף מען עס עוקר מן השורש זיין, אבער נאכמער דארף מען סטאפן די סטאנדארט!
יעדע גוי פארשטייט אז ער מאכט חתונה לויט זיין בודזשעט, אבער דער עם חכם ונבון קען עס עפעס נישט משיג זיין.
איך בין עפעס א שנארער? יא! מען שנארט פאר דיר אין די גאסן, ווייל דו מאכסט חתונה לויט די סטאנדארטן.
אפי' די 'שפארעוודיגע' סטאנדארטן זענען זינלאז, מען דארף חתונה מאכן אין א לאנטש רום פון א זאל, און קויפן עטליכע סעטס וועש פאר חתן כלה, און אפשר פאר אפאר הונדערט דאלער מתנות - יעדער כפי יכלתו.
אזוי האבן אונזערע זיידעס חתונה געמאכט און חתונה געהאט, און עס וועלן זיין ווייניגער הארץ אטאקעס בתוכינו.
און די מעשר פון כלל ישראל וועט קענען גיין פאר וויכטיגערע צוועקן.
#אליעזר קרויס אלערט...

Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 4:38 pm
דורך חכם
מען דארף ווייטער קויפן אבער נישט קיין טייערע, און דאס זאל ווערן די סטאנדארט.

-מיינונג פון עט ליעסט איין איד ביים טיש

Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 4:39 pm
דורך קיינמאל
100 פערצענט אז נישט

איך האב נישט באקומען קיין פורניטשור ביי מיין חתונה אין ב"ה עס איז בעסער אזוי

Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 4:41 pm
דורך קלוגער חכם
חכם האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 4:38 pm מען דארף ווייטער קויפן אבער נישט קיין טייערע, און דאס זאל ווערן די סטאנדארט.

-מיינונג פון עט ליעסט איין איד ביים טיש
פארוואס מאכן א נייע סטאנדארט? זאל א יעדער קויפן וויפיל זיין (זיין און נישט יענעמ'ס) הויזן טאש ערלויבט אים?

Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 4:43 pm
דורך בינת הלב
געוועלט די פערטע אפציע.

Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 4:49 pm
דורך עס וועט זיין גוט
לחידודא האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 4:35 pm פורניטשער איז בלויז איינער פון די פראבלעמען פון די זינלאזע חתונה סטאנדארטן וואס מאכן חרוב כלל ישראל.
און אודאי דארף מען עס עוקר מן השורש זיין, אבער נאכמער דארף מען סטאפן די סטאנדארט!
יעדע גוי פארשטייט אז ער מאכט חתונה לויט זיין בודזשעט, אבער דער עם חכם ונבון קען עס עפעס נישט משיג זיין.
איך בין עפעס א שנארער? יא! מען שנארט פאר דיר אין די גאסן, ווייל דו מאכסט חתונה לויט די סטאנדארטן.
אפי' די 'שפארעוודיגע' סטאנדארטן זענען זינלאז, מען דארף חתונה מאכן אין א לאנטש רום פון א זאל, און קויפן עטליכע סעטס וועש פאר חתן כלה, און אפשר פאר אפאר הונדערט דאלער מתנות - יעדער כפי יכלתו.
אזוי האבן אונזערע זיידעס חתונה געמאכט און חתונה געהאט, און עס וועלן זיין ווייניגער הארץ אטאקעס בתוכינו.
און די מעשר פון כלל ישראל וועט קענען גיין פאר וויכטיגערע צוועקן.
#אליעזר קרויס אלערט...
עס איז זייער נישט מסתבר צי זאגן אז מען זאל טוען וואס אונזערע זיידעס האבן געטוען
וואס יא ? מען קען אראפ קאטן אסאך גרעסערע הוצאות ווי חתונה נאכט, מעבל, וכוי' מען זאל קענען חתונה מאכן פאר כאטש 40K אנשטאט די היינטיגע 100K

-מיינונג פון עט ליעסט איין איד ביים טיש

Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 5:05 pm
דורך חכם
קלוגער חכם האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 4:41 pm
חכם האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 4:38 pm מען דארף ווייטער קויפן אבער נישט קיין טייערע, און דאס זאל ווערן די סטאנדארט.

-מיינונג פון עט ליעסט איין איד ביים טיש
פארוואס מאכן א נייע סטאנדארט? זאל א יעדער קויפן וויפיל זיין (זיין און נישט יענעמ'ס) הויזן טאש ערלויבט אים?
ריכטיג, אזוי דארף זיין, אבער למעשה געשעיט עס נאר אויב עס איז די סטאנדארט.

אין יעדע פירניטשער קעיס זענען אינוואלווד זעקס נפשות, סאו...

Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 5:21 pm
דורך שמויגער
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 4:33 pm איך פלאן צו מופן בקרוב, און ווער עס וויל אפקויפן מיינע פוריטשור קען זיך מעלדן... ווייל עס גייט אין מיסט.
איך האב לעצטענס געמופט אין איך האב מיטגענימען אלע פורניטשער וואס מיינע עלטערן האבן מיר געקויפט

Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 9:26 pm
דורך פישפיקלאדיין
דער עולם קומט אריין קלאר!

Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 9:38 pm
דורך אני-הק'
שמויגער האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 5:21 pm
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 4:33 pm איך פלאן צו מופן בקרוב, און ווער עס וויל אפקויפן מיינע פוריטשור קען זיך מעלדן... ווייל עס גייט אין מיסט.
איך האב לעצטענס געמופט אין איך האב מיטגענימען אלע פורניטשער וואס מיינע עלטערן האבן מיר געקויפט
איך האב עס אויך מיטגענומען ביים מופן נאר וויבאלד עס האט געקאסט געלט, און איך האב מיך עס נישט געקענט ערלויבן אוועקצוווארפן...

Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 9:40 pm
דורך רעגנדיג
חלילה וחס!

ס'איז שרעקליך וואס גייט פאר! דאס ברויך ווערן אפגעשטעלט וואס א מינוט פריער! אידיש בלוט גיסט זיך אין די גאסן!

Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 10:54 pm
דורך ווירקליך
איך האב געמופט, נישט ארויסגעווארפן מיין פוירניטשער, כהאב עס גראדע זייער ליב, און איך דאנק מיינע עלטערן פאר’ן עס קויפן.

אבער דאך זאג איך ס’ברויך זיך אפשטעלן. פשוט א בלוט פארגיסונג, אפגעזען צי מ’נוצט עס יא אדער נישט.

Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 11:07 pm
דורך שעפטל נחום
איך קוק עס אן ווי א יעדע זאך וואס מ'וואקסט אויס.
א יעדע חתן כלה וואלט געקענט באשטיין צו האבן שיינע פורניטשור און די טאטע מאמע קויפן עס ווייל חתן כלה פארלאנגען עס,
א יאר נאכן חתונה לאכט מען דערפון און מ'דארף עס מער נישט אזוי וויכטיג און מ'שרייט אז ס'איז איבריג .

Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 12:49 am
דורך מיילעך
מיין ווייב האט טאקע נישט געקויפט קיין דייניג רום פירנעטשער פאר די חתונה און איך האב איר מסביר געווען אז ווען אונז גיימיר קויפן א אייגענע הויז דעמאלטס גייען מיר קויפן פירנעטשער, א שאד צו קויפן אויף די יעצטיגע סייז...

Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 2:15 am
דורך שכל הישר
מען קען קויפן שיינע טיש און בענקלעך פאר סאך ביליגער ווי די טייערע אזוי געריפענע איטאליענע פורניטשער...
א טשיינע קלאזעט ברויך מען שוין נישט סייווי ווייל מען באקומט שוין נישט קיין סאך זילבער היינטיגע טעג.
א ספרים שאפע קען מען קויפן פשוטע ביליגע ברוינע שאפעס פאר $150.
מען קען קויפן צוויי גרויסע באקוועמע בעטן פאר א פערטל די פרייז...
און א שאפע פאר די בעדרום קען מען אויך קויפן פאר א דריטל די פרייז...
מען קען אויפהענגען א שיינע שפיגל אויפן וואנט און א נאכט קעסטל קען מען קויפן פאר ממש פרוטות..

שוין וואס נאך דארף מען?
אהה כ'האב פארגעסן, גרויסע האלצערנע ארונות העכערן קאפ... פארוואס פעלט דעיס אויס? ווייסאיכניש...

Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 11:20 am
דורך חנה
מיר דאנקן ג-ט ב״ה, פארן אונז אריינלייגן אין א פיצעלע פורנישד צום חתונה, ממילא האמיר ניטאמאל געהאט דעם ניסיון, עטליכע יאר שפעטער האמן מיר געקויפט בעדרום פורניטשור פאר א פרייז וואס מיר האבן זיך געקענט ערלויבן, און נאך שפעטער האב מיר זיך איינגעהאנדלט דיינונג רום פורניטשור, לויט אונזער געשמאק און בודזשעט, און ווען מיר האבן געמופט בשעה טובה צו אונזער אייגענע דירה האבן מיר אלעס מיט גענומען מיט א געשמאק!

Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 11:30 am
דורך ניק
דאס איז פשוט אז אויב איינער דארף באארגן געלט פאר דעם אז ער זאל נישט קויפן טייערע פורניטשור

Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:25 pm
דורך פישפיקלאדיין
זעה מיר אז עס איז דא דערווייל 10 פראצענט וואס האלט אז מען זאל ווייטער קויפן טייערע פורניטשור...

שטימט עס מיט די אויברשטע הנחה אז אריבער 80 פראצענט איז אויף געהאקטע צרות ביים חתונה מאכן.
און עס איז נאך דא לכאורה א פראצענט פארמעגליכע וואס טראכטן פון אנדערע אידן אויך...

Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?

געפאוסט: זונטאג יולי 23, 2023 9:52 am
דורך איך ווייס
פאר די וואס קלערן אז מען דארף קויפן טייערע פורניטשער וויבאלד עס האלט זיך בעסער, מיין פורניטשער פאנגט שוין אן צופאלן, קוים 10 יאר נאכן קויפן...

Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?

געפאוסט: דינסטאג יולי 25, 2023 4:18 pm
דורך טראפקעלע
מיין טאטע איז ב"ה נישט אין חובות,אויך נישט געווען ביי מיין חתונה א בעל חוב ב"ה, מיט דעם אלעם דארף איך נישט די פירטניטשער, כ'האלט שוין נישט אין מיין ערשטע דירה נאך מיין חתונה,און די ארמער רוהט אין בעיסמענט וויבאלד כ'דארף עס מער נישט , מיין טשייניק קלאזעט וואלט איך מיך אויך געוואלט פטר'ן וויבאלד ס'קומט נישט אריין אין מיין יעצטיגע דייניגראם, במילא כ'פיל ס'איז אשאד געווען די געלט , כ'וואלט מיך מער געפרייד ווען איך קען מיט די געלט וואס די טייערע פירטניטשער קאסט געקענט טוהן מער פראקטישע זאכן.

Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?

געפאוסט: דינסטאג יולי 25, 2023 11:34 pm
דורך טראפקעלע
זייער אסאך מענטשן ווען עס קומט צו קויפן שפעטער נאך די חתונה בעטן פאר די קינדער אדער קלאזעטס קויפט מען ביי אייקיע אדער אנליין וכדו' פאר ביליג, פונקט ווען מ'מאכט חתונה און מ'מוטשעט זיך מיט געלט קויפט מען טייערע?

Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 1:52 pm
דורך נקודות טובות
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 4:33 pm איך פלאן צו מופן בקרוב, און ווער עס וויל אפקויפן מיינע פוריטשור קען זיך מעלדן... ווייל עס גייט אין מיסט.
איך גיי מיך מעלדן, נישט ווייל איך האב וואס צו טוהן מיט דיין פורנישטער. נאר עס איז מיר ווערד 10 טויזענט דאלער צו וויסען ווער דו ביסט...

Re: זאל מען ווייטער קויפן "בלוטיגע פורניטשור" פאר די קינדער?

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 1:59 pm
דורך אסמכתא בעלמא
@נקודות טובות ס'וועט דיר קאסטן באלד 15 טויזנט, ווייל דער מאווער בעט אויך אפאר טאלער צו דעליווערן לאנג דיסטענס...

ממילא, גיב מיר $5000 און איך גיב ארויס מיין ID, והכל על מקומו בשלום. (אדער ווי מ'זאגט אין סאטמאר, הכל על מקומו יבא במחלוקות).