בלאט 1 פון 39

בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 6:21 pm
דורך פשוט און גראד
די סעקיוריטי קאנסעל פון די UN האט געשטעלט א אויספארש גרופע צו בודק זיין די הכנסות פון די חותים אין תימן.

זיי האבן אויסגעפינען אז די חותים פארדינען בערך 180 מיליאן דאלער א חודש פון שיפן קאמפעניעס וואס באצאהלן זיי אז זיי זאלען נישט ווערן אטאקירט דארך די חותים (=פראטעקשען בלע"ז).

לויט די חקירה קומט אויס אז די חותים האבן שוין פארדינט 2 ביליאן דאלער פון אנהויב די אטאקעס, און די חותים האבן נישט קיין עכטע אידעאלאגישע סיבה צו אטאקירן די שיפן.

Re: בולעטין

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 6:26 pm
דורך פשוט און גראד
נעיט סילווער;
וואס איז געווען פון די גרעסטע קריטיקירער פארוואס העריס האט נישט גענומען שפירא אלס וויצע קאנדידאט, און אזוי אויך כסדר באשילדיגט ביידן פארן זוכן נאך א טערמין, איז מודה היינט אז קיין שום דעמאקראט וואלט לכאורה נישט געקענט באזיגן פרעזידענט טראמפ, ניטאמאל א וויטמער-שפירא טיקעט

Re: בולעטין

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 8:17 pm
דורך יוחנן כהן
סובסקרייבד!!

Re: בולעטין

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 9:54 pm
דורך פשוט און גראד
לויט לעצטיגע באריכטן ענדיגט די העריס קאמפיין מיט 20 מיליאן דאלער אין חובות.

דער קאמפיין האט אויפגעטריבן איבער א ביליאן דאלער

Re: בולעטין

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 9:55 pm
דורך פשוט און גראד
ווערט באריכטעט איבער פראטעסטן וואס הייבן אן אויסברעכן אין טשיקאגאו אילינאוי.

- - -

די פילאדעלפיע פאליציי דעפארטמענט האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט איבער די סטראשונקעס פון פראגרעסיווע אקטעוויסטן צו ראיאטירן היינט נאכט, ספעציפיש אין די פריסינקטס אין דרום פילאדעלפיע וואס זענען געגאנגען פאר טראמפ

Re: בולעטין

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 10:10 pm
דורך פופציגער
פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 9:54 pm לויט לעצטיגע באריכטן ענדיגט די העריס קאמפיין מיט 20 מיליאן דאלער אין חובות.

דער קאמפיין האט אויפגעטריבן איבער א ביליאן דאלער
פארשטינקענע פיש ארויסגעווארפן, פון שטאט געכאפט, און שלעק געגעסן.

יעעעע...

Re: בולעטין

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 11:02 pm
דורך פשוט און גראד
פאטענציאלע געזונטהייט צאר ראבערט קענעדי:

איך האב לעצטנס פארברענגט מיט טראמפ פאר 2 טאג און זיין וויזיע פאר די רעגירונג איז אנדערש ווי סיי וואס איך האב געהערט בעפאר, פרעצעדענטלאזע טוישונגען

ער איז א פערזאן וואס טוט וואס ער וויל און איך האלט אז ער גייט עס מאכן געשעהן

Re: בולעטין

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 11:02 pm
דורך פשוט און גראד
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 10:10 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 9:54 pm לויט לעצטיגע באריכטן ענדיגט די העריס קאמפיין מיט 20 מיליאן דאלער אין חובות.

דער קאמפיין האט אויפגעטריבן איבער א ביליאן דאלער
פארשטינקענע פיש ארויסגעווארפן, פון שטאט געכאפט, און שלעק געגעסן.

יעעעע...
נישט געזארגט, געלט איז געגאנגען אויף גיטע פלעצער

Re: בולעטין

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 11:15 pm
דורך פשוט און גראד
CNN: Judge in Trump’s New York Criminal Case Considering ‘Tossing’ His Felony Convictions

(ארויסווארפען)

Re: בולעטין

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 11:19 pm
דורך פשוט און גראד
די טראמפ טיעם האט געשטעלט "האווערד לוטניק" א אידישע ביליאנער וועלעכע איז גאר שטארק אקטיוו אין שטיצן מ"י - אלץ די פארזיצער פון די טראמפ ווענס טרענזישען טיעם.

Re: בולעטין

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 11:47 pm
דורך פשוט און גראד
עלען מאסק האט פארדינט א רווח פון א קנאפע 12,761% פון די סכום געלט וואס ער האט אריינגעלייגט אין די טראמפ קאמפיין, בלויז פון די ווערט וואס די טעסלא שטאקס האבן זיך געהויבן די לעצטע טאג צייט.

Re: בולעטין

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 9:27 am
דורך פשוט און גראד
פראנקרייך אויסערן מיניסטער זאגט אז עס איז איז דא א נייע פענסטער פון האפענונג, מיטן צוריקקומען פון פרעזידענט טראמפ, אז ער וועט ענדיגן די ענדלאזע מלחמות אין די מיטל מזרח

Re: בולעטין

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 9:42 am
דורך פשוט און גראד
איראן אין א סטעיטמענט זאגט אז די איבערגאנג צו א נייע פרעזידענט איז א געלעגענהייט פאר אמעריקע זיך צו איבער טראכטען און צוריק דרייען שלעכטע החלטות

Re: בולעטין

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 10:12 am
דורך פשוט און גראד
און שוין …

לויט די וואל סטריט דזשענעראל גרייט זיך די טראמפ אדמעניסטראציע צו א נייע שלום פלאן וואס וועט אוועקנעמען די אוקריינע נאטא חלומות פאר 20 יאר, און וועט אוועקשטעלן א דימעטעלעראציע זאונע דארט ווי די יעצטיגע פראנט לינעיס זענען, אן אמעריקאנע טרופן אויף גראונד.

און אויסטויש וועט אמעריקא ממשיך זיין מיט שיקן וואפן סופלייס.

נישט זיכער פארוואס אוקריינע גייט דארפן די סופלייס, און פארוואס זיי זאלן מסכים זיין

טיים וויל טעל#

די דזשערוסאלעם פאוסט האט אנגעפרעגט ביי די טראמפ קאמפיין, הלמאי דער פרעזידענט האט זיך נישט באדאנקט פאר די אידישע וRe: בול

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 10:40 am
דורך פשוט און גראד
די דזשערוסאלעם פאוסט האט אנגעפרעגט ביי די טראמפ קאמפיין,

הלמאי דער פרעזידענט האט זיך נישט באדאנקט פאר די אידישע וויילער ווען ער האט אויסגערעכנט די סעקציעס פון אלע זיינע שטיצער.

טראמפ האט ביי זיין וויקטארי ספיטש אויסגערעכנט אלע זיינע וויילער
יוניאן, נאן יוניאן, אפריקען אמעריקען, היספאניק אמעריקען, אעסזשיען אמעריקען, ערעב אמעריקען און מוסלים אמעריקען.

די אידישע שטיצער זענען נישט געווען אין די ליסטע. (גראדע א גיטע זאך לפע"ד)

אדערווייל איז קיין ענטפער געקומען, קוקט אויס ווי טראמפ איז אנגעווייטאגט (און מיט רעכט) אז די פרייע אידן אין אמעריקע שטיצן אים נישט.

Re: בולעטין

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:00 pm
דורך פשוט און גראד
ביטקוין האט זיך געהויבן מיט נאך 6 טויזנט דאלער זינט די טראמפ געווינס,

צוליב די פרא קריפטא שטעלונג פון זיין קאמפיין.

Re: בולעטין

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:00 pm
דורך פשוט און גראד
פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 11:47 pm עלען מאסק האט פארדינט א רווח פון א קנאפע 12,761% פון די סכום געלט וואס ער האט אריינגעלייגט אין די טראמפ קאמפיין, בלויז פון די ווערט וואס די טעסלא שטאקס האבן זיך געהויבן די לעצטע טאג צייט.
די טעסלא סטאק האט זיך געהויבן מיט 17% זינט די טראמפ געווינס און עס גרייכט כמעט 300 דאלער און א טריליאן דאלאר מארקעט קעפ.

דאס קומט צוליב זארג אז א העריס געווינס וואלט געמיינט אז די פעדעראלע אגענטורן וועלן נקמה נעמען אין מאסק און זיינע פירמעס צוליב זיין טראמפ שטיצע און אוועקנעמען די מידיא מאנאפאל פון די דעמאקראטן

Re: בולעטין

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:03 pm
דורך פשוט און גראד
די פעדעראלע רעזערוו שנידט ראטעס מיט א פערטל פראצענט

Re: בולעטין

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:11 pm
דורך פשוט און גראד
פוטין:

עס שיינט אז טראמפ איז אויסגעשטאנען רדיפות אין זיין ערשטן טערמין און זיין אויפפירונג נאך די אטענטאט פרואוו איז געווען בראוו

Re: בולעטין

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:44 pm
דורך פשוט און גראד
ענגלאנד האט געמאלדן אז אין ליכט פון די טראמפ געווינס וועלן זיי הייבן די מיליטערישע בודזשעט, פארשטערקערן די אייראפע זיכערהייט פארבאנד אן אמעריקא, אליינס דארפן ארבעטן מיט די אנדערע אייראפישע לענדער צו באקעמפן די רוסישע געפאר.

פוילן האט געמאלדן אז אייראפע דארף זיך שוין נעמען צו באשיצן פון אויסלענדישע געפארן און זיי וועלן שטיין אין שפיץ דערפון

Re: בולעטין

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:45 pm
דורך פשוט און גראד
פרעזידענט זעלענסקי רייזט אפ קיין אונגארן צום ערשטן מאל זייט די מלחמה האט אויסגעבראכן

Re: בולעטין

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 3:55 pm
דורך פשוט און גראד
ארגענטינא'ס פרעזידענט מילי רייזט קיין אמעריקא קומענדיגע וואך זיך צו טרעפן מיט טראמפ און מאסק

Re: בולעטין

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 2:18 pm
דורך מיילעך פריילעך
א פלייט מיט אפאר אידן איז געפארן די וואך פון ארגענטינע קיין אמעריקע, און נאכן הערן פארדעכטיגטע גערודער פון די קארגא אפטיילונג, האט מען זיך אויסגעדרייט און געמאכט א עמערזשענסי לאנדונג אין ארגענטינע, ווי א מעכטיגע פאליציי קראפט האט אפגעווארטג דעם פליגער און געשטורעמט די קארגא אפטיילונג, ווי מ'האט געטראפן א צום טויט דערשראקענעם פארשוין, וואס איז בטעות איבערגעלאזט געווארן דארט.

Re: בולעטין

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 3:47 pm
דורך פופציגער
מיילעך פריילעך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 2:18 pm א פלייט מיט אפאר אידן איז געפארן די וואך פון ארגענטינע קיין אמעריקע, און נאכן הערן פארדעכטיגטע גערודער פון די קארגא אפטיילונג, האט מען זיך אויסגעדרייט און געמאכט א עמערזשענסי לאנדונג אין ארגענטינע, ווי א מעכטיגע פאליציי קראפט האט אפגעווארטג דעם פליגער און געשטורעמט די קארגא אפטיילונג, ווי מ'האט געטראפן א צום טויט דערשראקענעם פארשוין, וואס איז בטעות איבערגעלאזט געווארן דארט.
:o

נאך א מזל מהאט אים נישט געלאזט אינעם געז טאנק בטעות

א מין טעות דאס

Re: בולעטין

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 4:01 pm
דורך פשוט און גראד
ברעיקינג,

אפאר לינקע משוגעים ווילן ביידען זאל אפטרעטן פאר העריס אז "זי" זאל זיין די 47'סטע פרעזידענט און נישט טראמפ...

און אויך אז זי זאל נישט דארפן, אלס וויצע פרעזידענט, אנפירן די אפיציעלע סענאט טראנספארמאציע פון ביידען צו טראמפ, איר אייגענע דורכפאל.

כ'מיין איז שוין ארויסגעקומען מעדיצינישע הילף פאר אזעלכע מוחות? און מ'פרעגט נאך פארוואס העריס האט פארלוירן.