שידוכים אלערט: שטוב על טהרת הקודש!

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5272
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9750

שידוכים אלערט: שטוב על טהרת הקודש!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך האב באמת געוואלט מאכן א קול קורא, אבער היות איך האב נישט די צייט אנצורופן אלע גבאים מודיע זיין אז איך האב אונטערגעשריבן דעם רב, וועל איך מוזן יוצא זיין מיט א אשכול אויף אידטיש, מעורר צו זיין כלל ישראל.

ווי יעדער איינער ווייסט איז ליידער דא די שרעקליכע סכנות פון רעגירונג אריינמישונג, בפרט אין די ליבעראלע ניו יארק.

ס'איז קלאר פאר יעדעם אז אלעס איז נאר אדאנק די געלט. די פאנדינג, דאס גיט זיי דעם כח, דאס איז דער גורם צו אלע צרות.

דעריבער, ווען איר טוט א שידוך, מאכט זיכער אז איר נעמט א מחותן "על טהרת הקודש" וואס נעמט נישט ח"ו קיין פודסטמפס אדער מעדיקעיד!

געדענקט: ניו יארק וויל טוישן אייער שטוב! זיי האבן באשטעטיגט געזעצן אז אייערע קינדער זאלן זיין הפקר אן אייער אויפזיכט! פון וואו נעמען זיי דעם חוצפא אריינצורעדן אין אייער שטוב? נאר ווייל איר נעמט זייער געלט! וויאזוי וועלן זיי אייך האלטן געבינדן צו פאלגן אייער קינד? דורך זייער געלט! אלעס איז געלט!

א שטוב על טהרת הקודש מוז שוין אויפהערן נעמען געלט. אלע גדולךי ישראל זענען קעגן געלט נעמען. ליידער האט מען יארן לאנג עובר געווען דערויף, אבער היינט זעט מען עס שוין קלאר.

די ליבעראלן טיילן פודסטעמפס און מעדיקעיד, נאר כדי צו קענען אריינברענגען תועבה אין אייער שטוב.

טוט נאר א שידוך מיט א שטוב וואס נעמט נישט פון די טמא'נע געלטער, און איז ריין פון פודסטעמפס!

ויה"ר אז בזכות זה זאלן מיר זוכה זיין צו זען ווי די גויים זענען זיך מגייר.



*געשריבן אונטערן רושם פון א שמועס מיט איינעם וואס איז געקומען נאך געלט פאר א מוסד אין בלומינגבורג "על טהרת הקודש"
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 820
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 1564

Re: שידוכים אלערט: שטוב על טהרת הקודש!

פאוסט דורך דעת קדשי »

דארף אויך צולייגן
שיקן די קינדער אין מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלט פון ליבעראלן.
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1273
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2093

Re: שידוכים אלערט: שטוב על טהרת הקודש!

פאוסט דורך פשוט און גראד »

אי"ה ווען מיין רבין וועט עס פאררופען העט מען פאלגען אי"ה.

דערוויילע העט מען זיך האלטען ניכטער
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1641
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3526

Re: שידוכים אלערט: שטוב על טהרת הקודש!

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

פיין פיין. הרב @פשוט און גראד ער שרייבט עס סארקאסטיש.
אוועיטער
Yankel
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 553
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:17 pm
x 608

Re: שידוכים אלערט: שטוב על טהרת הקודש!

פאוסט דורך Yankel »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 4:33 pm איך האב באמת געוואלט מאכן א קול קורא, אבער היות איך האב נישט די צייט אנצורופן אלע גבאים מודיע זיין אז איך האב אונטערגעשריבן דעם רב, וועל איך מוזן יוצא זיין מיט א אשכול אויף אידטיש, מעורר צו זיין כלל ישראל.

ווי יעדער איינער ווייסט איז ליידער דא די שרעקליכע סכנות פון רעגירונג אריינמישונג, בפרט אין די ליבעראלע ניו יארק.

ס'איז קלאר פאר יעדעם אז אלעס איז נאר אדאנק די געלט. די פאנדינג, דאס גיט זיי דעם כח, דאס איז דער גורם צו אלע צרות.

דעריבער, ווען איר טוט א שידוך, מאכט זיכער אז איר נעמט א מחותן "על טהרת הקודש" וואס נעמט נישט ח"ו קיין פודסטמפס אדער מעדיקעיד!

געדענקט: ניו יארק וויל טוישן אייער שטוב! זיי האבן באשטעטיגט געזעצן אז אייערע קינדער זאלן זיין הפקר אן אייער אויפזיכט! פון וואו נעמען זיי דעם חוצפא אריינצורעדן אין אייער שטוב? נאר ווייל איר נעמט זייער געלט! וויאזוי וועלן זיי אייך האלטן געבינדן צו פאלגן אייער קינד? דורך זייער געלט! אלעס איז געלט!

א שטוב על טהרת הקודש מוז שוין אויפהערן נעמען געלט. אלע גדולךי ישראל זענען קעגן געלט נעמען. ליידער האט מען יארן לאנג עובר געווען דערויף, אבער היינט זעט מען עס שוין קלאר.

די ליבעראלן טיילן פודסטעמפס און מעדיקעיד, נאר כדי צו קענען אריינברענגען תועבה אין אייער שטוב.

טוט נאר א שידוך מיט א שטוב וואס נעמט נישט פון די טמא'נע געלטער, און איז ריין פון פודסטעמפס!

ויה"ר אז בזכות זה זאלן מיר זוכה זיין צו זען ווי די גויים זענען זיך מגייר.



*געשריבן אונטערן רושם פון א שמועס מיט איינעם וואס איז געקומען נאך געלט פאר א מוסד אין בלומינגבורג "על טהרת הקודש"
פאר א מוסד אין קרית שמונה…..
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2261
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2434

Re: שידוכים אלערט: שטוב על טהרת הקודש!

פאוסט דורך אנדערער »

Yankel האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 8:39 pm
► Show Spoiler
פאר א מוסד אין קרית שמונה…..
:lol:
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 380
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 278

Re: שידוכים אלערט: שטוב על טהרת הקודש!

פאוסט דורך יאנטשי »

דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 4:37 pm דארף אויך צולייגן
שיקן די קינדער אין מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלט פון ליבעראלן.
פון די פארשאלטענע ליבעראלן...
הוחזק כפרן
פרישער באניצער
פאוסטס: 74
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 12:57 am
x 99

Re: שידוכים אלערט: שטוב על טהרת הקודש!

פאוסט דורך הוחזק כפרן »

און גיין נאך געלט ביי אידן וואס נעמען געלט?

איז יא מותר?

ס'איז א מחיר כלב...
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3256
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3758

Re: שידוכים אלערט: שטוב על טהרת הקודש!

פאוסט דורך שמח »

הוחזק כפרן האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 11:51 am און גיין נאך געלט ביי אידן וואס נעמען געלט?

איז יא מותר?

ס'איז א מחיר כלב...
עמון ומואב טהרו בסיחון...
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
שרייב פאוסט