בן חיים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 12:25 pm
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 10:54 am
בן תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 10:30 am
@באחדות וויפיל בחורים ווייסטו וואס זענען נאכנישט מסודר אין קיין ישיבה אויף דעם זמן?
פרעג אן ביי עזר לישיבות. אין קרית יואל/וויליאמסבורג איז די מצב פיין. אבער אין מאנסי בארא פארק איז איום ונורא.
ישיבה קטנה אדער ישיבה גדולה?
ביידע. עס ווי ספיק זענען נאך דא צענליגע בחורים'לעך וואס דארפן אנהויבן דעם זונטאג שיעור א' ישיבה קטנה, און זיי זענען נאכנישט פלאצירט.
עס איז מיר אויסגעקומען לעצטענס צו רעדן מיט מיינס א באקאנטער אן איש נאמן, וואס איז מראשי העסקנים פון די הייליגע ארגעניזאציע עזר לישיבות. נאכן רעדן מיט אים קען איך אייך זאגן, די מצב איז איום ונורא. אבער איום ונורא! ווי ער געבט איבער איז די מציאות אז אין קרית יואל און וויליאמסבורג איז די פראבלעם ניטאמאל א צענטל פון וואס עס טוט זיך אפ אין מאנסי/בארא פארק. און די סיבה דערצו איז זעלבסט פארשטענדליך.
אין קרית יואל/וויליאמסבורג איז דער עולם איין טשולענט. יעדער לעבט צוזאמען, דאווענט צוזאמען, וואוינט צוזאמען. יעדער קען יעדעם. ווען עס מאכט זיך א פראבלעם ביי איינעם אין וויליאמסבורג, וועט שוין איינער פון די הונדערט אידן וואס וואוינען מיט אים אין איין בנין וויסן דערפון, און עפעס וועט שוין ווערן. די חסרון פון וויליאמסבורג, דהיינו די פעיר פרעשור דאס אז יעדער לעבט פאר יעדעם, שטעלט זיך אין דעם הינזיכט אויס צו זיין א מעלה. ווייל וויבאלד יעדער מישט זיך אין יעדעמס געשעפטן און יעדער לעבט צוזאמען, וועלן אטאמאטיש אנדערע מענטשען הערן און קומען צוהילף פאר זייערע באקאנטע. עס איז כמעט מן הנמנע אז א בחור זאל נישט האבן א ישיבה, און עס זאל נישט זיין איינער וואס פארעט זיך דערמיט און דרייט איבער א וועלט.
משא"כ אין מאנסי, (ווער עס וואוינט דארט וועט פארשטיין וואס איך רעד) זענען דא שווערע הונדערטער אידן וואס קיינער ווייסט אפילו נישט אז דער עקזעסטירט. ער וואוינט ערגעץ וואו ביי א דעד ענד, ער דרייווט אן אלטע גרינע 2002 טיאטע סיענע. ער דאווענט אין עפעס א לאקאלע שוהל מיט פונקט דרייסיג מתפללים, האלב פון זיי אידן וואס האבן שוין חתונה געמאכט אלע קינד. מער ווי דער גראסערי מאן ווייסט קיינער נישט ווער ער איז. ווען ער טרעפט זיך אן א ישיבה פאר זיין בחור, האט ער ניטאמאל צו וועמען זיך צו ווענדן.
צווייטענס, איז אין קרית יואל/וויליאמסבורג כמעט נישט דא אזא זאך ווי קליינע מוסדות. די סיסטעם איז אוועקגעשטעלט אויף די פראדוקציע מוסדות וואו מען שיקט אריין די קינדער ווען מען מאכט זיי פאות, און מען נעמט זיי ארויס פון דארט צוויי חדשים פאר די חתונה. ווען מען שיקט אריין די קינדער אין קינדערגארטען, ווייסט מען אז די מוסד האט אויך א ישיבה גדולה. משא"כ אין מאנסי/בארא פארק, וואס עס זענען דא פיל מער קליינע מוסדות התורה, וואס איינמאל דאס קינד ווערט בר מצוה דארף מען גיין זוכן א ישיבה. ממילא איז די גאנצע זוכערע פאר מוסדות אין קרית יואל/וויליאמסבורג, נישט צום פארגלייכן צו מאנסי/בארא פארק.
יעצט אויב האט ער א גוטן בחור, אדער אויב האט ער אפאר דאלער, איז אשרי לו ואשרי חלקו. אויב אבער איז מזה ומזה אל תנח ידך, סיי זיין זוהן איז נישט דער גרעסטער בל כשרון, און סיי ער מיטשעט זיך צו דעקן דעם חודש, איז דאס א גהינם התחתון. ער הייבט אן גיין ישיבה שאפינג, און קיין איין ישיבה וויל אים נישט.
חוץ מזה איז אין מאנסי/בארא פארק אויך דא גאר אסאך קליינע ישיבות וואס האבן נישט קיין חדר. און עס איז אפציעל אויסגעשטעלט אז אפילו די וואס שיקן די קינדער אין די גרויסע פראדוקציע מוסדות, נעמען אויך ארויס די קינדער, און שיקן זיי צו קלענערע ישיבות. די אלע ישיבות בויען זיך נאר פון די חדרים פון די פראדוקציע מוסדות. וואס דאס מאכט אטאמאטיש שווערער פאר די פראדוקציע מוסדות זיך צו ספראווענען מיט זייערע אייגענע תלמידים. ווייל א גרויס חלק פון די עלטערן וואס האבן קינדער מיט גוטע כשרונות, נעמען ארויס זייערע קינדער. ווידער עלטערן וואס האבן אפאר דאלער שטעלן אויך אריין זייערע קינדער אין מצוינים ישיבות וויבאלד מען קען נישט זיין עכט באלבאטיש אויב די קינדער לערנען פלעין אין די מעין סטרים מוסדות. ממילא בלייבן די גרויס מוסדות איבער מיט אסאך בחורים מיט נישט די בעסטע כשרונות, און זייערע עלטערן האבן נישט קיין איבריג געלט. און דאס מאכט די פראבלעם א מכה אשר לא כתובה בתורה.
@כמוז דיר זאגן שרייבט אז די פראבלעם פאנגט זיך אן ווען מען שיקט איו א מוסדת וואס איז נישט אונטער א קהלה און האט נישט קיין ישיבה.
אלע אנדערע ישיבות זענען מצוינים ישיבות. גיי זיך א ישיבה. און ענליך צו דעם שרייבט
@שבת קודש
די מציאות איז אבער אז דאס איז נישט אמת. הונדערטער בחורים וואס פון קינדערגארטן זענען זיי אין די צענטראלע מוסד פון די קהילה אין די צוויי שטעט גייען דורך שבעה מדורי גהנים ביז מען זעהט זיי אריין אין ישיבה (אויב מען זעהט זיך אריין לבסוף) יעדע יאר הייבט זיך אן די חשון זמן בשעת וואס הונדערטער בחורים דרייען זיך ארום אן א ישיבה. און איך רעד דייקא פון אזאלכע וואס האבן גלערענט אין די מעס פרודאקשען חדרים. ווער עס ווייסט נישט פון וואס איך רעד, וואוינט אדער אין קרית יואל/וויליאמסבורג, אדער זאל ער זיך אביסעל נאכפרעגן. די מציאות איז מר כזית. א בחור פון 13 יאר אלט וואס דרייט זיך צוויי וואכן, און צומאל ביז חנוכה ארום אן א ישיבה, איז א מעות לא יוכל לתקון. דער בחור וועט מער קיינמאל אין לעבן נישט זיין די זעלבע.
און דאס איז אין צוגאב צו דאס וואס
@באחדות שרייבט. אין מאנסי/בארא פארק זענען דא הונדערטער און אויב נישט טויזענטער משפחות וואס באלאנגען נישט עכט צו א קהילה. נישט ווייל זיי זענען אנטי סיסטעם, נאר זיי זענען מאנסיאנער אדער בארא פארקע אידן. אין קרית יואל איז טאקע נישט דא אזא געדאנק, אבער אין מאנסי/בארא פארק איז פיל מיט דעם. און די גייען טאקע דורך דעם נהר דינור.